☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » ס'איז זייער פאני אבער איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר

ס'איז זייער פאני אבער איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5520

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 1:04 am

· #170744
ס'איז זייער פאני אבער איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר
איינער פארשטעלט ווי א חסידישע איד שטייט פאר צדקה לעבן א פרוי וואס נעמט געלט פאר סאלוועשען ארמי. ער זאגט אז ער נעמט געלט פאר דע חסידישע נעיווי , אינמיטן זאגט ער פאר איינעם אז ער נעמט געלט פאר הצלה און יענער זאגט עם צו שיקן א גריס פאר רביי נידערמאן... נאכדעם מאכט ער חוזק אז מיר קאנטראלן דע אינטערנעט?

פרישער » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 1:11 am

· #170745
זעיט אויס ווי א לאקאלער אנטיסעמיט, קען אפילו זיין א אט"ד, אדער איז עס אויך א חלק פינעם עקט.

איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 1:16 am

· #170747
פארשטייט זיך עס איז א אקטיאר ,וואס איז די שאלה?

גד החוזה » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 1:18 am

· #170749
איך האב געהאט א הסתפקתא צו איך זאל געבן א לייק פאר צו שטעלן דעם קליפ, נאר ביים קוקן דעם צווייטען מאהל, האב איך באמערק ביי 0:23 דער איינציגסטער צייכען פון גארבעדזש, אויב מ'קוקט גוט זעהט א בלויע און א גרינע גארבעדזש קען. ממילא תריעותא לטיבותא האב איך געשאנקען א לייק.

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 1:22 am

· #170750
זיכער אן אקטיאר און אפשר אויך אן אנטיסעמיט אבער איך פארשטיי נישט ער דרייט א קאפ פאר יעדן דורכגייער ווער כאפט זיין וויץ ? ער גייט פאר א אידישע סקול הצלה און יענער גוי קען פונקט נידערמאן...

חוזה האקט א מיי געטניו ווידער זעט ער גארבידזש 😂

גנדי » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 1:27 am

· #170752
קודם כל איז ער אליינס אן איד.

די וויץ איז אז לכבוד עקסמעס איז די מנהג צו קלויבן נדבות פאר די סעלוועשאן ארמיי. וויל עפעס צו שטעלן פאר די אידן.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 1:30 am

· #170753
חוזה אי משום הא, קענסטו לייקן יעדע הודעה אין צימעס.

מ גפני » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 12:52 pm

· #170838
גד החוזה
איך האב געהאט א הסתפקתא צו איך זאל געבן א לייק פאר צו שטעלן דעם קליפ, נאר ביים קוקן דעם צווייטען מאהל, האב איך באמערק ביי 0:23 דער איינציגסטער צייכען פון גארבעדזש, אויב מ'קוקט גוט זעהט א בלויע און א גרינע גארבעדזש קען. ממילא תריעותא לטיבותא האב איך געשאנקען א לייק.

😁 🙄 😮 😳 😕 😲

shem-tov » מוצ"ש דעצעמבער 28, 2013 8:33 pm

· #171236
א מין צודרייטע וועג ארויסצוגעבן זיין ווייטאג. ער איז מסתם דער זעלבער וואס שרייבט איבעראל בא"ה שלא עשני לובאוויטש אדער סאטמער. קיין איד קוקט ער נישט אויס צו זיין, נא זאל זיין א פגירה

רויטע וואנצעס » מוצ"ש דעצעמבער 28, 2013 8:42 pm

· #171239
זיין נאמען איז,
Dave Ahdoot
זיין פעיסבוק בלעטל: <a class="postlink" href="https://www.facebook.com/DaveAhdoot">https://www.facebook.com/DaveAhdoot</a>
<a class="postlink" href="https://twitter.com/daveahdoot">https://twitter.com/daveahdoot</a>
<a class="postlink" href="http://www.daveandethan.com/">http://www.daveandethan.com/</a>

איך אויך » מוצ"ש דעצעמבער 28, 2013 8:46 pm

· #171241
פיין ,ווייסן מיר שוין אז ער איז א צודרייטער געי.

רויטע וואנצעס » מוצ"ש דעצעמבער 28, 2013 8:46 pm

· #171242
אן ארטיקל איבער די קליפ:
<a class="postlink" href="http://heebmagazine.com/salvation-army-meet-hasidic-navy/49080">http://heebmagazine.com/salvation-army- ... navy/49080</a>