גארבעדזש
53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5486
גארבעדזש
גארבעדזש
טראג ארויס דער גארבעדזש
לייג אריין א נייע גארבעדזש בעג
פארוואס האסטו נאך נישט ארויס געטראגען דער גארבעדזש
כ'האב דיר געבעטן אז אויף דער וועג ארויס זאלסטו ארויס טראגען דער גארבעדזש
איינער ווארפט ארויס דער גארבעדזש בעג פון דער צווייטע שטאק אראפ - פויל ווי דער רוח
א שכן פון אונטען אזוי פויל אראפ צו גיין די פינעף טרעפ און צוריק ארויף גיין, ער אויף פון דער פלטפארם אריין אין גארבעדזש קען
ס'נישט דאס - דער בושה ארויס גיין פון דער הויז מיט א גארבעדזש בעג אין דער הענט און דאס אריין לייגן אין א גארבעדזש קען, אוי דער בושה דער בזיון דערצו איז אין לשער, מ'קען דאס נישט פארשטיין געבען. -
אבער אין יעדער איינצעלע הויז מיז דאס ווערן געטוהן סיי צו מ'האט א זעלטענע הנאה צו זיין עוסק מיט איהר סיי מ'האט א אויסגעשפוגענע האס אין שנאה מוחלטת צו טראכטן פין אזא געמיינעם ווארט ווי "גארבעדזש".
השתלשלות גארבעדזש?
גארבעדזש איז נישט מער ווי א ליקוט פון פארשידענע חפיצים וואס איהר בעל הבית זעהן נישט קיין נחיצות אין איהר, ממילא האט מען דאס מחליט געוועהן ארויס צו ווארפען, אין דאס גייט אין עטליכע דרגות, (1) מ'האט איהר דן געוועהן צו "גארבעדזש" (2) מ'לייגט איהר אריין אין דעם "שווארצען גארבעדזש בעג" (3) ווען דער גארבעדזש בעג ווערט אנגעפולט ביז ארויף ארויף ווערט זי צאם געבינדען מיט א קשר של קיימא (4) מ'שלעפט ארויס דער גארבדזש בעג פון דער גארבעדזש קען (5) מטראקט דאס ארויס אינדרויסן אין דעם גרעסערע גארבעדזש (6) ווען דער יום הגדול והנורא קומט צו גיין שלעפט מען צו דער גרויסע גארבעדזש קען צום גאס (7) כל שביעין חביבין - דער גארבעדזש טראק קומט צו פארען אין טראגט אפ מיט אייערע אפ-פאל.
דער גארבעדזש קען איז אזא חפץ וואס יעדער איינער פארמאגט כל הפחות איינס, דאס געפונט זיך אויך ביי די רייכסטע אין שענסטע, דער שמוציגע גארבעדזש קען ליגט אויך אין דעם לוקסוס'דיגע אפיס ווי דער עושר מאכט זיינע מיליאנען.
מיום עמדו על דעתי פארשטיי איך נישט דער שלעכטע געוואוינהייט וואס מענטשען האבען צו גארבעדזש. ס'דא א געוואלד מוט מענטשען וואס פשוט, נישט מער נישט ווייניגער, סיי עקל'ן זיך פון גארבעדזש, אני הקטן והצעיר שבצעירים פארשטיי נישט זייערע אויפיראכטס, רבונו של עולם וואס פאר א שווארץ יאר עקלט זיך דער מענטש פון די גארבדזש וואס ער אליין במו ידיו האט ארויס געווארפען.
פיין די דארפסט עס נישט, דער חפץ האט שוין געדינט זיין מטרה, אקעי, האסט מחליט געוועהן און דן געוועהן למיתה, על כן האסטו דאס ארויסגעטרעמאסקעט אריין אין גארבעדזש בעג, - אבער נאכאמאהל פארוואס דאס זיך עקל'ן? בפשטות פארשטיי איך ווייל אין דעם גארבעדזש בעג קומען זיך צוזאם כל מיני תחלוחית און פליסיגקייטן וואס פון די אלע ווערט באשאפן א נייע געמויזעכטס אין אט פון דעם דעם נאסקייט עקלט זיך דער מענטש. אבער פארוואס? איז עס דער קאליר אדער דער ידיעה פון זייער עבר?
אז דיינס א קינד וואלט אריין געווארפען א טייערע חפץ אין דעם גארבעדזש, וואס טוט א נארמאלע מענטש? ער לייגט אריין זיינע הענט אין דער שמוציגן גארבעדזש בעג, ער נעמנט ארויס דעם טייערע חפץ, ער וואשט גוט אפ זיינע הענט מיט דעם חפץ, און שלום על ישראל געגאנגען ווייטער. וואס האט שוין דא פאסירט?
ס'איז דע גערוך. פון אפלייענס גארבעדזש עקעלט מען זיך נישט
עס וועט וואונדערן אסאך פון די קאווע טרינקערס וואס פאר א ריח ניחוח איז אריין געבלאזען אין די נאז לעכער פון גד החוזה,
רבותיי וחביריי הוריי וידידיי!
מיין רבי אין חדר האט געזאגט אז 'תיבת נח' האט געהאט דריי שטאק, איינס פאר מענטשען, צווייטע פאר די חיות ובהמות, דער דריטע שטאק פאר די גארבעדזש. זיצענדיק אין קלאס האב איך אויףגעהויבן מיין האנט אין געפרעגט "ווי האט מען געהאלטן די עסן פאר די אלע חיות ובהמות?" דער ענפער איז געוועהן הונטן. פרעג איך אויב אזוי פארוואס האט דער רבי נאר דערמאנט וועגן דער גארבעדזש? דער רבי האט מיר געגעבן גערעכט ער האט מיר געזאגט "טאקע סיי די עסן און סיי דער גארבעדזש איז געוועהן אונטען".
דער עיקר דגוש לייגט מען אויף די גארבעדזש, אזוי זאגט רש"י "זבל פרדותיו של יצחק יותר מכספו וזהבו של אבימלך".
גד החוזה מיט זיין ווייטע בליק האט מחליט געוועהן אנצוהייבען זיין שרייבעריי מיט דעם גרויסע ברייט פארצווייגטע נושא פון "גארבעדזש", לקיים מה שנאמר מאשפות ירום אביון, ארויף צו קריכן דעם לייטער פון הונטען ארויף.
ער טוט עס כהלכה מיט אלע מפורשים - א ברכה צו מאכען אויף זיין קאפ
ממנו יראו וכן יעשו
📎 555 g.gif
נאך א מוסטער פון ריכטיגע עושה ומעש
📎 167.jpg
איך גלייך די טאפיק. אבי מען קען זיך שוין אויסגעבען אויף עפעס. אן צוריקכאפן. גארביטש נערווירט. סאיז שווער. סצוגייט נישט קיינמאל. סקומט אן אין ים און לויט וויסענשאפטלער צוריק צו אונז אויפן טיש. די רעסייקלינג פראצעדור. סקאסט נאך געלט אויך. איך האב פיינט גארבעדש.
פרעיגט די גמרא, מאי קמשמע לן???!!! האט מיין רעבע אין חיידער געטייטשט. וואס לאזט ער מעך העערן???!!! ❓ ➡️ 😐 😮 😕 💡
ר' גד החוזה? (מיט א "הא" אדער א "קוף?) : איך מיין אז דו ביסט א שותף אין א גארבידזש ריסייקלינג פלענט. הצלחה רבה. ביי אונז אין ביהמ"ד פעילט אויס א פאר זאכן. מיר זוכן א נדבן לעילוי נשמת.מיין אי-מעיל אדרעס איז. דאבליו3 דאט. בערלבאלאגאלעה. עט דזשי-מעיל קאמ. 😂 🙄 😕
מיין הארץ גייט אויס, ווען איך זעה אזעלעכע סצענעס, גארבעדזש בעג עלענד אליינס, יודען זענען רחמנים ביישנים וגומלי חסדים, ווען איך שעם זיך נישט וואלט איך צוגעשלעפט אזא גארבעדזש בעג זי זאל ליגן אינאיינעם מיט נאך א גארבעדזש זעקל. ווער איז דער מענטש וואס קען טוהן אזא זאך צו זיין גארבעדזש בעג אין איהר ארויס ווארפן אויף אזא געמיינעם וועג, ס'דאך דיין גארבעדזש.
📎 556.jpg 📎 561.jpg 📎 379.jpg 📎 520.jpg
נישט קיין ליצנות, כ'האב באגעגנט דער דא האט ארויסגעשטעלט נאר ריסייקעבעלס, יא, ס'פארהאן אלע ערליי מינע מענטשען.
📎 223.jpg
מחלוקות הפוסקים
📎 378.jpg 📎 381.jpg
שיין אויסגעלייגט
📎 228.jpg
א שלאך
📎 427.jpg 📎 377.jpg
האסט דאך א גארבעדזש קען, נוץ עס
📎 169.jpg
הלכה למעשה, א לאו ביידינג סיטעסין
📎 224.jpg 📎 171.jpg
א באזונדערע גארבעדזש קען פאר ריסייקעבעלס, שיין צאם געלייגט דער קארבארד באקסעס, אבער וואס האט ער אנטקעגן דער פולישע וואסער באקסעס?
📎 225.jpg
למחצה לשליש ולרביע, איך פארשטיי נישט זיין חשבון.
📎 222.jpg
פון דרום זייט און פון צפון זייט
📎 301.jpg 📎 302.jpg
נאך א סימבאל פון א פיינער בעל הבית
📎 170.jpg
נייע גאררבעדזש קענס אויסגעשטעלט אויף צו פארקויפן, זאל דער באשעפער העלפן אז דער עולם זיין איינזעהן אין די געשמאקייט פון א נייע שיינע גארבעדזש קען.
📎 325.jpg 📎 323.jpg
מ'קען דערקענען א מענטש לויט זיין גארבעדזש, יא פונקט אזוי ווי עס איז דא חכמת היד, פרצוף, כתב, איז אויך דא חכמת הגארבעדזש.
ולדעתי קען דאס אריין גיין אי ART יעדער גארבעדזש בעג זעהט אויס אנדערש, א אנדערע סארט קניפ פון אויבן, איהר געשטעל בכלל איז אנדערש איינער פון דער צווייטע, עס איז נישט דא קיין צוויי די זעלבע גארבעדזש בעגס. פאקט.
📎 517.jpg 📎 560.jpg 📎 236.jpg
די פאליציי האט געמאלדן דעם ארעסט פון א פארדעכטיגטן פארשוין וואס איז געזעהן געווארן כאפן בילדער פון הייזער און מיסט קאסטנעס. פאליציי קאמישענער קעלי זאגט, דער פארשוין פלעגט דערנאך ארויפלייגן די בילדער אויפן געוועב. זיינע מאטיווען זענען דערווייל נישט באקאנט. דער פארשוין איז אידענטפעצירט געווארן אלס גד החוזה פון אן אומבאקאנטן ארט.
די פאליציי בעט די הילף פונעם ציבור, און אויב איר באגעגענט דעם פארדעכטיגטען, ביטע אים אנפרעגן אויף זיין מאדנע מנהג.
טיף אין די שפעטער נאכט שטונדען, טונקעל, פארפרוירען, באדעקט מיט א שיכטל שניי, ווארטן די גארבעדזש פאר דער מארגענדיגע טאג, ווען די גארבעדזש טראקס וועלן קומען זיי אפנעמען.
📎 539.jpg 📎 540.jpg 📎 538.jpg
זענען דאס די פיקטשער פון די רעביצענס?
א פשוטע בזיון פאר די גארבידזש בעגס וועלן ווערן אריין געלייגט דא אין דעם מיטלסטן גארבידזש קען, ס'שוין העכסט צייט דער בעה"ב זאל קויפן א נייע.
📎 322.jpg
שטאטישע גארבידזש קענס,
ומענין לענין באותו ענין, בין איך מוחה אויף די יעניגער וואס משום כמה סיבות ווילן נישט עפעס ארויסשטעלן ביי זייערע איינגע גארבידזש לייגן זיי דאס ביי די קארנער נעבן די שטאטישע גארבידזש קענס.
📎 231.jpg 📎 230.jpg
חוזה, די טראק האט היינט איבעגעלאזט ביי מיר צוויי בעגס, איך האב עס אוועקגעלייגט פאר דיר אויף א זייט. פליז פיק עס אויף ASAP ביפאר די נפלאות הבורא אינהאלט גיסט זיך איבער.
רויטע וואנצעס, איך וועל דיר ענפערן מיט נאך א בילד,
אין דעם בילד זעהט ווען צוויי יונגעלייט ווילן האבען א ריכטיגע געמאקע היימישע שמועס שטעלן זיי זיך נעבן א גארבידזש קען.
📎 א געשמאקע שמועס.jpg
איז דא נאך איינער וואס ראולט זיך פאר געלעכטער צו זעהנ'דיג גד'לס ocd מיט גארבעזש? אדער בין איך דער איינציגסטער?
אגב, וואס טוט זיך מיט דו גרויסע דאמפס וואס דו געשעפטן האבען? וואס זענען דארט דו הלכות?
סאו וואטאיז דא נאך איינער וואס ראולט זיך פאר געלעכטער צו זעהנ'דיג גד'לס ocd מיט גארבעזש? אדער בין איך דער איינציגסטער?
איך אויך. ראולען איז נישט דאס ווארט
גד החוזהרויטע וואנצעס, איך וועל דיר ענפערן מיט נאך א בילד,
אין דעם בילד זעהט ווען צוויי יונגעלייט ווילן האבען א ריכטיגע געמאקע היימישע שמועס שטעלן זיי זיך נעבן א גארבידזש קען.
איך מיין די מעשה איז געווען אבילס אנדערש... די גארביזש האט געהערט וואס זיי רעדן, האט ער זיך געשטעלט לעבן זיי.
דער דא האט אסאך מער גארבידזש, ווי ער האט זיך געראכטן, דער ריסייקעביל גארבידזש קען איז ליידיג, בשעת ווען די געהעריגע גארבידזש איז איבערגעפילט.
📎 516.jpg
אנגעפילטע גארבידזש קענס גרייט אוועק צו נעמען דורך די סענעטעישאן דיפארטמענט, ארויף דעם בלאק קען מען באמערקן נאך צוויי גארבידזש קעס אוועק געשטעלט.
📎 515.jpg
א נחתן צו שפאצירן אויף דער בלאק, איך האב עס שפאצירט ארויף און אראפ, כ'האב מיך געפילט ווי ביים טאטען אין גארטן.
📎 237.jpg
גארבידזש קארטן באקסעס ביינאכט
📎 234.jpg 📎 235.jpg
איך בין שנעל געגאנגען איינקויפען דעקלעך פאר מיינע גארבידזש קענס, איך פלעג גראדע יא צו האבען דעקלעך אבער איינער האט זיי 'געבארגט' פון מיר, איך האב שוין א עטליכע וואכען זייט דער בארגעריי איז געשעהן געוואלט גיין איינקויפן נייע דעקלעלך כדי די גארבידזש בעגס זאל נישט נאס ווערן ווען עס רעגנט, עכ"פ יעצט ווען כ'האב געהערט אז עס גייט שנייען בין איך שנעל געגאנגען צוליב טוהן מיינע גארבידזש אין זיי געמאכט א סורפרייז איינגעקויפט שפאגעל נייע דעקלעך, געשריבען אין גרויס מיין אדרעסס דערויף.
איך קוק ארויס פון דער פענסטער, איך שעפ נחת! אויף אלע אידן געזאגט אזא הנאה!
דעיס דארף שוין א סיריעס באהאנדלונג!
אבער עפעס נודזעט מיר א מחשבה'לה אין קאפ אז אפשר האט גד'ל אויף עפעס א אופן דערווישט א מעסטער דיטעטקטער אווערייד קנעפל און שלעפט אלע אונזער פיס לאכענדיג זיך אונטער א גוטס.
אזוי האט מען געטוהן בימי יצחק מ'האט אפגענומען זיין זבל ענדערשט ווי דער כסף וזהב פון אבימלך
אזוי מען געטוהן אין די דריי יאר וואס ירושלים איז געוועהן באלאגערט
אזוי האט מען געטוהן בימי מלחמת העולם השניה
אזוי האט מען געטוהן
גארבידזש איז אלעמאהל געוועהן א אטראקציע פאר מענטשען סיי אין גוטע צייטן א סיי אין נישט אזעלעכע גוטע צייטן, איינער איז נהנה מער פון דעם גארבידזש און אנדערע ווייניגער.
דער צד השוה איז:
אונז אלע זענען נהנה פון די גארבידזש
📎 536.jpg 📎 535.jpg 📎 534.jpg
שיק שנעל א טוויט פאר דיינע פרענדס וואס האבען זיך געזארגט פאר דיר.
ס'האט מיר וויי געטוהן אז דער גארבעדזש אשכול איז ערגעץ ווי פארקראכען אראפ אין דער תהום, כ'האב זיך מרחם געוועהן אויף די כבוד פון דער גארבידזש און איהר צוריק ארויף געברענגט צום אויבערפלאך, אויף די מזרח וואנט מיט אלע אנדערע שיינע אשכולות.
זארג זיך נישט מיין טייערע און ליבע אשכול, כ'האב נאך בילדער פאר דיר.
אוי גארבידזש אנטשולדיק מיר נאכאמאהל.
סא וויפיל גארבידש קענס דארף א ביילייפיגע משפחה צו קענען האבען גענוג פלאץ פאר אלע בעגס?
@גד החוזה הויפענעס #גארבעדזש
@גד החוזה !!!!!!!!!!!
📎 unnamed (4).jpg📎 unnamed.jpg אוי געוואלד, דער 'גארבידזש מחלה' פון
@גד החוזה איז קעטשי, אנדערע האבען שוין דאס געכאפט, איז דען פארהאן א דאקטער פאר א מחלה פון דעם סארט?
דער אשכול איז שוין געזעהן געווארען איבער טויזענט צוויי הונדרעט מאהל,
@סאשי פיש בילד האט מען געקוקט 77 און
@ישמעאל הכהן האט מען שוין אנגעקוקט 33 מאל.
כ'מיין ווי נישט ווי זעהט דא בלויז בלויז גארבידזש, יעדער איינער ווייסט ווען מקליקט אריין אין דעם אשכול וואס צו ערווארטן, איז עפעס נישט אין ארדענונג מט אונז?
@גד החוזה
דאס מײנט
גארבעדזא דאנק
@סאשי פיש דיין בילד איז טאקע אריין אין "די וואך", א דאנק פאר
@ישמעאל הכהן פאר רייכער מאכען מיינע ארכיוון. הרב
@דולה ומשקה גארבידזש איז נישט קיין מחלה, איז עס א גרויסע טייל אין דיין לעבן פונקט ווי און מיין.
און צו דיר כבוד הרבני
@petergrifin א גרויסע ייש"כ פאר דעם לינק, איך האב נאך ביז היינט נישט געהערט דערפון, עס איז עפעס וואס איך האב געטראפען צו זיין זייער אינטרעסאנט. אי"ה זאל דאס דער שטערן אדער שפאקטיוו באשרייבען.
א זעלטענע זיסע בילד
📎 זיס.jpg
רבותי! גוט אבער נישט גוט, עס זעהט אויס מעסי.
📎 227.jpg