☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אינטערנעט, אסאך מאל רעדט איר נישט צום זאך!

אינטערנעט, אסאך מאל רעדט איר נישט צום זאך!

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5484

אפטעמיסט » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 9:02 am

· #169773
אינטערנעט, אסאך מאל רעדט איר נישט צום זאך!
גארנישט איז אוממעגליך, קיין שום זאך איז נישט שווער, אלעס, ממש אלעס, קען מען אויסגעפינען אין אן אויגן בליק. ב"ה אונזער דור איז געבענטשט געווארן מיט די סם החיים המכונה 'אינטערנעט' וואס געבט אונז צוטריט צו א שלל פון אינפארמאציע און ידיעות, און האט שוין געראטעוועט טויזענטע אידן פון זינקען בים הבורות והאיגנארינ"ץ.
אבער...
אבער מ'איז געווארן אזוי פארגלייבט אין די אינטערנעט אז מ'האט פארגעסן אז הרב גוגל קען אמאל רעדן שטותים אויך. מ'גייט אסאך מאל ווי בלינדע אין די וואנט אריין אן אריין קלערן, ווייל וואס הייסט? גוגל זאגט אזוי.
לאמיך דא ברענגן אפאר דגמאות ווי די אינטערנעט פארדרייט א קאפ און ווען א בשר ודם שטייט ווען אונטער די טיפשות'דיגע רייד וואלט מען שוין לאנג געגרינדעד אן אשכול קעגן אים אין צימעס.

1)וויקיפידיע שעמט זיך נישט צו קרוינען די פאלגענדע וויץ אלס די בעסטע וויץ אין די וועלט: צוויי יעגער זענען געגאנגן פאנגן אין די וואלד ווען איינער איז געפאלן באוואסטלאז. דער צווייטער האט שנעל גערופען הילף און געשריגן אז זיין חבר איז טויט, די פרוי אויף די אנדערע זייט ליניע האט אים פראבירט צו בארוהיגן און געזאגט אז מ'קען אים העלפן אבער ער זאל מאכן זיכער צי ער איז טאקע טויט. יענער נעמט זיין ביקס, שיסט אפאר קוילן אין דעם באוואוסטלאזער חבר אריין און זאגט פאר די פרוי, "יא, ער איז זיכער טויט"...
ע"כ הוויץ. ווערטער זענען איבריג.

2) דער משוגע'נער האלט אז קראצמעך איז די אידן'ס בעסטע יום טוב. ס'איז ניטאמאל כדי אראפצוברענגן זיינע ווערטער. אבער גוגל האלט ס'איז יא כדאי. פרעג פארוואס.

3) בין איך א איד? כ'האב מורא אז נישט ס'דא וואס האלטן אז ריכטיגע אידן זענען שווארץ הויטיג. איך מיין נישט טינקל הויטיג, אזוי ווי די ספרדים, ווייל דאס קען איך הערן. רבי עובדיה יוסף ז"ל האט אויך אזוי גע'טענה'ט. אבער שווארץ? שחורים? צו דעם בין איך נישט מסכים.

איך וועל דארפן אנהייבן קלערן צוויי מאל פאר איך גלייב די אינטערנעט. ווי עס שיינט קען ער אויך אמאל נישט רעדן צום דבר.

טעפל » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 9:38 am

· #169778
די שאלה איז ווער איז די שוטה וואס האט דאס געשריבען??

ציגרעטל » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 5:58 pm

· #169953
אפטעמיסט
3) בין איך א איד? כ'האב מורא אז נישט ס'דא וואס האלטן אז ריכטיגע אידן זענען שווארץ הויטיג. איך מיין נישט טינקל הויטיג, אזוי ווי די ספרדים, ווייל דאס קען איך הערן. רבי עובדיה יוסף ז"ל האט אויך אזוי גע'טענה'ט. אבער שווארץ? שחורים? צו דעם בין איך נישט מסכים.


Heard from someone a good story: he was going down in an elevator with someone and there was a big black men there, when they reached their destination the black men tells for the 2 jews "you know? you are not the real jews, we are!" and one of the jews tells him " you know? your are not the real blacks, we are!" lol

פיטומי מילי » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 8:26 pm

· #169986
א חבר מיינער וואס א Hebrew light האט אים געזאגט אז די שחורים זענען די ריכטיגע אידן האט ער אים גענטפערט ״מיך באדערט נישט אז די האלסטיס אזוי... מיך באדערט נאר אז היטלער האט נישט אזוי געהאלטן״

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 8:32 pm

· #169988
ציגרעטל
אפטעמיסט
3) בין איך א איד? כ'האב מורא אז נישט ס'דא וואס האלטן אז ריכטיגע אידן זענען שווארץ הויטיג. איך מיין נישט טינקל הויטיג, אזוי ווי די ספרדים, ווייל דאס קען איך הערן. רבי עובדיה יוסף ז"ל האט אויך אזוי גע'טענה'ט. אבער שווארץ? שחורים? צו דעם בין איך נישט מסכים.


Heard from someone a good story: he was going down in an elevator with someone and there was a big black men there, when they reached their destination the black men tells for the 2 jews "you know? you are not the real jews, we are!" and one of the jews tells him " you know? your are not the real blacks, we are!" lol

מענין לקנין: איך בין אמאל געפארן מיט'ן סובוועי טרעין. קומט זיך אן א שחור און שרייט פאר מיר "הייל היטלער". האב איך איהם צו-גערופן דעם דומקאפ און איך זאג איהם: דו ווייסט אז היטלער (ימח שמו וזכרו) וואלט דיך גענומען פאר ער נעמט מיך, ווייל דו ביסט שווארץ-הויטיג. 😂 😎 😛 😈

פיטומי מילי » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 8:35 pm

· #169989
אפטימיסט,

נאך א גרויסן טעות האט גוגל טראנסלעיט,
ווען די פרעגסט אן צי טראנסלעטן גולם וועט ער דיר ענטפרן א תירוץ וואס איז שקר (איך קען נישט זאגן דא ווייל איך וויל קיינעם מצער זיין)

פיטומי מילי » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 8:42 pm

· #169990
פרעג אן גוגל טראנסלעיט וויאזוי הייסט א האלצנעם לעפל אויף אונגאריש. וועט ער ענטפערן ........ווי מזאגט גם זו לטובה אויף ענגליש

מ גפני » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 1:21 pm

· #170165
פיטומי מילי
פרעג אן גוגל טראנסלעיט וויאזוי הייסט א האלצנעם לעפל אויף אונגאריש. וועט ער ענטפערן ........ווי מזאגט גם זו לטובה אויף ענגליש

איך דארף נישט גוגל טראנסלעיט, מיין שוויגער ניצט דעם ווארט מיט'ן גאנצן ערענסטקייט, זי זאגט אויך: שיט אריין אנשטאט גיס אריין....

למדן » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 4:43 pm

· #170283
אייביג אדער נאר ווען עס פעהלט זיך אויס למען המצב?...

אבער באמת ווייס איך פון אפאר מענטשן וואס נוצן פאקאנאל פאר א האלצענעם לעפל

און גוגל טרענסלעיט איז בכלל זייער נישט קארעקט אסאך מאל, עס איז זייער שווער זיך געהעריג צו פארלאזן אויף זיי

למדן » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 4:45 pm

· #170284
און אויך וואס הייסט גוגל נעמט אהן די שיטות וואס דו ברענגסט? וואו זעהסטו גוגל'ס שיטה בנוגע די ענינים?