אנקעטע: וועלכע נייעס סייט איז דיין ערשטע read פאר נייעס?
30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5494
אנקעטע: וועלכע נייעס סייט איז דיין ערשטע read פאר נייעס?
וועלכע וועבסייט פאר נייעס ליינט איר דאס ערשטע פאר דע לעצטע נייעס? וועלכע איז פאר דיר די מערסט אינטערעסאנט? און וועלכע איז מערסט באגלייבט? ס'מוז נישט גיין צוזאמען אלע דריי.
איז עס CNN ?
דע טיימס ?
דראזש ?
וואסינייעס ?
גוגל נייעס ?
יאהו ?
MSNBC ?
FOX ?
קאווע שטיבל ?
אייוועלט ?
האפיגטען פאסט ?
BBC ?
USA TODAY ?
מקען צולייגן אויב ס'נישט אויף מיין ליסט
מיין בעסטע איז קול מבשר און די מערסט באגלייבסט איז לוח הציבור
אאופס וויאזוי האב'ך געקענט פארגעסן פון קול מבשר. זאגסטו אז דאס איז דיין באגלייבסטע אדער ערשטע? מ'קען נישט גיין צו זיי פאר אלע סארט נייעס
וויאזוי האסטו געקענט פארגעסן AP וואס איז דער מקור פאר רוב פון די אלע סייטס? איך היפ איבער אלע נאכקאפירער און איך ליין דירעקט AP.
מערסט אינטרעסאנט איז ע"פ רוב די מקוה נייעס
אליצפן איך בין מחולק. איך גלייב אז ווייניג ליינען AP במקורה. און דע אלע וואס איך האב אויסגערעכנט נעמען נישט פון AP געווענליך זיי האבן אלע אייגענע רעפארטערס
קוק גוט וועסטו זען כמעט אלע האבן די זעלבע נוסח, און שרייבען מיט קליינע אותיות AP.
האפינגטאן פאסט ווייס איך שרייבט אייגנס. אפשר bbc אויך. דראדזש ברענגט טאקע פון איבעראל.
איך פרעג פארקערט. וועלכע נייעס קוואל איז די ווייניגסטע אינטערסאנט און באגלייבט?
דער איד?
דער בלאט?
די צייטונג?
נחום ראזענבערג?
Truetorahjews. Com?
נטרונא'ס פלייערס?
קרני צבי?
וואטסעפפ?
מ'קען צולייגן אויב ס'איז נישט אויף מיין ליסטע.
אליצפןקוק גוט וועסטו זען כמעט אלע האבן די זעלבע נוסח, און שרייבען מיט קליינע אותיות AP.
האפינגטאן פאסט ווייס איך שרייבט אייגנס. אפשר bbc אויך.
ביטע. CNN BBC און טיימס האבן על פי רוב אייגענע רעפארטערס פארשפרייט איבער'ן וועלט. און דראזש איז א ליקוט פון אלעס
איך וואלט געוואלט אז איינער אנדערש זאל איבערשרייבן מיין אנקעטע ווייל אין מיין אשכול וויל כמעט קיינער נישט אנטיילנעמען.
נייעס באקום איך פון טוויטער. א העדליין וואס איז מיר אינטערעסאנט עפן איך אויף דעם ארטיקל.
קיין איינס נישט. אזויווי איר הערט, איך לייען נישט קיין נייעס. אויב איז עפעס אינטערעסאנט שיקט מען דאך ארום לינקס, אויב איז עס נישט אינטערעסאנט פארוואס זאל איך ספענדען צייט דערויף?
אויב עפעס לייען איך טעכנעלאגישע און סייענס נייעס, אויף סייטס ווי למשל Engadget, TechMeme, וכדו', און phys.org וכדו'.
אפטעמיסטמערסט אינטרעסאנט איז ע"פ רוב די מקוה נייעס
נו פוי פעך
😂 😂 😂
דער (פינטעל) אידאליצפןקוק גוט וועסטו זען כמעט אלע האבן די זעלבע נוסח, און שרייבען מיט קליינע אותיות AP.
האפינגטאן פאסט ווייס איך שרייבט אייגנס. אפשר bbc אויך.
ביטע. CNN BBC און טיימס האבן על פי רוב אייגענע רעפארטערס פארשפרייט איבער'ן וועלט. און דראזש איז א ליקוט פון אלעס
יא ביזט גערעכט זיי האבן אייגענע ריפארטערס אבער נישט נאנט אזוי סאך ווי די אפ אדער רויטערס וואס זיי זענען די גרעסטע. און cnn fox און אלע אנדערע נעמען אייביג פון אפ פירסט ריפארטס. ביי יעדע גרויסע ברעקינג ניוס וואס קומט אומגעראכטן און איז נישט און א סיטי ווי ניו יארק סיטי וכדומה וועלן אלע נעמען פירסט ריפארטס פון אפ.
ליתר בירור, ווען נאה דואש שרייבט 'אפ' , מיינט ער AP..
מ'קען שטימען ביז פרייטאג. נאכדעם גיי איך מער נישט דא קוקן אדער רעאגירן.
וואס איז נייעס - פאר היימישע נייעס.
YWN - פאר גע'ספינטע היימישע נייעס.
קול מבשר - ווען איך וויל הערן די G&G לעצטע עד.
Hffington - פאר א ליבעראלע בליק.
CNN - פאר ברעקינג ניוס.
דעלי ניוס אדער די פאסט - פאר לאקאלע ברעקינג ניוס.
די טיימס - פאר אנאליזין.
די וואל סטריט זשורנאל - פאר ביזנעס.
דראזש - פאר חזרה.
BBC, AP, אדער רויטערס - ווען די אנדערע רעדן נישט קלאר.
קאווע שטיבעל
אידשע און אלגעמיינע נייעס פאר אידשע נייעס
געזעלשעפט פאר.....
וויסענשאפט פאר וויסענשאפטלכע נייעס
טעכנעלאגיא פאר טעכ.... נייעס
מאחורי פאר מאחורישי נייעס
קינסט פאק קינסטלעכע נייעס
איך דארף אויך שטימען.
קודם גייט מען צו דראזש צו זען צו וועלכע צייטונג מ'דארף בכלל גיין... מ'דארף דאך וויסן וואס איז אויף דע אגענדע
וואסי נייעס איז כמעט דער זעלבער בחינה
דעילי ניוז פאר לאקעל נייעס
טיימס ווען ס'איז דא מלחמות אדער העווי נאצינאלע נייעס
איינמאל א טאג גיי איך צו גוגל ניוז וואס איז אויסגעשטעלט ספעציעל פאר מיר נאציאנאלע נייעס געזונטהייט נייעס און דארט קומט מען אן צו ווי זיי פירן מיר.
דאס אלעס מער ווייניגער.
***
ערב יום הקדוש נאך מנחה געב איך א בליק אריין אין אייוועלט.
איין וועבסייט וואס איז גאר גוט איז מידיעאייט, זיי האבן אלע "טעלעוויזיע נייעס היטס" פונעם טאג און מער. ביי מיר איז עס די ערשטע אויפן ליסט ער קאווערד דיר אלעס וואס קענסט נאר וועלן וויסן און זען. ס'האט זיך היבש צואוואקסן לעצטענס, זיי האבן שוין סתם ארטיקלען אוון אייגענע שרייבער'ס.
<a class="postlink" href="http://www.mediaite.com/">http://www.mediaite.com/</a>
יושב קרןאיין וועבסייט וואס איז גאר גוט איז מידיעאייט, זיי האבן אלע "טעלעוויזיע נייעס היטס" פונעם טאג און מער. ביי מיר איז עס די ערשטע אויפן ליסט ער קאווערד דיר אלעס וואס קענסט נאר וועלן וויסן און זען. ס'האט זיך היבש צואוואקסן לעצטענס, זיי האבן שוין סתם ארטיקלען אוון אייגענע שרייבער'ס.
<a class="postlink" href="http://www.mediaite.com/">http://www.mediaite.com/</a>
אמת. איל ליין עס ערליך יעדן טאג. ס'איז נישט צו רעכטס און נישט צו לינקס, פונקט אינמיטן. ס'איז בדוק ומנוסה נישט צו פארפאסן קיין איין גוט שטיקל נייעס אדער גוטע קליפ אויב מען ליינט דארט.
ערשט קוק איך "וואס איז נייעס" וואס דעקט מער ווייניגער אידישע און וועלטליכע נייעס. דערנאך גייט איך קיין אייוועלט ווי מ'קען ליינען מער אקטועלע נייעס וואס איז נוגע פאר א היימישע נו יארקע איינוואינער.
פיינעלי, קום איך אריבער דא אין שטיבל ווי מ'קען טרעפן מער זאפטיגע סחורה וואס די אייוועלטישע צענזור לאזט נישט דורך. איינמאל מ'איז שוין דא לאזט מען זיך אויך הערן להגדיל הסייט ולהדירה
Re: אנקעטע: וועלכע נייעס סייט איז דיין ערשטע read פאר נייעס?
וואס איז געווען די לעצטע זאפטיגע סחורה אין ק״ש וואס צוליב איר זענט איר דא געקומען?
Re: אנקעטע: וועלכע נייעס סייט איז דיין ערשטע read פאר נייעס?
איך גלייך CNN און NPR
Sent from my LG-H811 using Tapatalk
Re: אנקעטע: וועלכע נייעס סייט איז דיין ערשטע read פאר נייעס?
איך בעיט נאכאמאל אפשר איז שייך צו ארויף ארבעטן די נייעס חלק דא און שטיעבל איך האלט עס וועט אסאך צוגעיבן צום רואיג קייט.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/313473">viewtopic.php?p=313473#p313473</a><!-- l -->
עיין שם מיין תגובה.
ירא שמיםוואס איז געווען די לעצטע זאפטיגע סחורה אין ק״ש וואס צוליב איר זענט איר דא געקומען?
צימעס, מאחורי, ואטו כי רוכלא ניזל ונחשב?
איך באקום נייעס פון:
וואטסעפפ
טוויטער
און קאר צינדט זיך אן די ראדיא.
BBC צופרי און NPR נאכמיטאג
לעצטנס האלט איך מיט גרויסע געשעהנישען אויף די וועלט דורך "SNAP CHAT STORIES"
פרובירטס דאס אויס, זייער אינטערסאנט.
אזוי ווייט אז טוויטער פרובירט זיי נאכמאכן מיט MOMENTS
אויך סוף טאג קוק איך אביסל די TOP TRENDING YOUTUBE CLIPS
ווי נאר איך מאך אויף מיינע אויגעלעך צופרי, גיי איך גלייך צום AP עפ אפירקראצן מיין טעגליכע נייעסן. על פי רוב קוק איך זייערע וועלטליכע הויפט נייעס, טשיקאווע נייעס, און סייענס. טוויטער איז אויך א מורא'דיג מקור פאר סיי וואס. ווי למשל, די נאציאנאלע פאליטיק גלייך איך דאס מערסטע מיטצוהאלטן אויף טוויטער. אנשטאט דארפן שפעטער ליינען האלבע קוואוטס פון פאליטישע פערזענליכקייטן אין א פעלעריג ארטיקל ערגעץ וואו, האלט איך מיט די דיאלאג בשעת מעשה
Re: אנקעטע: וועלכע נייעס סייט איז דיין ערשטע read פאר נייעס?
טאקע אינגאנצן פארגעסן צו דערמאנען טוויטער. ס'רוב נייעס נעם איך פון דארט.
Sent from my LG-H811 using Tapatalk
אידישע נייעס נעם איך פון .... אייוועלט, אין נייעס (וואס פעסן דעם צענזור) זענען זיי די מערסטע אפדעיטעד. נאך אייוועלט? נוץ איך גוגל ניוס