☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אינפאו געזוכט: דער איד וואס גייט ארום פאר ישיבת היכל התורה

אינפאו געזוכט: דער איד וואס גייט ארום פאר ישיבת היכל התורה

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5511

שלמהלע » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:49 pm

· #170509
אינפאו געזוכט: דער איד וואס גייט ארום פאר ישיבת היכל התורה
עס איז דא א ליטווישער אידל וואס גייט אסאך ארום פאר ישיבת היכל התורה אין די חסידישע בתי מדרשים אין וויליאמסבורג און בארא פארק און אפילו אין די קעסטקילס, אויב מען געבט אים א קוואדער ווערט ער זייער שטארק אגרעסיוו, ער שיסט עס צוריק, און ער איז מבזה מענטשן מיט קולות. ער שרייט אז נאר ביי די חסידים איז מען אזאלכע חזירים, נאר אין סאטמאר פירט מען זיך אויף אזוי. וכו' וכו'.

איך האב שוין אסאך מאל מיטגעהאלטן ווי ער מאכט קולות אויף שטילע אינגעלייט וואס ווילן סך הכל אריינכאפן די מצוה פון צדקה, כאטש זיי האבן קיינמאל פון ישיבת היכל התורה געהערט. די אינגעלייט ווערן רויט און ווייס נישט וואוסענדיג וויאזוי צו רעאגירן אין א מנין פון צענדליגע מענטשן.

איך האב א געכאפט א בילד פון אים, אבער מיין ציל איז נישט אים צו אינטערברענגען, און אז פעלט נישט אויס וועל איך עס נישט ארויפלייגן. ער איז זיכער א פאר'צרה'טע איד וואס ארבעט שווער פאר זיין דאלער. איך בין אים עכט דן לכף זכות.

איך וויל נאר יא לאזן וויסן פאר די ישיבת היכל התורה הנהלה, אויב אזא ישיבה עקזיסטירט בכלל, אז מען זאל אים אויפהערן צו שיקן נאך געלט.

אויף גוגל איז דא א שיינע פאר אזאלכע ישיבות מיט דעם נאמען. איך וויל אבער וויסן פאר זיכער די קאנטאקט אינפא פון יענעם ישיבה פאר וועם ער גייט, און זיי אויפקלערן מיט גוטן אז עס איז א געפערליכע עוולה וואס זיי טוען.

שלמהלע » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 3:10 pm

· #170548
איך זעה קיינער רופט זיך נישט אן, איך לייג ארויף דעם בילד, אבער ביטע, שיקט עס נישט ארום מיט אלע שרעקעדיגע מעסעדזשעס ארום דעם. דער איד איז א ביטער רחמנות, און מען טאר אים נישט באשמוצן. איך וויל נאר מען זאל כאפן וועמען איך מיין כדי צו וויסן די קאנטאקט אינפאו פון דעם ישיבה.
[אוועקגענומען בילד]

מ גפני » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 3:30 pm

· #170551
אמאל פלעגט גיין איינער נאך געלט פאר תורה ויראה ירושלים - נטורי קרתא (נישט סאטמאר) איך מיין ער הייסט אלי' וויינשטיין, ער פלעגט טוהן די זעלבע זאך צוריקווארפן געלט אין פנים אריין

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 4:17 am

· #170763
איך האב אמאל געגעבן פאר א איד צדקה א דיים, האט ער מיר עס צוריקגעגעבן מיט צארן און באשייגעצט ברבים: אנטשולדיגט, איך בין נישט אייער מיסטקאסטן!!

כאב מיר לכתחילה אויף אן אמת באליידיגט. אבער נאכדעם האב איך מיר געמאכט א חשבון אז איך האב א דרייפאכיגן פארדינסט:

1. איך בין געבליבן מיטן דיים
2. איך בין געבליבן מיט די מצוה
3. אביסל כפרת עוונות מיט די בושה קען אלץ צוניצקומען.

טעפל » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 1:03 pm

· #170843
שמעקעדיג דאס הייסט גוט געטראכט!

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 1:12 pm

· #170849
...

לך לך » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 1:15 pm

· #170851
אויך געכאפט פון איהם אמאל א נזיפה גדולה, באט הא קערס
כבין נאר נייגעריק וואס געשעהט אויב איינער זאל איהם בעטן צו קוקן אין זיין שווארצן ענוועלאופ אונטערן ארעם, כבין יענעם נישט מקנא 😠

berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 28, 2013 7:00 pm

· #171220
איך האב געהאט א נישט אנגענעמע עקספיריענס מיט אזא פארשוין. איינער פון די אינשי דלא מעלי וועלכער האט זיך געדרייט אין די שומרי שבת שול אין בארא פארק. ער קומט צו צו מיר אינמיטן די הויכע שמונה עשרה און הייבט אן מוטשען אויף זייער אן אגרעסיוון אופן. האב איך איהם געזאגט "אביסל שפעטער". ס'גייט נישט אדורך דריי מינוט און אודך. ר'איז שוין ווידער דא. און ער הייבט אן שרייען אויף מיר אז איך בין א ליגנער. כ'האב איהם געזאגט אז "שפעיטער" און כ'האב איהם נאכנישט געגעיבן. האב איך אויפגעמאכט א מויל אויף איהם און אנגעהויבן שרייען. "דו גנב. איך בין דיר גארנישט שולדיג". ער האט אפגעפוצט כהרף עיין. אן אנדער פרייליכן עפיזאד האב איך געהאט ווען כ'האב אמאל געדאוונט פאר'ן עמוד האב איך אראפגעלייגט אויפ'ן טיש א ביסל טשעינדזש איך זאל נישט דארפן מפסיק זיין אין מיטן שמו"ע. א יעדער פלעיגט נעמען א קוואדער אדער צוויי און גיין ווייטער. איין טאג קומט זיך אן א אידל און שארט אריין די גאנצע טשעינדזש בנשימה אחת. פאר דעים אידל האב איך שוין מער נישט געגעיבן א פרוטה. 🙄 😂 😈

פיטומי מילי » מוצ"ש דעצעמבער 28, 2013 7:38 pm

· #171227
מ גפני
אמאל פלעגט גיין איינער נאך געלט פאר תורה ויראה ירושלים - נטורי קרתא (נישט סאטמאר) איך מיין ער הייסט אלי' וויינשטיין, ער פלעגט טוהן די זעלבע זאך צוריקווארפן געלט אין פנים אריין

Hahahaha!!!!
ער איז דער חברה מאן וואס איז ארום געגאנגן א קליפ ווי ער שפייט און גיסט אן קאווע א צווייטן אין פראנט פין סאטמאר ביהמ״ש אין לאנדאן