☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » משמח אלוקים ואנשים, ווער איז טאקע דער בעסטער?

משמח אלוקים ואנשים, ווער איז טאקע דער בעסטער?

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5470

טיטאניק » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 7:14 pm

· #169266
משמח אלוקים ואנשים, ווער איז טאקע דער בעסטער?
א שמייכל איז זייער א געזינטער זאך, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, סיי אין נפשית'דיגער זייט און אפילו קערפעליך איז דאס זייער א גיטע זאך
קימט דאך אויס, אז דער וואס מאכט א צווייטען שמייכלען איז זיכער א צדיק, (קען זיין וועגען דעם האבען אסאך בדחנים ליב זיך צי אנטיען מיט צדיקים קליידער)
דערפאר וויל איך יעצט ארויפלייגען דא אויפען טיש אלע בדחנים, אן קיין אויסנאם, יעדעם גייט מען באשרייבען (נאר לטובה!) זיינע מעלות, און אייגענטארטיגקייטען, יעדער איז מכובד צי מזכיר נשמות זיין פון בדחנים וואס זענען שוין נישט מיט אינז ליידער, און כש"כ רעדען איבער בדחנים וועלכע לעבען צווישען אינז און מאכען כסדר לעבעדיג דעם עולם מיט זייערע בדחנות,
יעך האלט אז דאס קען זיין זייער א שפרודעלדיגער און לעבעדיגער אשכול,

מ'מער אנהייבען מיט אינזער בדחנא דאתרא כ"ק הרה"צ ר' מנשה'לע שליט"א, אדמו"ר מליסטיג, כאטש איך האב עם קיינמאל נישט געהערט רעדען א דרשה, אבער דאס אז מען קיקט נאר אויפען צורה און מען ווערט שוין בשמחה, ווייזט אויף נאך א העכערע מדריגה, אזא צדיק! בלויז א קוק און מען ווערט שוין געהאלפען?!!
ר' משנה'לע ציט שוין זיין בדחנות פאר לאנגע יארען, ער האט מיר שוין געמאכט אסאך מאל שמייכלען און לאכען, ער איז אייגענארטיג מיט זיינע נייע רעיונות, ווי צים ביישפיל די קליפס וועלכע לויפע ארים אויף יו טוב (נו פוי!), און אזוי די שיינע הגדה פון זיין שוואגער ליפא, און בכלל ווען ער איז מופיע אין פארשידענע גלעגנהייטען מיט א זיסע הומאר,
איך גלייך עם זייער שטארק
משנה'לע קיפ איט אפ!

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 7:17 pm

· #169267
א בדחן וואס איז משמח אידן פאר געלט ווי שטעקט דא צדקות פונקטליך?
ס'געפעלט מיר וויאזוי מ'ווארפט זיך ארום מיט טיטלען. ער טוט עס פאר פרנסה (והותר) און ער איז נאך א צדיק אויך. איך וואס איז נישט באשאנקען געווארן מיט בדחנות טאלאנטען בין א רשע מרושע ווייל איך ארבעט בלויז אין א טעיק אוט און קום קוים אויס פאר דע וואך. אבער דער בדחן מאכט 5 אלפים א וואך און ער איז נאך א צדיק אויך פאר א באנעס.

טיטאניק » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 7:18 pm

· #169268
אפאר געוועלטע ווידיאס
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=Wn0ePZZ_fzg">https://www.youtube.com/watch?v=Wn0ePZZ_fzg</a>
פון די בעסטע שטיקלעך

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=65gegF66LU0">https://www.youtube.com/watch?v=65gegF66LU0</a>
אויך זיס ווי ציקער

שפתים ישק » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 7:20 pm

· #169270
שפתים קישאקTM!

טיטאניק » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 7:21 pm

· #169271
דער (פינטעל) איד
א בדחן וואס איז משמח אידן פאר געלט ווי שטעקט דא צדקות פונקטליך?
ס'געפעלט מיר וויאזוי מ'ווארפט זיך ארום מיט טיטלען. ער טוט עס פאר פרנסה (והותר) און ער איז נאך א צדיק אויך. איך וואס איז נישט באשאנקען געווארן מיט בדחנות טאלאנטען בין א רשע מרושע ווייל איך ארבעט בלויז אין א טעיק אוט.

אוי אוי אוי
הרה"צ ר' פינטעלע,
חז"ל האבען זייער מאריך געווען בשבחו פון דער וואס איז משמח אידען,
וועגען געלט, אלע ארבעטען פאר געלט, דער דיין און דער סופר אויך, איז פארוואס ביסטי עם מכבד?
אלא מאי, אז ווען א איד וועלט אויס א ליניע וועלכע טיט אויף גיטע זאכן איז ער ווערד א כיבוד אדער צוויי
ספעציעל דער בדחן, וואס שלעפט מיט זיך מיט א פעקעלע אימאנגענעמליכקייט ווי בזיונות וכו',

ר' פינטעלע איד, לאמיר ציזאמען געבען א גרויסער:
😂 😃 🙂

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 7:22 pm

· #169273
וואס ? וואס? ער וועלט אויס א ליניע? איך האב אן א אפציע פון אויסוועלן בדחנות ליניע? וואס רעדסטו דא

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 7:23 pm

· #169274
הייסט פינקי וועבער איז אזא גוט הארציגער ער קען ווען גייין אין BH ארבעטן און פטור אן עסק. אבער ער איז דאך אזא צדיק האט ער מסכים געווען צו ענדערש גיין ווערן א גראמער... איך הער

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 7:25 pm

· #169275
חז"ל האבן זיכער נישט גערעדט פון פרנסה. נאר סתם מ'איז משמח אידן כדי יענעם פרייליך צו מאןכ נישט זיך אנצופילן דע אייגענע טאשן.

טיטאניק » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:14 pm

· #169283
דער נייעקער רב ר' חיים הערש לעבאוויטש
מיט אפאר יאר ציריק האט ארויסגעשפראצט א נייע צדיק, א בדחן מיטען נאמען ר' חיים הערש לעבאוויטש
זיין שטעטל ווי די קהילה האט מקבל מרות געווען פון עם איז געווען "נייעק" ועל שמה האט מען עם גערופען "נייעקער רב"
נייעקער רב איז אינטערוויועט געווארען אויף קול מבשר, און מען האט עם דא און דארט געזען אויף שמחות אבער לעצטנס הערט מען מער נישט פון עם, איינער קען אביסל מער אויפקעלערן מי האיש? מה טובו?

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:23 pm

· #169286
דער פינטל קאקא פאקט איין יואב און מנשה צוזאמען. מי ידמה ומי ישווה לו!
איך ענדיג נישט לאכן פון זיינע רייכע תגובות.

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:26 pm

· #169288
טיטאניק
מיט אפאר יאר ציריק האט ארויסגעשפראצט א נייע צדיק, א בדחן מיטען נאמען ר' חיים הערש לעבאוויטש
זיין שטעטל ווי די קהילה האט מקבל מרות געווען פון עם איז געווען "נייעק" ועל שמה האט מען עם גערופען "נייעקער רב"
נייעקער רב איז אינטערוויועט געווארען אויף קול מבשר, און מען האט עם דא און דארט געזען אויף שמחות אבער לעצטנס הערט מען מער נישט פון עם, איינער קען אביסל מער אויפקעלערן מי האיש? מה טובו?

איך האב אים אמאל געהערט אויף א שבע ברכות אין ווילי. די מעלה מיט אים איז אז ער איז כמעיין המתגבר, עס שיט זיך פון זיין מויל ווערטלעך איינס נאכן צווייטן קענסט קוים כאפן דעם אטעם, און אלעס חסידישע פון רעבבעס און חסידים, עס האט א באזונדערן חן. יוי האמיר אונז צאמגעלאכט....

zurich » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:33 pm

· #169292
רבותי קאווע שטיבל האט אויפגעלעיבט אונדז האב מיר דא באקימען א נייער גאסט וטטאניק שמו!! א געשמאקער צוגעלאזענער מענטש פול מיט יומער, פול מיט פאזיטיווקייט גארנישט נעגעטיוו, ווי מען קען געבן א גיט ווארט פאר א יוד איז ער דא! עפענט אויף פיינע אשכולות ממש א ברכה צו מאכן!!!

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:35 pm

· #169293
שמעקעדיג
דער פינטל קאקא פאקט איין יואב און מנשה צוזאמען. מי ידמה ומי ישווה לו!
איך ענדיג נישט לאכן פון זיינע רייכע תגובות.

זעסט? פון מיר רעדן חז"ל! איך מאך דיר שמייכלן בחינם אין כסף! (און נאך מער , איך כאפ נאך אריין א מתנת חינם פון א צושפאט נאמען ''קאקא'')

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:48 pm

· #169298
איך פערזענליך ווער נתפעל און ווערג מיר פאר געלעכטער, פון 'מענדל ראזנבערג' א ווישניץ מאנסי חסיד פון מאנסי, וואס נעמט ביי מיר אויס אלץ א באזונדערע סטענדאופיסט, און ער זאגט ער איז א תלמיד פון ר' חיים מענדל, די שאלה צו חיים מענדל ווייסט דערפון..
איך בין נישט קיין סטענדאופ, און כ'ווער נתפעל פון יענער וואס קען זיין פאך און טוט עס בשלימות.

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:50 pm

· #169299
מ'דארף פארשטיין, אז ס'דא א חילוק פון א בדחן וואס מיינט באמת א סטענדאופ, ער שטעלט זיך אויף רעדן, אזויווי יאנקל מילער, און א אקטיאר וואס מאכט לאכן מיט זיינע תנועות.

zurich » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:50 pm

· #169300
רוב מאל ווען איך ליין דא ווער איך נישט נייגעריג ווער ס'שרייבט וואס, דאס הייסט איך בין נישט נייגעריג וועלכע מין מענטש ליגט אינטער די ניק! אבער ס'דא געוויסע ניקס וואס זענען אזוי קאלירפולל מיט זייער דעות אז איך ווער נייגעריג, ווער ס'ליגט אינטער דעים, און איינער פון וועים איך בין זייער נייגעריג איז דו מיסטער פינטעל, פון איין זייט זעהסטו אויס ברייט, אויפגעקלערט, פון די צווייטע זייט מצומצום, איין מאל זעהסטו מיר אויס גאר א שארפער א קנאי א רבי זעליינו יוד! בקיצור איך בין געפערליך צומישט!

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:50 pm

· #169301
מנשה מיינסט דעם וואס מען רופט "מענדא"?
וואס איז א סטענדאופ?

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:55 pm

· #169305
די קעפל איז 'ווער איז די בעסטע'..
איך זע א פאקט, אז על טעם וריח אין להתווכח, קען זיין אז אויף דעם איז אויך נוגע די 'אין להתווכח', ווייל די זעלבע בילד צו קליפ, זענען דא וואס קאכענען זיך פאר געלעכטער, און א צווייטער זאגט ס'איז קארני..
[ס'קען זיין ווער ס'זאגט ס'קארני טוט עס אלץ ניצחון פרטי.. אבער קען זיין אז ס'נישט פאר זיינע מילצן.]

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 9:15 pm

· #169317
שמעקעדיג
מנשה מיינסט דעם וואס מען רופט "מענדא"?
וואס איז א סטענדאופ?

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Stand-up_comedy">http://en.wikipedia.org/wiki/Stand-up_comedy</a>

shem-tov » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 9:46 pm

· #169324
א געשמאקער אשכול כוויל עס נישט אפקילן אבער איינער האט בטעות פארגעסן צו זאגן שכח פארן פותח האשכול, וואס איז מכלאמפערשט א צווייטער, פארן אים אויסרימען. ממילא איז קלאר ווער סאיז דער וואס גלייכט דעם ערשטן דערמאנטן בדחן וואס א מינוט האט ער אים יא געהערט און א מינוט נישט. סרופט זיך גלייכען-זיך-זעלבסט. מען פרעדיגט דאס אסאך ביי די האגער און ביי די להשיג שעורים. דער עולם פאלאוט מיך...

עני וועי. איינמאל הער איך ביי א חתונה ווי א יוד גייט צי צום בדחן נאכן אויסגראמן א מחותן און אים מאכן וויינען צוזאמען מיטן עולם. וואס איז דא א לוי', וואס איז פשט פון די הספדים. זאגט אים דער בדחן הער אויס, אמאל האבן די רביס געדארפט מאכן וויינען דעם עולם און בדחנים פריילעך, אזוי ווי די רביס האבן זיך גענומען צו בדחנות מען קוקט יעדע וואך אין די פיקטשער ביכלעך, און יעדער נארמאלער מענטש שיסט פאר געלעכטער ווי אזוי די רחמנות'ער לייגען זיך צו'נער, האבן מיר איבערגענומען און מיר מאכן דעם עולם וויינען... גאנץ פיין געזאגט

טיטאניק » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 9:14 am

· #169373
מרדכי הערש הערקאוויטש
וויפיל מאל דער זיסער באטשי האט מיר שוין געמאכט לאכען, אוי זאל א ברכה'לע ריען אויף זיין קעפעלע
נעמט יא געלט נעמט נישט געלט, איין געשפעט האב איך
דער איד האט פרייליך געמאכט אידען? קימט עם אלעס!!!
ר' מרדכי הערש עלה והצלח,
קאווע שטיבלער ביטע נעמט דעם קי באורד און לייגט ארויף נאך משמחים און בדחנים, נישט קיין נפק"מ צו מקבל אדער לא מקבל פרס
און שרייבט מער וועגען זיי

zurich » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 9:34 am

· #169376
יא מרדכי הערש איז פיינע נייעס סיי מיט די עקטען און סיי מיט די קאמעדי שבו

טיטאניק » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 11:46 am

· #169399
zurich
יא מרדכי הערש איז פיינע נייעס סיי מיט די עקטען און סיי מיט די קאמעדי שבו

איך האב געקויפט די סידי "אונטערען שריפט", און דער ר' מרדכי הערש איז דארט מככב עפעס אויסטערליש גוט
דער האט באקימען דארט א נייער פארטנער, איינער וואס הייסט לאנגסאם, איינער ווייסט מער דיטעילס איבער עם? ווער איז דער? מה טיבו?

איך האב ציגעלייגט א בילד פון דער לאנגסאם, ער איז געווען די לעצטע וואך אין "די וואך"

אפשר וועט ר' מנשה וויסען מער דיטעילס, דער זעט מיר אויס ווי א שטיקל שמעלצער מיט זיין עקטען (מיין ווייב זאגט אז דער לאנגסאם עקט פינקט ווי די שמעלצער שוועסטערס וועלכע קימען מהנה זיין דעם עוילעם אין אם בישראל קימפעטארין היים סקווירא)

טיטאניק » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 12:17 pm

· #169405
א קליפ ווי מעם זעט עם אביסל
<a class="postlink" href="http://vimeo.com/73688417">http://vimeo.com/73688417</a>

מנשה לוסטיג » מוצ"ש דעצעמבער 21, 2013 7:14 pm

· #169437
זיכער קען איך עהם? ער און איך זעמער דאך פון די הויפט אקטיארן אינעם סקווערן הויף ספעציעל פורים ביים צווייטן טיש.
ער באנעמט אסאך מאל א בושה און וויל זיך נישט ארויסגעבן ווי מיר, אבער כ'האב דא א לינק צו א גוט שטיקל ארבעט זיינע

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=HWM73tnAAnU">https://www.youtube.com/watch?v=HWM73tnAAnU</a>

טיטאניק » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 11:25 am

· #169515
מנשה לוסטיג
זיכער קען איך עהם? ער און איך זעמער דאך פון די הויפט אקטיארן אינעם סקווערן הויף ספעציעל פורים ביים צווייטן טיש.
ער באנעמט אסאך מאל א בושה און וויל זיך נישט ארויסגעבן ווי מיר, אבער כ'האב דא א לינק צו א גוט שטיקל ארבעט זיינע

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=HWM73tnAAnU">https://www.youtube.com/watch?v=HWM73tnAAnU</a>

רבינו מנשה, דער זעט טאקע אויס גיט

מי זה ואיזהו?
איז ער טאקע א שמעלצער אייניקעל? האב איך גיט ציגעטראפען?
איין זאך, דער איז א מעסעוו עקטער, נישט סתם

מנשה לוסטיג » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 2:31 pm

· #169554
ער איז נישט קיין שמעלצער בכלל, ער איז א חידוש פון א אקטיאר אין זיין משפחה, וואס זענען קיינער נישט קיין אקטיארן דארט. משא''כ געווענליך לויפט עס אין משפחה.
אגב, ס'איז א טעות, אז איינער אין משפחה איז א אקטיאר מיינט נאכנישט אז אלע וואס זענען אינטערטעינער זענען אויך אקטיארן.

hotel » דינסטאג יאנואר 14, 2014 10:14 pm

· #176461
לעצטענס געווען אנוועזנד ביי א שמחה ווי אבא ווינקלער האט ממש געהרגעט דעם עולם ער האט אראפגעלייגט איינעם וואס שטאמלט [צו זיין קרעדיט לייגט ער ארויף דעם וויץ אויף א שיכור אבער מאכט נישט אויס]איך זאג אייך דער עולם האט אזאנס געלאכט איינער לעבן מיר א איד א בן שישים האט זיך ממש נישט געקענט כאפן דעם אטעם

טיטאניק » מיטוואך יאנואר 15, 2014 5:17 am

· #176512
hotel
לעצטענס געווען אנוועזנד ביי א שמחה ווי אבא ווינקלער האט ממש געהרגעט דעם עולם ער האט אראפגעלייגט איינעם וואס שטאמלט [צו זיין קרעדיט לייגט ער ארויף דעם וויץ אויף א שיכור אבער מאכט נישט אויס]איך זאג אייך דער עולם האט אזאנס געלאכט איינער לעבן מיר א איד א בן שישים האט זיך ממש נישט געקענט כאפן דעם אטעם

איך האב הנאה צי הערען
האסט א קליפ?

Atgan » מיטוואך יאנואר 15, 2014 5:32 am

· #176514
לדעתי זענען אלע גוט ווען זיי קומען אויף מיט חידושים. דאס הייסט פרישע בליצן און ווערטלעך וועלכע אליין פארבריצירט געווארן.
ווידער יענקל מיללער זאל געזונט זיין, האט א מעלה וואס כמעט קיינער קען נישט באווייזן.
ער דרשנ'ט שוין 40 יאר, ווען ער שטעלט זיך נאר אויף זאגט ער 70% זאכן וואס מהאט שוין געהערט, און דער עולם קוילעט זיך פאר געלעכטער.

איך פארשטיי נישט פונקליך די הסבר, אבער פארפאלן, ער מאכט עס יעדעס מאל פריש. לעצטענס געווען ביי א שבע ברכות, ער האט געזאגט דארטן רוב זאכן וואס כהאב שוין געהערט, אבער מ'האט נישט געקענט צוזיך קומען פון געלעכטער.....

hotel » מיטוואך יאנואר 15, 2014 2:44 pm

· #176624
טיטאניק
hotel
לעצטענס געווען אנוועזנד ביי א שמחה ווי אבא ווינקלער האט ממש געהרגעט דעם עולם ער האט אראפגעלייגט איינעם וואס שטאמלט [צו זיין קרעדיט לייגט ער ארויף דעם וויץ אויף א שיכור אבער מאכט נישט אויס]איך זאג אייך דער עולם האט אזאנס געלאכט איינער לעבן מיר א איד א בן שישים האט זיך ממש נישט געקענט כאפן דעם אטעם

איך האב הנאה צי הערען
האסט א קליפ?

ניין

קאצקע ציקער » מיטוואך יאנואר 15, 2014 3:32 pm

· #176644
Atgan
לדעתי זענען אלע גוט ווען זיי קומען אויף מיט חידושים. דאס הייסט פרישע בליצן און ווערטלעך וועלכע אליין פארבריצירט געווארן.
ווידער יענקל מיללער זאל געזונט זיין, האט א מעלה וואס כמעט קיינער קען נישט באווייזן.
ער דרשנ'ט שוין 40 יאר, ווען ער שטעלט זיך נאר אויף זאגט ער 70% זאכן וואס מהאט שוין געהערט, און דער עולם קוילעט זיך פאר געלעכטער.

איך פארשטיי נישט פונקליך די הסבר, אבער פארפאלן, ער מאכט עס יעדעס מאל פריש. לעצטענס געווען ביי א שבע ברכות, ער האט געזאגט דארטן רוב זאכן וואס כהאב שוין געהערט, אבער מ'האט נישט געקענט צוזיך קומען פון געלעכטער.....

פארוואס זאל איינער לאכן פון א דזויק וואס ער האט שוין געהערט?

Atgan » דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:38 am

· #177964
פשוט ער לייגט עס אראפ יעדעס מאל אנדערש,
זיין פערפארמענס אליין, קען אראפווארפן מענטשן פון גלייכגעוויכט.

כספי » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 10:21 am

· #534989
טיטאניק
zurich
יא מרדכי הערש איז פיינע נייעס סיי מיט די עקטען און סיי מיט די קאמעדי שבו
איך האב געקויפט די סידי "אונטערען שריפט", און דער ר' מרדכי הערש איז דארט מככב עפעס אויסטערליש גוט
דער האט באקימען דארט א נייער פארטנער, איינער וואס הייסט לאנגסאם, איינער ווייסט מער דיטעילס איבער עם? ווער איז דער? מה טיבו?

איך האב ציגעלייגט א בילד פון דער לאנגסאם, ער איז געווען די לעצטע וואך אין "די וואך"

אפשר וועט ר' מנשה וויסען מער דיטעילס, דער זעט מיר אויס ווי א שטיקל שמעלצער מיט זיין עקטען (מיין ווייב זאגט אז דער לאנגסאם עקט פינקט ווי די שמעלצער שוועסטערס וועלכע קימען מהנה זיין דעם עוילעם אין אם בישראל קימפעטארין היים סקווירא)
ווער האט געחלומ'ט דעמאלטס וואס פון דעם אומבאוואוסטן 'לאנגזאם' וועט אויסוואקסן...?