☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » עולם האמת - קאווע שטיבל

עולם האמת - קאווע שטיבל

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5513

פרישער » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 4:50 pm

· #170578
עולם האמת - קאווע שטיבל
עולם האמת - קאווע שטיבל

און ליכט וואס איינער האט געפרעיגט דא בשכינת, מה בצע פון שרייבן און קאווע שטיבל, וויל איך ווידמען דעים אשכול וואס די מעלות זענען, איך וועל נישט רעדן פאר יענעם נאר פאר מיר, און איך קען באשטיין דער עולם זאל הערן,

מיין סיבה פארוואס איך גלייך צי שרייבן, איז ווייל ווען איך קים און שיל אדער איך דריק זיך אויס אויף א גרופ אויף וואצעפ אדער א וואויס נאט און איך עפען מיר די יאַפּע, און איך זאג וואס עס דריקט מיר אויפן געוויסן ביסן, אדער אויפן הארצן, אדער גאר ביים געדעירם, אדער אראפציר פשוט ארויס פון אחוריים ארויס, אדער אויב איך וויל סתם פלאפלען עניני פריפיטשיק, האט אלעס א פרייז יעדע ווארט וואס מען זאגט, אויב איז עס גיט און מען זאגט עס נאך בשמי א געלינגענע וויץ, איז נישט גיט, ווייל קיינער וויל נישט זיין דער לץ פון שטאט, א שטייגער ווי יארמע רב, אדער ווי אלע אנדערע לצים ווי ר' בערל קליין שליט"א, אדער יואלי לעבאוויטש און גאמבא דער קלאהן, און אויב איז עס א גיט ווארט אויף איינעם'ס חשבון א שטעכעדיקס באקימט מען שונאים, און א נאמען פון א גאנצער אויבער חכם, גאנץ כלל ישראל קיקט אים האלב אראפ, און האלב כלל ישראל קיקט אים און גאנצען אראף, בקיצור מען וויל זאגן דעים וויץ, מען וויל עס אראפ לאדענען פון זיך, עס דריקט א געדאנק, אבער מען וויל נישט באצאלן דעים פרייז, און דאס איז פארשטענדלעך און פשוט, און אויב זאגט מען שוין יא איז עס מלובש פיל מיט פניות און שקר, כל ערליי חשבונות, עס זאל נישט טוישן דעים אנשטעל וואס מען האט אזויפיל אריין געהארעוועט.

דער בורא בגודל רחמיו וחסדיו האט געזעין דעים פאלטשקייט פינעם דור, דער עולם האט וואס צי זאגען, א אמת ווארט אן קיינע פאלטשקייטן, אבער מען ציטערט פארן אייגענעם שאטן, יעדער האלט ציריק זייער מיינינג מחמת חשש אז עס וועט שאטן פאר שידוכים פאר די קינדער, אדער אפען טעראר פון זיין לאקאל רב, האט ער באשאפן קאווע שטיבל, א מקום ווי מען קען זיך אויס געיבן, מען קען שרייבן וואס עס דריקט, איינער לעינגער איינער קערצער, אבער ווען ער שרייבט איז עס נאר דעים אמת אן קיין פניות, איינעם שטערט דער סיסטעים וואס האט אים גורם געוועין בייז, דאן גיבט ער זיך אויס, און באריאיגט זיך ווען ער זעיט אז צינעזאם מיט אים איז דא פילע אנדערע וואס עס טיט וויי, און ווען ער קימט און שיל, איז ער נאך נישט קיין אויבער חכם, ער איז נאך אלס דער איש מכובד וועים מען מיז מכבד זיין שישי, איינעם שטערט א הארבע אמינה שאלה, איז נאך נישט קיין מעסטער כופר ווי נוטאן און יאשקע, ער קען פרעיגן אן פחד, און חברים דא וועלן אים ארויפ פירען אויף די ריכטיגע רעלסען, איינער איז א מגרש, אדער שלום בית פראבלעימען, איז נאך נישט קיין אימגעלינגענע אפ-פאל פון די בריאה, ער קען זיין ווייטאג אויסגיסן בשער בית רבים, מה שאין כן ווען ער פרעיגט זיין לאקאלע דיין צי עס קען נישט זיין אז דער וועלט איז שוין פערציג מיליאן יאר, וועט ער באשטעלן צימערמאן וחביריו זאלן לכבודו ווייס מאכן א גאס צוויי, אפילו איינער פרעיגט א שאלה, מיינט נישט אז ער איז נישט וויליג מקבל זיין א תשובה, און א שאלה מיינט נישט אז ער גלייבט שוין נישט און די דרייצן אני מאמין'ס.

איינער מיינט אז ער פארמאגט דעים טאלאנט פון שרייבן, און ווערט געוואויר אז ניין ער זייגט, קיינער לייקט נישט וואס ער שרייבט, אדער פארקערט איינער האט א מיינונג און א ענין, און ער האט נאך קיין מאל נישט געשריבן אפילו קיין בריוו צו זיינע קינדער, קיין מאל קיין פעידער און די האנט גענימען, אפילו צי די רעדאקציא פון אידישע ליכט אדער המספיק געזאַט, אפילו צו פרעיגן וויאזוי מען זאל באהאנדלען א ווארצל אויפן אויער האט ער נאך נישט געשריבן, פליצלינג שרייבט ער א קליינער תגובה, און היט דעים יאקפאט, מען ווערט פאריקט פארנעם, ער ווייסט נישט וואס א אוצר ער האט פארמאגט, שוין דרייסיג פערציג יאר א דיימאנד און זיין מוח, קיינמאל נישט געטרויערט צו נעמען דעים שאנס, ווייל ער קען דאך פארלירן אלסדינג, איז נישט גרייט צו גיין אלעס אריין, איינער שרייבט זייער א רייכע שפראך, אבער קען נישט אפילו אויסלייגן דעים ווארט נוח נאר מיט לפחות זיבן גרייזן, איינער נעמט שרייבן און ציביסלעך דערלערנט זיך הלכות שראבעריי, איינער מאכט אייגענע כללים, הלכות אדער גאר אייגענע שפרייכען וואס דער עולם גלייכט, איינער איז ראפענירט נאר און געוויסע ענינים אדער און אין היסטארי אדער צימעס איז ער א גרויסע עם הארץ, בקיצור די אלע זאכן דערלערנט מען זיך ווען מען באקימט די לייקס, איין תגובה גייט דער עולם צידרייט, און כאפט אריין פילע פין די געשמאקע לייקס, אבער דערנאך שרייבט ער א לאנגס און א ברייטס וועיגן א אנדערע ענין און אין גם לייק אחד, אדער באקימט ער איין לייק פון א נודניק וואס ער וואלט געצאלט כל הון אז ער זאל אים אראפ נידערען דעים לייק, דאס איז אלעס קאנסטראקטיוו קריטיסיזעם, און א מעלה וואס איז און ערגעץ נישט פארהאן.

ווען איינער שרייבט א תגיבה וואס ברעינגט נישט קיין כבוד, מען לאכט אים אויס, מען לייקט נישט, זאל עס נישט דיסקארידזשן דעים שרייבער, ער זאל שטאדירן דעים תגיבה, פארוואס האט עס יא אדער נישט געכאפט, ער זאל לאזען דעים פעידער זיך שארפן, וועט ער מצליח זיין, ווען מען זעיט א תגיבה וואס מען האט נישט אזוי שטארק געלייקט בשעת מעשה, אבער און פאקט גייט דער עולם גאגא מיט די טאנציגע הענטלעך און שפרינגעדיגע מענטשלעך, איז א סימן אז מען ברויך זיך נאך עפעס צילערנען, עס איז נאך דא פלאץ, און ווען מען זעיט איינעם שרייבן און שרייבן, און קיינעם אינטערעסירט עס נישט, מה יעשה יחזור ויאכל שום, אדער איבערטראכטן און אפגרעידן דעים וועיג און שרייבן, נישט פאָרן און וואנט אריין.

און ווען א ניק ווערט פארשווינדען איז א סימן געוועינטליך אז ער איז בקקטאתא, ער האט געכאפט א ריק ערגעץ, ער איז דיסקארידשט, ער נעמט זיך די צייט צי שטאדירן אנדערע שרייבערס, עס נעמט געוועינטליך אביסלע צייט, א ירידה לצורך עליה, נישט אים גלייך פארוואנדלען און א פארשווינדענע ניק בלי האפענינג, נאר אויב מען האלט אז ער איז יא גיט, לייק אים אריין, און ריזאלטאטן וועלן זיין, אז הניק יבוא און שרייבן ביתר שאת וביתר עוז.

די דברים טובים וואס קאווע שטיבל האט אויסראפענירט אזויפיל שרייבערס, און מגלה געוועין פאר אסאך איינגערעטע חכמים, אז זיי זאלען זיך זיכן א נייע פאך, איז א געוואלדיגע דערגרייכינג, און הלוואי וואלט דאס געוועין ביי אנדערע ווי זינגערס און גריימערס און דאקטורים, בעלי תפילה, רבנים ועוד.

די מקום אמת וואס איז טאקע נישט אלעמאל ניחא פאר יעדען, איז אבער א נחת רוח פארן אויבערשטן און א קידוש השם, ווען דער אויבישטער מיט זיין פאמליא קיקן זיך צי, קיק ווי מיינע אידישע קינדערלעך פירן זיך אויף, אפילו ווען זיי זענען פריי צי זאגען ככל מה שעולה על ריחם, קיינער צענזערירט נישט בדרך כלל, און זעי ווי שיין זיי פירן זיך אויף, איז זיכער אז עס טיט איבערוועיגן דעים וואגשאל לטוב, און דרייט איבער דעים מידת הדין למידת הרחמים.

משה געציל » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 4:58 pm

· #170580
גיוואלדיג ווי שטעינדיג!

פרישער

איינער שרייבט זייער א רייכע שפראך, אבער קען נישט אפילו אויסלייגן דעים ווארט נוח נאר מיט לפחות זיבן גרייזן, איינער מאכט אייגענע כללים, הלכות אדער גאר אייגענע שפרייכען וואס דער עולם גלייכט



👍 👍 👍

שפתים ישק » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 5:06 pm

· #170591
שפתים קישאקTM!

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 8:57 pm

· #170651
שפתים פרישאקTM!

בן-זומא » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:05 pm

· #170704
פרישער: די שרייבסט עכט yummy!!!

פרישער » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 1:00 am

· #170741
בן-זומא
פרישער: די שרייבסט עכט yummy!!!

יישר כוח,

איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 1:04 am

· #170743
אבי נישט יאנטשי.

מ גפני » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:15 am

· #170804
WOW @פרישער א שאד מ'קען נישט לייקן פער שורה, איך וואלט ווען נישט אדורכגעלאזט קיין איין שורה אן א לייק!!

גד החוזה » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:27 am

· #170811
טייערע הרב @פרישער ארויס געברענגט א נקודה זייער קולע אל השערה, דער דברי חיזוק איז געוועהן פאר כמים קרה על נפש עייפה, @רויטע וואנצעס אדער @טיטאניק קענען זאגען וואס זיי ווילן אבער גד החוזה וועט ווייטער הנאה פון קוקן אויף די נפלאות וואס דער באשעפער האט אונז געגעבען.

התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:48 am

· #170821
איך פארשטיי נישט דער גאנצע זאך
איך ווען איך וויל זאגן עפעס א זאך פאר איינעם זאל זיין וואס ס'זאל זיין זאג איך איהם אין פנים אריין ווייל אזאך וואס איז אמת דארף מען זיך נישט זיך דערשרעקן צו זאגן יענעם
אין דאס טוה איך איך דער שרעק נישט פין קיינעם ..

טיטאניק » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:57 am

· #170822
זייער צי די זאך, זייער צים פינטעלע
איך האב היינט ביי שחרית אינזינען געהאט ביי שלא עשני עבד אז ער האט באשאפען אזא ווינדער אין די בריאה ווי "קאווע שטיבעל"
און איך מיין עס ערנסט!

נעם א דוגמא די נושא פון צניעות, די אלע טענות וואס איך שרייב ליגט מיר שוין אויפען געוויסען יארען לאנג, און קיינמאל האב איך נישט דאס גערעדט מיט קיינעם, מורא האבענדיג אז מיינע קינדער זאלען נאך האבען ווי צי לערנען,

איך שלעפ מיין פעקל יארען, קיינמאל נישט ריכטיג געוויסט די דעת הציבור, קיינמאל נישט געהאט די געלגענהייט דאס ארויס צי ברענגען שווארץ אויף ווייס, כאטש איך האב געהאלטען אז די נושא מיז ווערען ארויף געבערנגט פארען פאבליק, און אלץ האב איך געווארט אויף א געלעגנהייט מתי יבוא לידי ואקיימנה,
יעצט מיט די קאווע שטיבעל, כאטש קאווע שטיבעל איז שוין גאנץ אלט, האב איך נישט געהאט די גאטס צי שרייבען עד היום הזה,
אבער כאטש אז איך האב אזויפיל שעות פארברענט אויף קאווע שטיבעל די לעצטע חודש, האב איך נישט קיין איין טראפ חרטה,
1. דער עולם שטימט מיט, איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז אזויפיל מענשטען טראכטען די זעלבע
2. איבער טויזענטע יונגעלייט און ווייבלעך און בחורים האבען דאס געליינט, און כאטש א טייל זענען נישט מסכים אבער פאר אסאך קלינגט דאס ווי א גלעקל אין קאפ, מיינט צי זאגען אז עפעס מער ווי עפעס האב איך זיכער אויפגעטין
3. דאס שווערע פעקל איז ענדליך אראפ פון מיינע אקסלען, דאגה בלב איש איז אזוי אמת, איך פיל אזוי גיט, עטץ האטטץ נישט קיין אניג,
עד כדי כך איך קים אריין נעכטען אין ביהמ"ד צי מעריב זע איך א קבוצה יונגעלייט גייען איבער די שקליא וטריה פון די "אשכול פון צניעות" אין ביהמ"ד בקולות וברקים, רובם האבען געהאלטען אז דער טיטאניק איז הייליג גערעכט, די אנדערע זענען ציביסלעך אויפגעקלערט געווארען, און איך בין געזיצען אין דער זייט מיט מיין משניות אין זיך געביסען די ליפען פאר שמחה,
ענדליך, זכיתי! ברוך ה'

טיטאניק » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:58 am

· #170823
גד החוזה
טייערע הרב @פרישער ארויס געברענגט א נקודה זייער קולע אל השערה, דער דברי חיזוק איז געוועהן פאר כמים קרה על נפש עייפה, @רויטע וואנצעס אדער @טיטאניק קענען זאגען וואס זיי ווילן אבער גד החוזה וועט ווייטער הנאה פון קוקן אויף די נפלאות וואס דער באשעפער האט אונז געגעבען.

אלעס פיין, אבער ווי איז מיין "הרב", פאר פרישער פארגינסטי עס.............
😂 😂 😂

גד החוזה » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 12:13 pm

· #170827
אנטשולדיג טאקע דא האט @טיטאניק זיי "הרב" טיטול.
📎 הרב.png

מ גפני » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 12:28 pm

· #170829
יו ביסטו אבסעסד מיט גארבידזש השם ירחם

טיטאניק » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 12:37 pm

· #170832
זעה וואס איך האב דא געשריבען און וועסט אלעס פארשטיין
מ גפני
יו ביסטו אבסעסד מיט גארבידזש השם ירחם

פארוואס דער הרב גד נעבעך איז ביזי מיט גארבעדזש און מיט שיט 24\7?
עיין כאן ותמצא נחת:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/170831">viewtopic.php?p=170831#p170831</a><!-- l -->

אפטעמיסט » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 1:39 pm

· #170864
אמר מר, אפטומי נעשו נסים לדורותיו. ת"ר מה נסים נעשו לדורותיו, אמרו, כשירדו ישראל מאירופאי נתיישבו אבותיו בעיירה גדולה המוקפת חומה מימות יהושע בן נון [פי' רש"י ווילאי, ורבי מנחם דרש ברפקאי ולשון ראשון עיקר], והיה אפטומי לייט להאי יומא דקא נברא ומנהמם כיונה ואומר, אוי לו לאב שהגלה לכאן ואוי לו לבניו שנבראו כאן, כי זעקת העיר רבה וחטאתם כבדה מאד. האנשים ניצים וזורקים כתבי פלסתר, מלבינים פני חבריהם כי חיורא כרבלתא דתרנגולתא, שואגין על הני נשי דקא מפיק עגלותיהן ביומא דשבתא, ושם שמים נתחלל על ידם.
יומא חד נזדמן אפטומי בבית המרחץ וחזי לחבריה דקא בריז באינטרנטאי. והיה אפטומי מהדר אפיה [כדרך אנשי אותו עיר שנתברכו במידת הסקרנות] וחזי לחבריה דעייל בבית קוואי. עלה אפטומי גם הוא, וקוואי מצא חן בעיני אפטומי.
כד תפיס אפטומי האי מרגליות נפל לידיו התחילו אברותיו לנקש דא לדא, ופתח ואמר כי לא יטוש ה' עמו ונחלתו לא יעזוב, אשרי האיש שקוואי לפניו ואשרי הדור שזכה לזה.

גאנצל » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 1:52 pm

· #170872
עולם האמת?
אויב דארפסטו זאגן דא זאכן וואס דו קענסט נישט זאגן אין ביהמד"ר איז עס שוין ווייט פון אמת

איך זאג אין ביהמד"ר די זעלבע וואס איך זאג דא

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 1:58 pm

· #170874
גד החוזה
אנטשולדיג טאקע דא האט @טיטאניק זיי "הרב" טיטול.


האהאהאהא 😂

ברסלבער » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 2:19 pm

· #170885
@פרישער, זאגסט זייער גוט, מען דארף טאקע דאנקן דעם אייבערשטן אויף די חסד אז מיר האבן אזא קאווע שטיבל, ווי יעדער קען זאגן דעם אמת וואס ער האלט.

און לגבי די וואס טענה'ן אז זיי זאגן אין ביהמ"ד דעם אמת וואס זיי האלטן אן מורא. דאס איז לאו דוקא פון די גרויסע מאס מדת האמת וואס זיי פארמאגן, נאר ענדערש ווייל אין יענעם שוהל איז דער גייסט טאקע אזוי ווי זייער מח, און זיי האבן נישט וואס מורא צו האבן.

גאנצל » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 2:33 pm

· #170890
ברסלבער
@פרישער, זאגסט זייער גוט, מען דארף טאקע דאנקן דעם אייבערשטן אויף די חסד אז מיר האבן אזא קאווע שטיבל, ווי יעדער קען זאגן דעם אמת וואס ער האלט.

און לגבי די וואס טענה'ן אז זיי זאגן אין ביהמ"ד דעם אמת וואס זיי האלטן אן מורא. דאס איז לאו דוקא פון די גרויסע מאס מדת האמת וואס זיי פארמאגן, נאר ענדערש ווייל אין יענעם שוהל איז דער גייסט טאקע אזוי ווי זייער מח, און זיי האבן נישט וואס מורא צו האבן.


based on what?

איך זאג דא די זעלבע וואס איך זאג אין ביהמד"ר און אין ביהמ"ד זאג איך אקוראט וואס איך זאג דא ווייל איך האלט וואס איך האלט נישט אלעמאל איז עס ריח טובדי'ג פאר יעדן סיי דא און סיי דארטן אבער טוב לאק איך וועל מיר מער איינהאלטן דא ווי דארט צו קאמענטירן ווייל דא איז די פלאץ פאר מער הרחבה און מ'דארף זיין מכיר מקומו אפי' איך האלט נישט אינגאנצן ווי איינעם איז ווייל איך פארשטיי אים וועל איך נישט אלעמאל קאמענטירן אבער האלטן האלט איך אלעס די זעלבע בלי שום שינו וכינו וניקי

אי איתמר » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 2:54 pm

· #170904
תורת אמת - בעולם השקר
איך מיין אז די עיקר מעלה פון ק''ש איז אז די תורה/אידישקייט איז נישט געבויט אויף משוגעת'ן.. והמבין יבין,
ברוך הוא אלוקנו... והבדילנו מן התועים... ונתן לנו תורת אמת..
#ללמוד וללמד לשמור ולעשות...

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 3:37 pm

· #170917
התם ומתמם עם תמימים
איך פארשטיי נישט דער גאנצע זאך
איך ווען איך וויל זאגן עפעס א זאך פאר איינעם זאל זיין וואס ס'זאל זיין זאג איך איהם אין פנים אריין ווייל אזאך וואס איז אמת דארף מען זיך נישט זיך דערשרעקן צו זאגן יענעם
אין דאס טוה איך איך דער שרעק נישט פין קיינעם ..

ניין?! פון דיין שרייבן זעיט אויטס אז דו ציטערסט... 🙄 😂 😳 😢 😞

איך אויך » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 12:26 am

· #171288
איי איתמר

אבער אזא גפיהל באקום אסאך מער אין איי וועלט ווי דא, דהיינו דארט זעהט מען קלאר ומותר האדם מן הבהמה אין,

איי איך זעה דו לערנסט גוט דורך איי וועלט. ואגב ,שלום עליכם.

פיטומי מילי » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 9:54 am

· #171320
עס זעיט אויס אז די מערהייט איז פעדאפ פין די איצטיגע סיסטעם אפשר איז שוין צייט ארויס ציקומען פין די לעכער נישטא פין וועמען מורא צו האבן

פיטומי מילי » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 9:59 am

· #171322
סוועט זיין אגרעסערע אויסוואל פאר שידוכים (וואס דאס איז אויך א סיסטעם פחד) ווייל קיינער דא וויל נישט זיין קינד זאל זיין טיפער אין טינוף