רועי ישראל בשבח הגילוי אינטערנעט
אינעם דיזען אשכול וואלט איך געוואלט מאסף זיין מאמרים פון גדולי ישראל האמיתיים וואס האבן ברוחב בינתם איינגעעזהן די ריכטיגע מטרה פון דעם נייעם טעכנעלאגיע הנקרא אינטערנעט, וואס ווי כידוע מיר אידן מאמינים בני מאמינים גלייבן מיר אין השגחה פרטית, און אז בורא אור וטוב, הוא בורא חושך ורע, וליכא שתי רשויות, כידוע.
און אז דער אינטערנעט איז גאר א גוטע זאך וואס דארף גענוצט ווערן להפצת מדע וחכמה הן בעניני רוחניים והן בעניני גשמיים, וכפתגם החסיד ר' יוסף יצחק יעקובסון שיחי' "האינטערנעט הוא גילוי אלוקי להפיץ תורה אור, והשוטים שקלקלו הם עתידים ליתן את הדין.
לעצטענס האב איך געהערט פון א "קאמפיוטער טעקנישען" א סטאלינער חסיד, אז מען איז געקומען בעטן זיין רבין צו אסר'ן די אינטערנעט האט ער געזאגט בזה הלשון: וואס ? איך בין משוגע? עס איז א גוטע זאך, מען דארף וויסן ווי דאס אויסצונוצן לטובה".
אגב דער היימישער "טעקנישען" ווערט נישט גערופן צו קיין שום אסיפה כנגד האינטערנעט, פארשטייט זיך אליינס. נאר די וואס זאגן פונקטליך מה שמבקשים מהם, און ביי זיי גילט דער כלל שקרי אאוגרייהו זילו.
ומכאן הקריאה לכל אחד יוצא, ווער עס ווייסט א ערליכע מאמר פון א ריכטיגן גדול בישראל בנוגע שבח ומתנת האינטערנעט לדור הזה, יזכה את הרבים. ותשוח"ח לו.
און אוודאי אזוי ווי וויין, און נשים, וואס זיי זענען די משמחי הבריות און מיישבי העולם, און מיט דעם אלעם זענען זיי דער שליסל צו אלע פראבלעמען (דאכצעך אז די פרויען זענען אן ערגערע מכשול ווי אינטערנעט) איז נאך קיינעם נישט איינגעפאלן מחמת זה צו בויקיאטירן די בריאת הנשים והיין, ובכן אזוי אויך איז די מעלות פון דעם אינטערנעט, פי כמה ווי די חסרונות און עס גילט ביי דעם דער כלל הידוע, ישרים ילכו בם ופושעים יכשלו בם.