☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » די מערכה פון "ישיבה ווארלד ניוס" קעגן סאטמאר

די מערכה פון "ישיבה ווארלד ניוס" קעגן סאטמאר

50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5510

אפטעמיסט » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 2:00 pm

· #170519
ס'ווענד זיך ווי אמאל. אסאך מאל פראבירן זיי אראפרייסן סאטמאר, אבער אמאל שרייבן זיי גאנץ שיין און בכבוד'יג, מיט פיל מער עהרע און ריספעקט ווי די סאטמאר'ע צייטונגען רעדן וועגן די אגודה.

סלינקי » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 2:03 pm

· #170521

היימישער ליטוואק » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 2:07 pm

· #170527
סלינקי

ב.ד.וו. זייער צום פוינט.

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 2:45 pm

· #170544
אפטעמיסט
ס'ווענד זיך ווי אמאל. אסאך מאל פראבירן זיי אראפרייסן סאטמאר, אבער אמאל שרייבן זיי גאנץ שיין און בכבוד'יג, מיט פיל מער עהרע און ריספעקט ווי די סאטמאר'ע צייטונגען רעדן וועגן די אגודה.

אויף דיין ערשטן פוינט ביזסטו 100% גערעכט. דער "דער איד" תחת פיקוחו של ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו האט זיך אויסגעצייכנט מיט זיין שנאת ישראל און מאכן חוזק פון אלע גדולי ישראל וצדיקי עולם. אבער דיין צווייטער פוינט איז שווער צו פארשטיין. ווי אזוי קענמען שרייבן איבער די אגודה און מיינען סאטמאר?! 🙄 ❓ ❗

געפילטע פיש » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 3:39 pm

· #170553
ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד, אבער פאר אפאר דאלער שרייבט ער נאר גוטס אויף סאקמער. וואס טוט מען נישט פאר פרנסה?

outspoken » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 3:58 pm

· #170559
איך כ'האב הנאה פון זיין ארטיקל, ער ברענגט ארויס די שטארקע דיפערענס ציווישען די סאטמארע שיטה אז די ציונות איז חזיר טריפה און אגודה שיטה אז ס'איז א מדינה שלא עפ''י תורה.

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 4:05 pm

· #170564
YWN איז במחילת כבודם א דריטע קלאס זשורנאליסטישע ווערק. פיל מיט נגיעות מיט אינירליכע פאליטיק. די שרייבער רעפרוזענטען א געוויסע טיעם אויפן חסידישן, אידישען, אדער פאליטישע זייטן. ס'איז א געמיש פון נייעס, בלאג, לשון הרע און ספעלינג טעותים.

דער (פינטעל) איד » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 4:38 pm

· #170575
אפטעמיסט
ס'ווענד זיך ווי אמאל. אסאך מאל פראבירן זיי אראפרייסן סאטמאר, אבער אמאל שרייבן זיי גאנץ שיין און בכבוד'יג, מיט פיל מער עהרע און ריספעקט ווי די סאטמאר'ע צייטונגען רעדן וועגן די אגודה.

דע איד איז אפיציעל א סאטמארער צייטונג. יוו"נ איז אפיציעל פאר יעדן אייניג מילא איז דיין צוזאמשטעל נישט אין פלאץ.

גאלד » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 4:47 pm

· #170577
outspoken
איך כ'האב הנאה פון זיין ארטיקל, ער ברענגט ארויס די שטארקע דיפערענס ציווישען די סאטמארע שיטה אז די ציונות איז חזיר טריפה און אגודה שיטה אז ס'איז א מדינה שלא עפ''י תורה.


איך כאפ נישט וואס איז די חילוק? איז נישט א זאך חזיר טרייף נאר ווייל עס איז שלא ע"פ תורה?

outspoken » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 5:28 pm

· #170598
גאלד
outspoken
איך כ'האב הנאה פון זיין ארטיקל, ער ברענגט ארויס די שטארקע דיפערענס ציווישען די סאטמארע שיטה אז די ציונות איז חזיר טריפה און אגודה שיטה אז ס'איז א מדינה שלא עפ''י תורה.


איך כאפ נישט וואס איז די חילוק? איז נישט א זאך חזיר טרייף נאר ווייל עס איז שלא ע"פ תורה?



אנטשולדיגט פארן נישט גוט ארויסברענגען, סאטמארע שיטה אז די ציונות בעצם איז חזיר טריפה, אגודה שיטה אז ס'איז א מדינה וואס פירט זיך שלא עפ''י תורה.

דעת תורה » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 7:49 pm

· #170638
שוין לאנג געוואלט עפענען א אשכול דערוועגן, גראדע נישט דער פוינט האט מיר געבאדערט דוקא, נאר בכלל דאס ער איז מלא נגיעות און לויט דעם שרייבט ער כלומר'שטע אביעקטיווע נייעסן און אנאליזן. דאס האט גארנישט מיט סאטמאר דוקא, ער טוט אזוי מיט יעדן דבר שבקדושה. עס קען צומאל אויפרעגן א רעכט דענקענדן מענטש.

diff » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 8:23 pm

· #170642
דער (פינטעל) איד
דע איד איז אפיציעל א סאטמארער צייטונג

Not True

shem-tov » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 10:21 pm

· #170690
יוו"נ רעגט מיך נאך אלץ סאך ווייניגער אויף ווי ווין ניוס. ווי"ן איז דאך משלנו א סאטמארער חסיד און שטעלט זיך אבער אהער ווי א פארביסענער מאדערענער. מיך באדערט בכלל נישט אז אז יוו"נ האקט אויף סאטמאר. כמיין סאטמאר איז אזוי גרויס קע"ה סאיז בערך ווי די האקסט אויף די גאווערמענט. אבער ווען ווי"ן נעמט זיך פארשמירן זייער בלעטער מיט בלוט פון היימישע יודן. פרטיותדיגע מעשיות און טרינקט דאס בלוט מיט אזא שמחהיעדעס מאל ווען סאיז דא עפעס אקיוזעישאנס. נעם למשל לעצטענס די מעשה פון י. מ. ער האט אים באשמוצט צוזאמען מיט די גאנצע גוישע מידיע אבער ווען די קאורט האט עס ארויסגעשליידערט האט ער פארשטייט זיך עס בכלל נישט געפילט פאר וויכטיג צו באריכטן. דאס איז אן עבירה שאין דוגמתה איך האב מיך שוין טאקע היבש אפגעוואוינט צו ליינען זייערער קאפי פעסט ניייעס

דעת תורה » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:44 pm

· #170716
ווער איז י.מ.? איך כאפ נישט.

ברוך שאמר » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 7:38 am

· #170766
berlbalaguleh
אפטעמיסט
ס'ווענד זיך ווי אמאל. אסאך מאל פראבירן זיי אראפרייסן סאטמאר, אבער אמאל שרייבן זיי גאנץ שיין און בכבוד'יג, מיט פיל מער עהרע און ריספעקט ווי די סאטמאר'ע צייטונגען רעדן וועגן די אגודה.

אויף דיין ערשטן פוינט ביזסטו 100% גערעכט. דער "דער איד" תחת פיקוחו של ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו האט זיך אויסגעצייכנט מיט זיין שנאת ישראל און מאכן חוזק פון אלע גדולי ישראל וצדיקי עולם. אבער דיין צווייטער פוינט איז שווער צו פארשטיין. ווי אזוי קענמען שרייבן איבער די אגודה און מיינען סאטמאר?! 🙄 ❓ ❗

ווער עס ווייסט אין ווער עס געדעינקט האבן זיי געשריבן אויף די מויעצת גדולה התורה וואך נאך וואך "ימח שמם וזכרם !

שצם_חנכל » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 7:50 am

· #171316
ברוך שאמר
ווער עס ווייסט אין ווער עס געדעינקט האבן זיי געשריבן אויף די מויעצת גדולה התורה וואך נאך וואך "ימח שמם וזכרם !

דאס צו גלייבן דארף איך אליין זעהן!
דרייט זיך דא איינער וואס געדענקט דאס?

היסטאריקער » דינסטאג יאנואר 5, 2016 4:31 pm

· #316158
שצם_חנכל
ברוך שאמר
ווער עס ווייסט אין ווער עס געדעינקט האבן זיי געשריבן אויף די מויעצת גדולה התורה וואך נאך וואך "ימח שמם וזכרם !

דאס צו גלייבן דארף איך אליין זעהן!
דרייט זיך דא איינער וואס געדענקט דאס?


שקר וכזב, קיינמאל נישט געשריבן, אפילו פערזענליך האבן זיי קוים געשריבן

ווייל אזוי » דאנערשטאג יולי 13, 2017 12:07 am

· #378902
שוין נישט נאר קעגן סאטמאר
ישיבה ווארלד ניוז איז ברייט באקאנט אלץ די אפיציעלע אידישע ניוז סטעישן אבער לעצטענס קומען זיי גאר אונז באשמוצן.

אפאר טעג צוריק איז א קינד שיעור נישט אראפגעקלאפט געווארן אין מאנטיסעלא און די אינגערמאן האט ארויסגעלייגט זיין דעשש קעם אז מ'זאל זעהן זעהן און באקומען אווערניס, איז געקומען YWN און געמאכט ברעיקינג ניוז און געוויזן פאר די וועלט ווי כלומרשט מיר קערן נישט אויף אונזער קינדער.

די זעלבע זאך נעכטן ווי א פייער טראק איז געפארן ראנג וועי און זיי מאכן ווייטער א שטינק כאילו אונז רעספעקטירן נישט אונזער וואלאנטירן.

איז דאס אונזער ניוז סטעישן וואס פארטרעט כלל ישראל, אונז האבן נישט גענוג גויש'ע מידיע וואס זוכן אונז צו באשמיצן אז אונז דארפן צוקומען צו אונזער אייגענע ניוז ריפארטער'ס.

און ווער שטיצט זיי אונז אידישע ביזנעסער וואס אדווערטייזן דארט.

פארוואס, פארוואס, פארוואס.

diff » דאנערשטאג יולי 13, 2017 6:58 am

· #378917
ס בעיקר חסידים וואס פאלגען נישט געזצען. אלס שומר חסידים ד'

שושן פורים » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 1:32 am

· #439249
שוין העכסט צייט איינצוזעהן, ישיבה ווארלד ניוס איז נישט קיין לעגיטימע נייעס קוואל, נאר א אגענדע געטריבענע נייעס אנאנים.

צו זיין מזל שטימט א גרויס חלק כלל ישראל מיט מיט זיינע אגענדעס ודעות און ממילא איז ער מצליח.

איך אויך » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 1:47 am

· #439252
ווי זעהסטו דא א מערכה? גיי ווייס צו דער אנטיסעמיט קארבין ווייסט אז דער יונגאטש וויינבערגער מיט זיין 'יונייטעד יוראפיען דשוס' רעפרעזענטן פונקט צוויי מיט א האלב מענטשן.

בלייבט נאר איבער צו ווינטשן פאר דעם וויינבערגער אז זיין משפחה זאל [פארמעקט] און דערנאך עמער זעהן וועלכע בריוון ער וועט שרייבן.

סאטמארערס כשהן יורדין, יורדין עד לעפר.

<a class="postlink" href="https://www.bhol.co.il/news/1053842">https://www.bhol.co.il/news/1053842</a>

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 8:39 am

· #439270
דו ביסט א סאטמארער? ווי קומט עס אזא קללה אויף א איד? ער איז נישט גערעכט, אבער אזעלכע קללות פאסען נישט אויף אונזער ברידער און שוועסטער

סדרן » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 9:17 am

· #439272
פארמעקט די העסליכע קללות און אויסגעשפארט דעם שרייבער פאר א שטיק צייט.

מפיל קינד » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 9:53 am

· #439273
איך שעץ די ארבעט פון די הנהלה מיט'ן מעקן און אויסשפארן, ווייל דאס ווייזט אז יש דין ויש דיין, אבער ס'באדערט מיר א פונקט אזא געשעצטע ניק זאל פאלן א קרבן. כ'האף ס'איז נישט פאר צו לאנג.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 9:54 am

· #439274
איך ווייס נישט צו איך וואלט געבעטן אזא שארפער תגובה צו זיין עוולה. פארמעקן און ווארענן וואלט גענוג געווען. עס זעט אויס אז בשעת מעשה האט ער זיך פארלוירען אביסל און נישט געכאפט וואס ער שרייבט.

real fake news » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 1:05 pm

· #439286
כפארשטיי נישט די רולס וואס מעג מען יא און נישט שעלטן? פארוואס ווען משרייבט ימ"ש אויף א איד איז נישט קיין פראבלעם? זעה דא

(BTW כבאמערק יעצט אז סאיז די זעלבע ניק סאו אפשר קומצעכים טאקע צו ווערן אויסגעשפארט)

Hashemschild » מאנטאג יוני 5, 2023 4:05 am

· #527206
[ציטאט אראפגענומען]
די ״ישיווע ווארלד״ איז מוחה פאר ״כבוד התורה״


די סענזאציע ענגלישע רוי-געבאקענע נייעס-טראסקער ״די ישיבע ווארלד״ איז פרייטאג ארויסגעקומען מיט א נייעס און א מחאה נמרצת קעגן די צייטונג ״דער איד״.

צייגענדיג א בילד פון דער פראנט זייט פון ״דער איד״ איז ״די ישיווע ווארלד״ מוחה קעגן דעם וואס ״דער איד״ האט נישט באריכטעט איבער דער הסתלקות פון דעם ליטווישן גדול און מנהיג רוחני פון דער דגל התורה פארטיי הגאון רבי גרשון עדעלשטיין זצ״ל. כאילו ״דער איד״ איגנארירט און איז מזלזל אין דעם כבוד פון א גדול בישראל צוליב ״אידעאלאגישע דיפערענצן״.

ווייל זילזול אין כבוד התורה, ווי איר דארפט פארשטיין, איז א זאך וואס די ״ישיווע ווארלד״ קען נישט פארשווייגן.

אז איר גיט אבער בלויז איין בליק אין ״דער איד״ וועט איר זען אז ״דער איד״ האט שוין איינמאל באריכטעט וועגן דער הסתלקות פון הגאון רבי גרשון עדעלשטיין זצ״ל. אויף דער צווייטער זייט, וואו זיי באריכטן שוין יארן וועגן דער הסתלקות פון רוב גדולי ישראל. זיי מעלדן אויך, אז די קומענדיגע וואך וועלן זיי שרייבן א לענגערע הערכה איבער הגאון הגדול רבי גרשון עדעלשטיין זצ״ל.

די הסתלקות פון יעדן רב, ראש ישיבה, און אוודאי יעדען גדול בישראל ווערט דארט לענגער באשריבן, אפגעזען פון ״אידעאלאגישע״ אדער שיטה דיפערענצן.

אויב איז עמיצער מזלזל אין כבוד התורה איז עס דווקא די צייטונג פון דער ״דגל התורה״ פארטיי, די צייטונג ״יתד נאמן״.

ווען דער ירושלימער רב הגה״צ רבי יצחק טוביה ווייס זצ״ל איז לעצטן יאר נסתלק געווארן האט עס דער ״יתד נאמן״ באריכטעט אין פארעווע געציילטע ווערטער.

כבוד התורה.

ווען הגה״צ רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן זצ״ל דער ראב״ד פון קהל יטב לב ד׳סאטמאר איז נסתלק געווארן איז דאס אין ״יתד נאמן״ געווען לא יזכר ולא יפקד.

כבוד התורה.

אבער ווייסט איר וועמען דער ״יתד נאמן״ האט באריכטעט מיט פראנט פעידזש קידוש לבנה אותיות? ווען דער רשע ונואף, חוטא ומחטיא, דער שרייבער ח. ו. האט געמאכט א סוף צו זיין לעבן האבן די ווערטער ״זכרונו לברכה״ פארנומען א האלבע זייט. די נייעס פון זיין פארלוסט איז באריכטעט געווארן איבער א האלבע זייט פון יתד נאמן׳ס פראנט פעידזש, כאילו כלל ישראל האט פארלוירן איינעם פון די גדולי הדור, און נישט איינעם פון די מחטיאי הדור.

כבוד התורה.

היינט זונטאג בהעלותך קומט פאר דער גרויסער כינוס ״אדירי התורה״ פון ליטווישע לעיקוואודער בני תורה אין פילאדעפיע. פאר דעם צוועק זענען פון בני ברק ספעציעל געקומען צו פארן הגאון רבי מאיר צבי בערגמאן שליט״א, איידעם פון הרב שך זצ״ל, און הגאון האדיר רבי דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע שליט״א.

דער ״יתד נאמן״ דערמאנט אבער נישט קיין ווארט וועגן הרב בערגמאן. זיין נאמען אין ״יתד נאמן״ איז לא יזכר ולא יפקד. צוליב פאליטישע כוחות-פארמעסטן אינערהאלב די דגל התורה פארטיי, ובפרט נאך דער הסתלקות פון הגר״ג עדלשטיין, טאר הרב בערגמאן׳ס נאמען נישט דערמאנט ווערן.

כבוד התורה.

ווען הגאון רבי שאול אלטער שליט״א, פון די גרעסטע גאונים בדורינו, האט מיט אנדערהאלבן יאר צוריק באזוכט אין אמעריקע האט ער געקראגן דעם גרעסטן קבלת פנים, מצד אלע שיכטן און קרייזן אין אמעריקע, אפגעזען פון אידעאלאגישע דיפערענצן, מער ווי סיי וועלכער גדול אין דער אמעריקאנער געשיכטע. די רעליגיעזע און ״חרדישע פרעסע״ אין ארץ ישראל האט אבער צוליב ריין פאליטישע און פינאנציעלע אינטערעסן, אנגענומען א פול מויל און נישט באריכטעט כי הוא זה פון דער נייעס.

דער ״יתד נאמן״ און אלע אנדערע צייטונגען האבן נישט באריכטעט קיין אות אחת, נישט אויף דער ערשטער זייט, נישט אויף דער צווייטער זייט, און נישט אויף דער צענטער זייט.
קיין אות אחת.

כבוד התורה.

די ״יעשיווע ווארלד״
צוזאמען מיט דעם ענגלישן ״חרדיש-מאדערן-ארטאדאקסישן״ Ami מאגאזין זענען ליידער פאראנטוואטליך פארן אריינברענגען ראדיקאל ציוניסטישע און ראדיקאל עקסטרעם רעכט אמעריקאנער פאליטישע אידייען צווישן חרדישן ציבור. ווייסט איר וועמען דער ״עמי״ האט די וואך געהאט אויפן פראנט קאווער?

הגאון רבי גרשון עדעלשטיין זצ״ל?
וואו, וואס, ווען.

זיי האבן געהאט א גאר וויכטיגערן פערזענליכקייט אויפן קאווער, - להבדיל בין טומאה לטהרה.

דער גאנצער פראנט קאווער פון עמי האט געהאט דעם בילד פון
Mr Wonderful.

ווער איז דאס דער דער מיסטער וואנדערפול?

א גויאישער פערזענליכקייט אויף אמעריקאנער טעלעוויזיע.

ער איז געווען אזוי עקסייטעד אז זיין מאגאזין האט געקראגן אן אינטערוויו מיט מיסטער וואנדערפול פון די ״שארקס״ אויף דער טעלעוויזיע אז ער האט אים געמוזט מאכן פארן הויפט פיטשור און קאווער פאטא פון זיין שעטנז-מלא-דעות-כוזבת מאגאזין.

כבוד התורה.

ב. י. ק.

פונדאַמענטאַל » מאנטאג יוני 5, 2023 12:12 pm

· #527232
Re: די מערכה פון "ישיבה ווארלד ניוס" קעגן סאטמאר
איז YWN מקושר אויף עפעס אן אופן מיט דגל יתד אדער עמי?
יא יתד שפילט שמיציגע פאליטיג פונקט ווי - די איד! דאן איז וואס? וואס האט YWN צוטוהן מיט די נער'ישע פאליטיק פון די חרדים אין א''י? עמי האט געהאט א באזונדערע אויסגאבע לכבוד הרב אדלשטיין ממילא איז עס איז נישט געווען אויף די קאווער פון די מאגאזין. Don't get me wrong איך געב נישט קיין דאם אויף די גאנצע נושא, אבער די יתד - עמי - ציונות - אמריקא טשולנט איז בול-ש.

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk

ודברת בם » מאנטאג יוני 5, 2023 1:22 pm

· #527234
די גאנצע חרדי עסטעבלישמענט איז איין מהלך און איין קאסע!!

דער ב.י.ק. קאכט זיך דערין כאילו במציאות איז איינער מער עטיש ווי דער צווייטער און די שאלה איז ווער - "דער איד", "יתד" אדער "עמי"? מה בין בני לבן חמי פרעגט ער מיט א קעלבערנע תמימות אדער מיט א קאלקיוּלעטעד מאניפאלאציע.

די ענטפער צו זיין שאלה איז, סדנא דערעא חד הוא, איז ס'איז איין גרויסע טשולענט פון אידן וואס כבוד התורה אינטערעסירט זיי נישט. ביידע זענען גערעכט! "ישיבה ווארלד" און דער טאלאנטפולע שרייבער ב.י.ק.

ויכה יוסי את יוסי וכבר אמרו חז"ל פירוד רשעים נאה להם ונאה לעולם.

איציקל » מאנטאג יוני 5, 2023 2:20 pm

· #527236
פונדאַמענטאַל
איז YWN מקושר אויף עפעס אן אופן מיט דגל יתד אדער עמי?
יא יתד שפילט שמיציגע פאליטיג פונקט ווי - די איד! דאן איז וואס? וואס האט YWN צוטוהן מיט די נער'ישע פאליטיק פון די חרדים אין א''י?
וואס מיין ברודער, דער באשעפער'ס קינד, ברענגט ארויס איז, אז ווען YWN באשמוצט סאטמאר מיינען זיי גארנישט כבוד התורה, והא ראיה אז ווען דער יתד באגייט אן עולה באריכטן זײ דאס נישט. הגם אז מען קען מחלק זיין צווישן א גדול הדור און א גרויסע רב אין וויליאמסבורג, אבער דאס פארענטפערט נאכנישט דאס נישט באריכטן פטירת הגאב"ד עדה"ח.
להערה בעלמא, דער שרייבער דארט אויף YWN, מאכט א טשאלנט צווישן אגוד"י אין א"י און דער אגודה דאהי אין אמעריקע, וואס הגם זײ זענען ציוניסטיש געשטימט (אפיציעל אדער אומאפיציעל, איך ווייס נישט), אבער דאס איז קלאר אז דאס איז נישט זייער תכלית, און זיי זענען נישט פארנומען דערמיט. (דאס וואס גדולים אדמורים זענען געווען קעגן דער אגודה, האט לאו דוקא, אדער בכלל נישט צוטוהן מיט זייער שטעלונג כלפי ציונות, ואכהמ"ל).

פונדאַמענטאַל » מאנטאג יוני 5, 2023 2:39 pm

· #527237
אזויווי @ודברת בם האט געשריבן, זענען זיי ביידע די זעלבע היפאקריטן, איך האלט נישט אז YWN איז מיט עפעס בעסער ווי די איד. איך האב מיך מתייחס געווען צו די ספעציפישע סאטמארע ענטפער צו YWN ווי זיי פרובירן זיך צו פארענטפערן מיט א געמישטע קיגל.

גפן » מאנטאג יוני 5, 2023 3:44 pm

· #527240
Hashemschild
כבוד התורה.

ב. י. ק.
ווער איז דאס?

חובב ציון » מאנטאג יוני 5, 2023 3:44 pm

· #527241
געפערליכע העצע דארט אין די קאמענטס אויף ywn , כ׳קען ממש נישט פארשטיין וויאזוי זיי מאכן זיך אזוי צו טוהן, וואס אינטערסירט זיי אפילו וואס די איד שרייבט אדער נישט, כ׳כהאב ניטאמאל געוויסט עס איז נאך דא מענטשען וואס קויפן עס..

כ׳האב געזעהן איינעם שרייבן אז ער האלט מען זאל בענען סאטמערע מצות אזויווי אנגל בעקעריי פאר די בזיון התורה...

ששון ושמחה » מאנטאג יוני 5, 2023 6:39 pm

· #527253
.
📎 Fx4FeZ5XwAE3Cww.jpeg

הייליגע קאקאש קעיק » מאנטאג יוני 5, 2023 7:31 pm

· #527262
ששון ושמחה
.
איך בין גראדע א שטארקע פאטריאט פון די קהילה, אבער די אמת פאטש מיר אין פנים, (נישט אז איך קוק אן די אנדערע סאטמער אלס בעסער, זיי האבן זיך זייערע שמוץ)

זייער נייגעריג » מאנטאג יוני 5, 2023 8:07 pm

· #527269
פונדאַמענטאַל
איז YWN מקושר אויף עפעס אן אופן מיט דגל יתד אדער עמי?
יא יתד שפילט שמוציגע פאליטיג פונקט ווי - די איד! דאן איז וואס? וואס האט YWN צוטוהן מיט די נער'ישע פאליטיק פון די חרדים אין א''י? עמי האט געהאט א באזונדערע אויסגאבע לכבוד הרב אדלשטיין ממילא איז עס איז נישט געווען אויף די קאווער פון די מאגאזין. Don't get me wrong איך געב נישט קיין דאם אויף די גאנצע נושא, אבער די יתד - עמי - ציונות - אמריקא טשולנט איז בול-ש.
די mishpacha האט געהאט נישט די עמי.
ולגופו של ענין די עמי גייט זיכער האבן די וואך, זיי האבן נישט קיין שום סיבה אים צו איגנארירן.

דערהויבענע איד » מאנטאג יוני 5, 2023 8:32 pm

· #527271
איך האב נישט קיין געדולד אריינצוגיין אין דיני דברים דא, אבער דאס אז מ'רעדט פון הרב פרידמאן צו צוגלייכן אפילו מיט די אויסרייד אז ''מ'גלייכט נישט צו'' וויייזט ווי איגנערענט און אייסעלעיטעט סאטמער איז פון כלל ישראל.

ס'קען טאקע זיין אז דאס אז דער איד האט געלייגט אויפן סעקאנד פעיזש די לוי' איז גענוג, אבער ווי זאגט מען, אויף מיר זאגט מען נישט אזעלכע זאכן, און א חושד בכשרים זענען זיי זיכער נישט.

בעל אחריות » מאנטאג יוני 5, 2023 8:33 pm

· #527272
סאטמאר וויינט אז מען טשעפעט זיי?? אז מען דערלעבט דערלעבט מען...

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 5, 2023 9:05 pm

· #527274
רבותיי: ווי א יעדער ווייסט. און ספעציעל מיינע גאר גוטע "פריינט" דער בעל ריח הניחוח און זיין קאלעגע דער "מנהל". וכל שום וחניכא דאית להו. וואספארא גרויסער "פארעהרער" איך בין פון "דער איד" וסייעתו. נאר דא האט זיך ישיבה ווירלד געדראפעט אויף די גראדע ווענט. ס'הייסט סאטמאר און דער איד זענען באגאנגען די "גרויסע" און אומפארגעבליכע עוולה. א ביזיון התורה גאר...! זיי האבן באשריבן די לווי' פון הגאון ר"ג עדלשטיין אויפ'ן צווייטן פעידזש. און נישט ארויסגעקומען מיט גרויסע, רויטע קידוש לבנה אותיות אויפ'ן גאנצן ערשטן פעידזש. אזוי ווי דער יתד נאמן האט פארלאנגט.

אין וועלכן סעיף אין שו"ע שטייט אז דער גדול הדור ביי די ישיבה'שע וועלט איז אויך פאררעכנט פאר'ן גדול ומנהיג הדור אין סאטמאר אדער אין סיי וועלכע אנדערע קהילה?!

דער יתד און ישיבה וואוירלד באריכטן אויך נישט אויפ'ן ערשטן פעידזש ווען גדולי ישראל פון די סאטמאר'ע קהילה זענען נפטר געווארן. אזוי ווי די פטירה פון הרה"ג ר' י"ט ווייס זצ"ל. און אנדערע חשוב'ע אידן און אויסגערופענע תלמידי חכמים פון די סאטמאר'ע קהילה.

קהל'ס נער » מאנטאג יוני 5, 2023 9:13 pm

· #527275
סיי יוו"נ און סיי די דער יוד זענען די זעלבע לאו לעוועל גארביזדש אג'ענדע נייעס קוואלן, סה"כ אויף אנדערע זייטן.
ווי גייט די ווארט, זעלבע ש.. אנדערע נאמען.

בעל אחריות » מאנטאג יוני 5, 2023 9:14 pm

· #527276
זיידי, מיט דיין פוינט בין איך מסכים, אבער נישט מיט דיין צושטעל, ווי איינער האט שוין ארויסגעברענגט רב אדלשטיין איז נישט נאר געווען די גדול פון איין קהילה, ער איז געווען פון די גדולי הדור, און ער איז נישט די קיין צושטעל צו רבי ישראל חיים מנשה,

מתבודד » דינסטאג יוני 6, 2023 1:19 am

· #527307
צו נוצן א תורה אלס א קרדום לחפור בה שטייט שוין: רבי צדוק אומר, אל תעשם עטרה להתגדל בהם, ולא קרדום לחפור בהם. הא למדת, כל הנהנה מדברי תורה, נוטל חייו מן העולם, קען מען זיך שוין פארשטעלן ווען מ'נוצט א 'צווייטנ'ס' תורה אלס קרדום ארפצוקלאפן א 'דריטן'...

מר. קלונימוס » דינסטאג יוני 6, 2023 2:03 am

· #527308
בעל אחריות
סאטמאר וויינט אז מען טשעפעט זיי?? אז מען דערלעבט דערלעבט מען...
קיינער וויינט נישט יעדער לאכט...

דוד שריפטליך » דינסטאג יוני 6, 2023 2:55 am

· #527311
berlbalaguleh
רבותיי: ווי א יעדער ווייסט. און ספעציעל מיינע גאר גוטע "פריינט" דער בעל ריח הניחוח און זיין קאלעגע דער "מנהל". וכל שום וחניכא דאית להו. וואספארא גרויסער "פארעהרער" איך בין פון "דער איד" וסייעתו. נאר דא האט זיך ישיבה ווירלד געדראפעט אויף די גראדע ווענט. ס'הייסט סאטמאר און דער איד זענען באגאנגען די "גרויסע" און אומפארגעבליכע עוולה. א ביזיון התורה גאר...! זיי האבן באשריבן די לווי' פון הגאון ר"ג עדלשטיין אויפ'ן צווייטן פעידזש. און נישט ארויסגעקומען מיט גרויסע, רויטע קידוש לבנה אותיות אויפ'ן גאנצן ערשטן פעידזש. אזוי ווי דער יתד נאמן האט פארלאנגט.

אין וועלכן סעיף אין שו"ע שטייט אז דער גדול הדור ביי די ישיבה'שע וועלט איז אויך פאררעכנט פאר'ן גדול ומנהיג הדור אין סאטמאר אדער אין סיי וועלכע אנדערע קהילה?!
מיט דעם האסטו א פוינט

דער יתד און ישיבה וואוירלד באריכטן אויך נישט אויפ'ן ערשטן פעידזש ווען גדולי ישראל פון די סאטמאר'ע קהילה זענען נפטר געווארן. אזוי ווי די פטירה פון הרה"ג ר' י"ט ווייס זצ"ל. און אנדערע חשוב'ע אידן און אויסגערופענע תלמידי חכמים פון די סאטמאר'ע קהילה.

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 6, 2023 1:32 pm

· #527372
בעל אחריות
זיידי, מיט דיין פוינט בין איך מסכים, אבער נישט מיט דיין צושטעל, ווי איינער האט שוין ארויסגעברענגט רב אדלשטיין איז נישט נאר געווען די גדול פון איין קהילה, ער איז געווען פון די גדולי הדור, און ער איז נישט די קיין צושטעל צו רבי ישראל חיים מנשה,
בעל אחריות: דו ביסט גערעכט. איך קען נישט טראכטן פון איינעם בדור הזה וואס איז צו פארגלייכן אין גדלות בתורה ובצידקות צו הרה"ג ר'"ג עדלשטיין. ס'איז ליידער נישטא. נאר מיין נקודה איז עפעס אנדערש. א גדול בישראל, ווי גרויס ער זאלל נאר זיין. אויב געהערט ער נישט דירעקט צו מיין גרופ, וועל איך (ליין דער איד) און ליינערס נישט סעלעברעיטן אויף דעם זעלבן לעוול ווי די מענטשן פון די אייגענע גרופ.

איך וועל פרובירן צו זיין וואס מ'רופט אין ענגליש "דעוויל'ס עדוואקעיט" . קוקן פון די שטאנדפונקט פון די "אנדערע". זיי האבן דאך נישט געשריבן (ח"ו) קיין דברי בזיון וזילזול. זיי האב נאר נישט אפגעגעבן דעם כבוד הראוי פאר א גדול בישראל. מילא. דאס איז נישט דער איינציגסטער און הארבסטער חטא פון אזא בלעטל ווי "דער איד".

מר. קלונימוס » דינסטאג יוני 6, 2023 2:07 pm

· #527376
[ציטאט אראפגענומען]
ס'איז אר''י ''נייעס''. וואלט הרב אדלשטיין זצל געוואוינט אין ברוקלין וואלט עס אויך געווען פראנט פעידזש אינעם איד.

מר. קלונימוס » דינסטאג יוני 6, 2023 2:24 pm

· #527379
איך קלעטער נישט אויף ווענט.. איך זאג נאר פארוואס דער יתד דארט האט נישט געקענט איגנארן ר'יט פטירה. פארוואס דער איד האט דא נישט געלייגט אויפן פראנט פעידזש ווייס איך נישט פונקטליך אבער מיט פאליטיק האט עס נישט צו טון והא ראי הרב אלישיב מיט הגרח''ק האבן יא באקומען פראנט זייטן. לכאורה האט עס מיט דעם אז אדלשטיין איז נישט געווען באקאנט דא ביים אמעריקאנער היימישער עולם

וואלווי » דינסטאג יוני 6, 2023 2:25 pm

· #527380
אינטערסאנט באמת צו פארשטיין על מה יצא הקצף, אויב די קרומער גייט קרום איז עס דאך גראד...

צייטונגען ווערן נאר געגרינדעט פאר אגענדע. פון די פרומסטע ביז די פרייסטע. שטופן אמת'דיגע כבוד שמים איז אויך אן אגענדע. קיינער אין די פרעס איז נישט דא כדי מהנה זיין אנדערע יודען מיט נייעס. צייטונגען זענען דא צו מאכן געלט פון עדס אדער שטופן אגענדעס. ס'איז איינע פון די צוויי אדער ביידע גאר. המודיע, המבשר, הפלס, יתד, מחנה החרדי, בלאט, איד, דזשואיש פרעס, קינדליין, השמיעיני את קולך וכו' שטיצן אלע אגענדעס, אפילו אויב ס'איז ריין לשם שמים, דאך שרייבט ער וואס "ער" וויל "דו" זאלסט הערן אדער נישט הערן.

אזוי ווי @ודברת בם דערמאנט, יכה יוסי את יוסי, וינוחו בשלום על משכבם...

נכתב בצדו ובצדו ממש. ווען חברה דא ניט פיק'ן אייוועלט שרייבעריי האט עס אויך אזא פנים. וואס דען זענען מיר דא? מיר שטופן אלע א פלאטפארמע. מיר אלע האבן זאכן וואס מיר שרייבן דוקא יא אדער דוקא נישט. מיר זענען נישטא פאר נייעס per se, מיר זענען דא צו טראגן א מעסעדזש. מיר באריכטן נישט אלעס וואס אייוועלט שרייבט, און זיי לאזן אויס טאפיקס וואס מיר פילעווען אין.

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג יוני 6, 2023 4:05 pm

· #527391
Re: די מערכה פון "ישיבה ווארלד ניוס" קעגן סאטמאר
מר. קלונימוס
[ציטאט אראפגענומען]
ס'איז אר''י ''נייעס''. וואלט הרב אדלשטיין זצל געוואוינט אין ברוקלין וואלט עס אויך געווען פראנט פעידזש אינעם איד.
יא? ווען הגר"מ פיינשטיין זצ"ל איז נפטר געווארן איז עס געווען אויפן פראנט פעידזש?? כ'פרעג נאר, נישט אז כ'געדענק קלאר אז נישט.

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

מר. קלונימוס » דינסטאג יוני 6, 2023 7:37 pm

· #527425
דער גאלדענער אדלער
מר. קלונימוס
[ציטאט אראפגענומען]
ס'איז אר''י ''נייעס''. וואלט הרב אדלשטיין זצל געוואוינט אין ברוקלין וואלט עס אויך געווען פראנט פעידזש אינעם איד.
יא? ווען הגר"מ פיינשטיין זצ"ל איז נפטר געווארן איז עס געווען אויפן פראנט פעידזש?? כ'פרעג נאר, נישט אז כ'געדענק קלאר אז נישט.

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
📎 IMG-20230606-WA0187.jpg