☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » זקנים אין פלארידע רעדן פאליטיק... ר' בערל פר"מ ריינוואשט זיך

זקנים אין פלארידע רעדן פאליטיק... ר' בערל פר"מ ריינוואשט זיך

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5516

sefish » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 8:57 pm

· #170653
זקנים אין פלארידע רעדן פאליטיק... ר' בערל פר"מ ריינוואשט זיך
ס'גייט ארום א קליפ פון ר"י וואלדמאן וואס ער האט אפגעכאפט ווי ער רעדט אין פלארידע מיט'ן ארוניש'ן פרעזידענט ר"ב פר"מ וועגן ערכאות אין סאטמאר, ר' בערל זאגט אז ס'האט גארנישט מיט אים נאר מיט זיין וויצע פרעזידענט וואס האט גענוצט זיין נאמען צו חתמנ'ען אין קאורט. מ'זעט דארט נאך עלטערע אידן, איינער ווערט אפילו א עדות צו וואס בערל פר"מ האט מודה געווען... אויך זעט מען דארט דאבישנע רבי'ס פאטער.

קאווע טרינקער » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 9:07 pm

· #170655
דאס איז זיס......
זאל מען מיר נישט איינרעדען אז "אינדערהיים" נאכן דאווענען האט מען גערעכט סיפורי צדיקים איבער לעקעך און בראנפען....

לעקעך און בראנפען יא, אבער נישט פון צדיקים

כתר מלכות » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 12:38 pm

· #170833
ציקער זיס!

גאנצל » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 1:00 pm

· #170840
ביליגער פארשוין נעמט אפאר זקנים און האלט זיך אונטער מיט זיי

sefish » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 1:02 pm

· #170842
גאנצל
ביליגער פארשוין נעמט אפאר זקנים און האלט זיך אונטער מיט זיי

ווייל ער זאגט נישט וואס דו ווילסט הערן הא?
ר' יוסל איז א טייערער פארשוין וואס ברענגט יעדן טייערע אינפארמאציע.

כתר מלכות » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 1:07 pm

· #170845
גאנצל
ביליגער פארשוין נעמט אפאר זקנים און האלט זיך אונטער מיט זיי


מילא די פאר זקינים מיט וועם ער האלט זיך אינטער, דאס וואלסטו שוין מוחל געווען, אבער ער האלט זיך אינטער מיט דיין גאנצע קהלה, דאס איז וואס מאכט אים ביליג אין דיינע אויגן.
#וכסילים מתי תשכילו

מיסטער מענטש » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 1:11 pm

· #170847
יוסל וואלדמאן זאגט אויף זיך אז ער איז א טייערע פארשוין

ווער קאן נאך קריגן

sefish » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 1:13 pm

· #170850
זאג אנשטאט פארקירעווען צו מינדרוויכטיגע דיטעלס. וואס זאגן ענק צו בערל'ס הודאה אז ער האט נישט אונטערגעשריבן נאר יצחק האט גענוצט זיין נאמען?

מיסטער מענטש » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 1:31 pm

· #170861
סיז שוידערליך

לויף אין בגץ מיט עס

shem-tov » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 1:31 pm

· #170862
סדערמאנט א מעשה ווי יענער איז זיך געגאנגן אפרעכענען מיט איינעם ביי זיין קבר. ער האט אים מעכטיג אריינגעזאגט. אדער איינער טרעפט אן אלטער סאלדאט און דער סאלדאט איז מודה אז ער האט פלעין אויסגעפאלגט ארדערס. צדיקל, קיינער רעדט דא נישט פון קיין פארטיי לאז עלטערע יודן זיך אפרוען אין פלארידע און פארדריי זיי נישט קיין קיין קאפ אין אנדערע ווערטער געט עי לייף.

א יוד וואס איז דארט געווען בשעת מעשה דערציילט אז ר' בערל האט אים אזוי איידערלערהייט געפרעגט ווי ער דאווענט די טעג אז זיין ביהמ"ד ביי די רעבעצן איז פארמאכט. און האט אים נאך פארגעשלאגן אז ווי ער גייט דאווענען זאל ער זעהן נישט צו רעדן ביים דאווענען ווייל דאס שפארט אפ שולן. אבער דאס וועסטו נישט זעהן אויף דעם קליפ

sefish » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 1:36 pm

· #170863
לויט ווי ס'זעט אויס וויל ער תשובה טון, און דער באשעפער איז דאך א מקבל שבים עד יום מותו תחכה

מיסטער מענטש » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 1:43 pm

· #170866
לויט ווי סזעהט אויס וויל ער פטור ווערן פון א צודרייטער וואס דרייט א קאפ אלטע אידן אין פלארידא

shem-tov » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 1:46 pm

· #170869
איך בין א קנאפע ברך משה חסיד אבער ווען איך זעה מיט וועלעכע פארשוינען מען האט געדארפט צו דילען ביים התייסדות קרית יואל פארשטיי איך שוין זייער גוט דעם ברך משה. סשמעקט עפעס קרעציג דער גאנצער קליפ און אויך סאדיסטיש. אנטשולדיגט מיר יעדע זאך האט זיך זיין פלאץ. מאך נישט משוגע קיין זקנים אז ער זאל דארפן אנטלויפן פאר שרעק און גיי נישט מוחה זיין אין פראנט פון חתונה זאלן ווען א יוד פריידט זיך מיט זיין קינד וואס ער האט זיך יארן געפלאגט ביזן זעהן גיין אונטער די חופה

גאנצל » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 1:47 pm

· #170870
אוי ס'איז א שאד מ'האט דעס נישט געוואוסט ביז יעצט ? ווען יא וואלט די גאנצע דרשה פון מהרז"ל נישט אויסגעפעלט

"דער בערל פרי"מ ס'איז ידוע וואס די רבי זי"ע האט געזאגט אויף אים"

קיינער איז ביז היינט נאך נישט אפירגעקומען מיט די דבר ידוע אבער יעצט נאך די הודאה פעלט שוין נישט אויס צו פארענטפערן די ליגנערישע סטעיטמענט א שאד אז מ'האט זיך געפלאגט ביז יעצט

אויס מענטש » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 7:14 am

· #171315
דאס האב איך געשיקט צו די הנהלה, און ארויסגעברענגט די מיינונג פון די נארמאלע מענטשן בבית הקאווע.
דא זעהט מען ווי א איד טוט זייער א עקלדיגע אקט מיטן מצער זיין אן אלטן איד סתם אינמיטן זיין פריוואטן לעבן כהאלט מען זאל נישט צו לאזן אזאנס אין א נארמאלע פארום
מען דארף עס נישט אויסמעקן אבער מען זאל עס לכה"פ פארדאמען.
יישר כח

!וואט עי שעים !, צו צאפן יענעםס בלוט, ווען ער האט סך הכל מפני השלום דיר געקומען זאגן האלא

פאסט נאר פאר א.. ...

קרעקער » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:27 pm

· #171407
און ווען די גייסט עס אויסמעקען פון קאווע שטיבעל גייט עס ווערען אויס?
וואס פינקלעך גייט געשעהן ווען די מנהל מעקט עס אויס פון דא?

sefish » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:29 pm

· #171409
אוי ווען די מעשה וואלט נאר געווען פארקערט. ווען א ארויני ווישט ארויס עפעס א גוטס פון ר' שאול פערלשטיין למשל, וואלטן די ארונים נישט ביזי געווען מיט אזעלכע קראקאדייל טרערן אז מ'מאכט נעבעך משוגע א אלטן איד ....
#היפאקריטס

אויס מענטש » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 8:48 pm

· #171553
קרעקער
און ווען די גייסט עס אויסמעקען פון קאווע שטיבעל גייט עס ווערען אויס?
וואס פינקלעך גייט געשעהן ווען די מנהל מעקט עס אויס פון דא?


זאג נאר איינער האט געבעטן צו מעקן???

אוהב ספרים » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 9:39 pm

· #171573
איז דאס א נייער קליפ? אבער די זעלבע אלטע קליפ פון פאר א יאר?

shem-tov » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:52 pm

· #171623
פאראיאר האט ער געצאפט ר' דוד הויער. און ער האלט זיך נאך פאר א זאלי, בשעת ער איז ניטאמאל א בני יואלער , נאר א פשוטער שלעכטער אטענשאן זוכער אייביג געווען

ברוך בערל » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 1:41 pm

· #171742
איך זעה איין די גיורי עד עשרה דרי לא תבזי