☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » נעמען די משפחה אין מקוה ער"ש

נעמען די משפחה אין מקוה ער"ש

57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5477
בלאט: 1 2

דעת תורה » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 7:50 pm

· #169973
וואס האט מקוה ערב שבת מיט יונגעלייט אדער בחורים? מען גייט אין מקוה ערב שבת לכבוד שבת, קינדער איז דא דער זעלבער ענין, בפשטות.

וואסערע חורבן איז דיר ארויסגעקומען פון גיין אין מקוה אלס קינד? מען קען מיינען יעדער ווערט נפגע. מסכים, עס איז דא א געוויסער פראצענט מאלעסטערס און מאלעסטירטע, און א מקוה איז מער אויסגעשטעלט עס זאל געשען ברויך עס זיין מיט מער השגחה. איר שיינט צו זיין אביסל אבסעסט אויב נישט קראנק מיט דעם ענין, כך הוא ברייתו של עולם און עס ברויך נישט שטערן פאר קיינעם. ווען דו גייסט אריין אין בור האסטו א תאוה צו געבן א שטופ א קליין קינד ער זאל ארויסגיין און דורכדעם באפרידיגסטו דיינע יצרים? טאמער יא, גיי דו נישט אין מקוה. ברויך דאך נישט דער גאנצער ציבור ליידן.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 8:26 pm

· #169985
דעת תורה: איך בין מסכים מיט דיר 100%. דער עיקר נקודה איז אז ס'דארף זיין עפעס אן השגחה, נישט אז ס'זאל זיין הפקר. אבער דער עצם ענין פון קינדער גיין אין מקוה איז נישט קיין פעילער. פארשטייצעך. אז א יעדער טאטע און מאמע דארפן פארשטיין ביי וועלכע עידזש צו לאזן די קינדער גיין אין מקוה . 😐 .

טיטאניק » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 9:43 am

· #170433
א שיינע קליפ פון חיים שאולזאן
<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.com/2013/12/blog-post_6442.html">http://bshch.blogspot.com/2013/12/blog-post_6442.html</a>

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:23 pm

· #170463
טיטאניק
http://bshch.blogspot.com/2013/12/blog-post_6442.html

ייש"כ פאר ברענגען דעם לינק און קליפ. מיין פילטער בלאקט אפ רוב פון חיים שאולזאנ'ס בלאג. ווער איז דער בעל דרשן. אזאלכע דרשות זאגט ער? איך בין נייגעריג צו הערן זיין שבת תשובה דרשה. 😎 🙄 😃 😳 (קוילערט פאר געלעכטער) 😂 😂

גאנצל » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 3:11 pm

· #170549
טראמאטייזט ?
shem-tov
דאס לאזן גיין קליינע קינדער אין מקוה איז א גרויליקייט שאין כמוהו בעולם. וואס האבן די קינדער דארטן פארלוירן. סאיז קלאר אז די קינדער ווערן דארט טראמאטייזט.

איך ווייס נישט וועגן אנדערע קינדער דו קוקסט מיר זיכער אויס אז דו ביזט געווארן טראמאטייזט.... 😃

למדן » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 3:49 pm

· #170556
אידאס נישט דער ראה"ק צו וואטעווער (פארגעסן אז דאס איז דער מאוסט ענויאינג ווארט פונ'ם יאר) פון דעם שטיבל

ירמי' » מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 2:07 pm

· #355111
ממרום שלח אש
סדא א סברה אז אויב מהייבט אן קליינערהייט, דעמאלס ביי די צייט וואס עס איז שוין עכט נוגע איז עס שוין דדמין עלן כקאקי חיוורא.
אבער אויב די ערשטע מאל איז ווען מען איז שוין א "טין" ווען די הארמאנען זענען אויף אווערדרייוו...

היות סדא סברות לכאן ולכאן איז יעדער בארעכטיגט צו טון מיט "זיינע" קינדער ווי "ער" פארשטייט.

וועגען דעם טאקע מאך איך זיכער די קינדער זאלן קוקען אויף די נשים פון קליינוואז אן, און אויך גיב איך זיי עדאלט אינטערנעט אן א פילטער שטייטזיך ווייל סדא א סברא ווען מען הייבט אן קליינערהייווערט מען צוגעוואינט און יס שאדט נישט ווען מען ווערט א טין...

סארא שטותים.
בלאט: 1 2