משה רבינו
30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5464
משה רבינו
משה רבינו איז געבוירן געווארן צו זיינע עלטערן עמרם און יוכבד אין יאר ב' אלפים תפ"ח (2488). רבינו ווערט פאררעכענט אלס איינע פון די גרעסטע נביאים וואס כלל ישראל האט אמאל פארמאגט, און איז מערסטענס באקאנט פאר זיין ראלע אין שפאלטן די ים און אויסלייזן די אידישע פאלק פון פרעה'ס הערשאפט אין מצרים. משה איז געוועהן א ברייט ביינערדיגער מענטש, הויך בערך צוואנציג פוס (נדרים לח. שבת צב.), און האט גע'הרג'ט א מצרי וויבאלד דער לעצטער האט געשלאגן א איד. די מארד פון דער מצרי האט אויפגעברויזט פרעה, און משה איז געצווינגן געווען צו אנטלויפן פון מצרים. ער איז אנטלאפן קיין מדין וואו ער האט געהייראט זיין פרוי צפורה- די טאכטער פון יתרו, און געבוירן צוויי זון, גרשום און אליעזר.
ווען גאט האט באפוילן משה צו באפרייען די אידן פון מצרים, האט משה פרובירט זיך אפזאגן מיטן אויסרייד אז ער איז א כבד פה, אבער גאט האט אים באפוילן דאס צו טון, און געשטעלט זיין ברידער אהרן זאל דינען אלס זיין ווארטזאגער.
אלט זייענדיג ניין און זיבעציג יאר, איז משה צוריק אנגעקומען קיין מצרים און געברענגט די צען מכות אויף פרעה און די עגיפט'ישע פאלק, וואס האט אין די ענדע געפירט צו דער צוזאמפאל פון די צוויי הונדערט און צעהן יאר אידישע-קנעכטשאפט אין לאנד מצרים.
משה רבינו איז נסתלק געווארן אין דעם זעלבן טאג פון זיין געבורטסטאג, ז' אדר, אין טיפן עלטער פון הונדערט און צוואנציג יאר, און איז באערדיגט געווארן דורך גאט אויף אן אומבאקאנטע ארט.
זיין וויקי בלאט זאגט אז ער האט אויך איבערגעגעבן די הייליגע תורה פאר דאס אידיש פאלק אויף בארג סיני.
חוקרי הדורות ווייסן צו זאגען אז משה איז געווען די סאמע גרעסטער נביא ביי אידן, נישט פון די גרעסטע, נאר טאקע דער גרעסטער.
אני מאמין באמונה שלימה שנבואת משה רבינו עליו השלום היתה אמיתית ושהוא היה אב לנביאים לקודמים לפניו ולבאים אחריו. רמב״ם
משה? וואס איז ער דיין חבר? כאטש ר' משה.
ער איז מיט וואונדערבארע כוחות איבערגעקומען זיינע שוועריגקייטן און אויסגעוואקסן גרייכנדיג זיין גרעסטע פאטענציאל.
געבוירן איז ער צו א צווייטע-הייראט משפחה צוליב וואס זיינע עלטערן האבן זיך גע'גט און חתונה געהאט צוריק נאכאמאל.
אלס פיצל קינד האבן זיינע עלטערן אים איבערגעלאזט ביים וואסער און ער איז אויסגעוואקסן ביי א גויאישע פאמיליע.
צוליב אן עקסידענט, האט ער זיך אפגעבריט זיין צונג אלס קליין קינד. וואס האט אים שרעקליך אפעקטירט זיין כח הדיבור אויף זיין גאנץ לעבן.
אלס אינג בחור'ל איז ער געווארן פארפלאנטערט אין לעגאלע פראבלעמען, ווי עס האט אים געדראהט טויט שטראף. ער האט געמוזט אנטלויפן, פארברענגענדיג די שענסטע בחור'ישע יארן אין באהעלטעניש.
א שידוך האט ער געמוזט פארקוקן. ער האט גענומען א שווארצע מיידל, א טאכטער פון א געוועזענע גלח. (ער האט זיך טאקע שפעטער מגייר געווען).
און על אף אזא שווערע יוגענט איז ער מיט אייזערנע ווילן אלעס איבערגעקומען, און דערגרייכט גדלות.
געפילטע, עם איך מיין ר׳ געפילטע, איך ווייס נישט צו דו מיינסט מיר אדער אפעטעמיסט, אבער וויאזוי אימער ווייסן מיר פון די חז״ל גדול מרבן שמו. און מען זעהט דאס בחוש אז וואס א דור פריער אלס ווייניגער האט מען באטיטלט.
איי וואז קידינג.
ניין, און שאף עסן נישט קיין פלייש.
איך קען נישט גלייבן אזא לשון הרע אויף משה...
אין מדרש שטייט אבער אז דער אייבערשטער האט גענומען משה אלס מנהיג ישראל נאכדעם וואס ער האט געזעהן אז ער האט רחמנות אויף די שאף (שמות רבה ב,ב)
ואף משה לא בחנו הקדוש ברוך הוא אלא בצאן אמרו רבותינו כשהיה משה רבינו עליו השלום רועה צאנו של יתרו במדבר ברח ממנו גדי ורץ אחריו עד שהגיע לחסית כיון שהגיע לחסית נזדמנה לו בריכה של מים ועמד הגדי לשתות כיון שהגיע משה אצלו אמר אני לא הייתי יודע שרץ היית מפני צמא עיף אתה הרכיבו על כתיפו והיה מהלך אמר הקדוש ברוך הוא יש לך רחמים לנהוג צאנו של בשר ודם כך חייך אתה תרעה צאני ישראל הוי ומשה היה רועה:
געפילטע פישניין, און שאף עסן נישט קיין פלייש.
וואס ניין? קיינער האט נאך נישט געהערט דערפון ? פון וואנעט ווייסטו דאס, אולי האט יא איינער געהערט דערפון . דזשאסט קידינג, איך פארשטיי אז דו מיינסט צו זאגען אז דו האסט נאך נישט געהערט דערפון. לגבי דיין ראיה אז שאף עסן נישט קיין פלייש, אי משום הא אין ראיה, איך ווייס פון א מענטש ביים קריג וואס האט אויפגעגסן א טויטע רויע כלב על אף וואס מענטשן עסן נישט קיין רויע נבילה. יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל.
דענקערגעבוירן איז ער צו א צווייטע-הייראט משפחה צוליב וואס זיינע עלטערן האבן זיך גע'גט און חתונה געהאט צוריק נאכאמאל.
אלס פיצל קינד האבן זיינע עלטערן אים איבערגעלאזט ביים וואסער און ער איז אויסגעוואקסן ביי א גויאישע פאמיליע.
צוליב אן עקסידענט, האט ער זיך אפגעבריט זיין צונג אלס קליין קינד. וואס האט אים שרעקליך אפעקטירט זיין כח הדיבור אויף זיין גאנץ לעבן.
אלס אינג בחור'ל איז ער געווארן פארפלאנטערט אין לעגאלע פראבלעמען, ווי עס האט אים געדראהט טויט שטראף. ער האט געמוזט אנטלויפן, פארברענגענדיג די שענסטע בחור'ישע יארן אין באהעלטעניש.
א שידוך האט ער געמוזט פארקוקן. ער האט גענומען א שווארצע מיידל, א טאכטער פון א געוועזענע גלח. (ער האט זיך טאקע שפעטער מגייר געווען).
OMG מיין שווער זאגט מיר ער איז א אייניקעל פון משה רבינו. ווען איך ווייס ווען וואלט איך קיינמאל נישט געטוהן די שידוך. פון א גע'גטע שטוב? לעגאלע פראבלעמען? א איידעם ביי גלח? ווער ווייסט וואס נאך.
וואנצעס, ער האט אבער אויך מעלות. זיין וויקי בלאט זאגט אז ער האט איבערגעגעבן די תורה פאר דאס אידישע פאלק...
א באנדע משוגעים דא, מען האט שוין טאקע נישט פון וועם צו אפחוזק׳ן, אז מען דארף שוין קריכען ביז משה רעיא מהימנא קדישא. ליצנות האט אויך א גבול. גענוג איז גענוג !!
[ציטאט אראפגענומען]
טאקע יא געהערט דערפין, און אז דער שטיקעל פלייש וואס ער האט אנגעריסען איז געוועהן פין זיינע לעפצען, דערפאר איז ער געוועהן ערל שפתים.
און טייל חוקרים זאגן אז ווי ביי יעדן גרויסען דענקער דרייען זיך ארום פארשידענע לעגענדעס, וואס זענען מצוצים מן האצבע (בפה!!), די זעלבע איז מיט דעם יידישען פירער משה, און עס הייבט זיך גארנישט אן די פאלשע לעגענדע אויף משה, אז דער גאנצער שטאלפעראציע איז נישט עולה על הדעת, נאר דאס וואס עס ווערט אראפגברענגט און די יידישע בייבעל ואני ערל שפתים, מיינט עס אז ער איז געווען א לאונער, א בודד בין ההרים והיערות, שפאצירט און וועלדער און פעלדער גחקרנט און זיין גאט און באקומען נביאות'ן פון אים, ובכן איז ער געווען זייער נישט סאשיל, ואני ערל שפתים טייטש, אז איך בין זייער נישט סאשיל, איך וויס נישט און איך בין נישט באהאווענט און טעקט וואזוי צו רעדן צו מענטשען ובפרט, צו דעם עגיפטישען פרעזידענט פרעה,
און דאס איז נאך די מערסטע מסתבר
כתר מלכותא באנדע משוגעים דא, מען האט שוין טאקע נישט פון וועם צו אפחוזק׳ן, אז מען דארף שוין קריכען ביז משה רעיא מהימנא קדישא. ליצנות האט אויך א גבול. גענוג איז גענוג !!
איך האב אפגעחוזקט פון די היינטיגע משוגת'ן פון אריינקריכן אין יענעם'ס יחוס קישקע, אנשטאט דן זיין אויף די בחור אדער מיידל. מיט דעם וואס משה רבינו עליו השלום איז געקומען פון אזא בעקגראנד. פארשטייסט?
smartinofאון טייל חוקרים זאגן אז ווי ביי יעדן גרויסען דענקער דרייען זיך ארום פארשידענע לעגענדעס, וואס זענען מצוצים מן האצבע (בפה!!), די זעלבע איז מיט דעם יידישען פירער משה, און עס הייבט זיך גארנישט אן די פאלשע לעגענדע אויף משה, אז דער גאנצער שטאלפעראציע איז נישט עולה על הדעת, נאר דאס וואס עס ווערט אראפגברענגט און די יידישע בייבעל ואני ערל שפתים, מיינט עס אז ער איז געווען א לאונער, א בודד בין ההרים והיערות, שפאצירט און וועלדער און פעלדער גחקרנט און זיין גאט און באקומען נביאות'ן פון אים, ובכן איז ער געווען זייער נישט סאשיל, ואני ערל שפתים טייטש, אז איך בין זייער נישט סאשיל, איך וויס נישט און איך בין נישט באהאווענט און טעקט וואזוי צו רעדן צו מענטשען ובפרט, צו דעם עגיפטישען פרעזידענט פרעה,
און דאס איז נאך די מערסטע מסתבר
די פשט ווערט שוין דערמאנט רשב''ם אבן עזרא, סווערט ענדרש אנגענומען ווען סהאט א גוטע הכשר. אפי די איגרידיענס איז די זעלבע.
פרשנים שונים, ראשונים ואחרונים, עסקו רבות בתופעה זו וניסו לברר בעיקר שני עניינים. עניין אחד הוא המשמעות המדוייקת של הביטוי "כבד פה וכבד לשון" (ד', י) [2]. בעניין זה מצאנו כמה שיטות: רש"י, ראב"ע (בפירושו השני) ועוד, מפרשים שמדובר בגמגום. הרשב"ם הביא דעה זו אך דחה אותה מטענה עקרונית – לא ייתכן שנביא ה' יהיה מגמגם. רשב"ם עצמו טען שהכוונה לכך שמשה רבינו אינו הוא בקי בחיתוך הלשון המצרית.
האבן עזרא הביא הסבר נוסף, שהכוונה לכך שהוא לא יודע 'לדבר צחות' ובלשוננו, שאין הוא רטוריקן גדול. פירוש דומה מצאנו גם אצל פרשנים חדשים, כגון שד"ל וקאסוטו.
בחור רווק, בן 18 ממשפחה טובה, נעלם למשך מספר ימים.
לאחר מספר ימים הוא חוזר הביתה נסער ושקוע במחשבות, אך עם ברק בעיניים.
אמא: איפה היית למען השם?
הבחור: אל תשאלי...
אמא: אני כן שואלת, ספר, מה קרה?
הבחור: לא יודע מאיפה להתחיל...
אמא: מההתחלה, לאן נעלמת ביום ראשון בבוקר?
הבחור מגרד את מצחו ומרצין: אהממ... נתחיל בזה שיריתי במישהו למוות.
אמא צונחת אל הכסא: מה??? אתה ירית? אני לא מבינה כלום!!
הבחור: כן, מה שאת שומעת, זה היה סודני מכוער בשוק התקווה, הוא ניסה לחנוק מישהו ולשדוד אותו, לא היתה לי ברירה, מישהו נתן לי ביד אקדח והשתמשתי בו...
אמא: אוי ואבוי, אני לא מאמינה, רבונו של עולם!!
אבא: מה אתה בכלל עושה בשעה כזאת בשוק התקווה?
הבחור: כלום, אני אוהב לראות ולהתעניין בשלום אנשים.
אבא: מקומך בישיבה! אתה רואה לאן מגיעים כשיוצאים לרחוב?
הבחור: לא היתה לי ברירה, הגיע לו למות.
אבא: סתום פיך טיפש, בכל אופן, מה עשית אחר כך? איפה למען השם בילית שלושה ימים?
הבחור: אז ככה... התחילה מהומה, ראיתי משטרה מתקרבת וברחתי כל עוד נפשי בי.
אבא: לאן ברחת?
הבחור: רצתי לתחנה המרכזית, עליתי על אוטובוס בלי להסתכל, ומצאתי את עצמי באילת... שם שהיתי כל הזמן, פחות או יותר.
אבא בעיניים פעורות: באילת?! מה יש לבחור ישיבה לעשות במקום כזה? איפה אכלת? איפה ישנת?
הבחור משפיל מבט: טוב, זה מביך...
אבא: ספר לי הכל, עכשיו!
הבחור: מישהי הזמינה אותי לביתה.
אבא: רחמנא לצלן! מה זאת אומרת "מישהי"? בת משפחה אולי יש לנו שם? יהודיה כשרה אולי?
הבחור: לא היתה לי ברירה, שמחתי שיש לי מקום לאכול ולישון.
אבא: אני לא מבין, איך פתאום מישהי מזמינה אותך לביתה? הסיפור נשמע לי רע מאוד!
הבחור: טוב, זה היה סיפור מוזר, איך שהגעתי לאילת ידעתי שאני בברוך. בלי להכיר כאן אף אחד, בלי שתהיה לי אגורה שחוקה, לא ידעתי לאן לפנות, ישבתי סתם על הברזלים מול צומת הבנקים בכניסה לעיר, נשרף מחום השמש...
אבא מסנן בתסכול: מיין בחור׳ל אין אילת, כאחד הריקים ממש, לא ייאמן כי יסופר... המשך נא!
הבחור: בקיצור, היתה שם קבוצת בחורות, חילוניות כמובן, שעמדו שם ליד הכספומט, ניסו למשוך מזומנים ולא הצליחו, ואני עזרתי להם.
אבא: למה הן צריכות את עזרתו של השבבניק׳ל שלי?
הבחור: הם לא הסתדרו, לקח להם המון זמן, אנשים שעמדו אחוריהם רטנו ניסו לדחוף אותם ולעקוף אותם בתור, ואני קפצתי מיד והגנתי עליהן, עזרתי להן להסתדר, הן היו אסירות תודה והכי נחמדות בעולם...
אבא: איך אתה מדבר? אלו מצוות אתה מחפש לעצמך, הא? מה יש לך להתקרב בכלל לשיקצות כאלה, במקום לחפש איזה בית מדרש וללמוד דף גמרא?! עבירה גוררת עבירה!
הבחור: הרגשתי שזה הדבר הנכון לעשות.
אבא: כן כן, יצר הרע מתלבש במצוות, ילדון! מה עשית הלאה?
הבחור: אחת הבחורות הזמינה אותי לביתה.
אבא: אוי ה' ירחם!
הבחור: בילית שם מספר ימים, הכרתי את המשפחה שלה, ו... ואתה יודע מה עוד?
אבא ואמא מחווירים כסיד.
הבחור: היא אפילו הציעה לי להתחתן איתה.
אבא ואמא: לאאאא!!
הבחור: והסכמתי.
אבא ואמא: לאאאאא!!!
הבחור: והתחתנתי.
אבא ואמא פונו לבית החולים מחשש התקף לב.
ועד היום הם לא מבינים איך דווקא הבחור הזה הפך למשה רבינו.
"ויהי בימים ההם ויגדל משה ויצא אל אחיו וירא בסבלתם וירא איש מצרי מכה איש עברי מאחיו: ויפן כה וכה וירא כי אין איש ויך את המצרי ויטמנהו בחול: וישמע פרעה את הדבר הזה ויבקש להרוג את משה, ויברח משה מפני פרעה וישב בארץ מדין וישב על הבאר: ולכהן מדין שבע בנות ותבאנה ותדלנה ותמלאנה את הרהטים להשקות צאן אביהן: ויבואו הרועים ויגרשום ויקם משה ויושיען וישק את צאנם: ותבאנה אל רעואל אביהן ויאמר מדוע מיהרתן בא היום ותאמרנה איש מצרי הצילנו מיד הרועים וגם דלה דלה לנו וישק את הצאן: ויאמר אל בנותיו ואיו למה זה עזבתן את האיש קראן לו ויאכל לחם: ויואל משה לשבת את האיש ויתן את צפורה בתו למשה".
כ'האב געהערט א שיין ווארט בשם די שינאווא רב ז"ל בנוגע משה רבנו וועל איך עס דא ברענגן.
די גמרא אין ב"מ פו זאגט: אמר רבי תנחום בר חנילאי לעולם אל ישנה אדם מן המנהג שהרי משה עלה למרום ולא אכל לחם מלאכי השרת ירדו למטה ואכלו לחם. ואכלו סלקא דעתך? אלא אימא נראו כמי שאכלו ושתו.
פרעגט ער, בשלמא די מלאכים האבן זיך געמאכט ווי זיי עסן משום אל ישנה אבער משה רבינו האט דאך געמוזט עסן צו קענען לעבן, האט ער געדארפט אויסגיין פאר הינגער כדי נישט משנה צו זיין?
ענטפערט ער אז משה רבינו איז באמת געווען א מלאך והא ראי' אז ווען ער איז געווען אין הימל האט ער גארנישט געדארפט עסן, נאר ווען ער איז געווען אויף די וועלט האט ער געגעסן כדי נישט משנה צו זיין.
דריידלכ'האב געהערט א שיין ווארט בשם די שינאווא רב ז"ל בנוגע משה רבנו וועל איך עס דא ברענגן.
די גמרא אין ב"מ פו זאגט: אמר רבי תנחום בר חנילאי לעולם אל ישנה אדם מן המנהג שהרי משה עלה למרום ולא אכל לחם מלאכי השרת ירדו למטה ואכלו לחם. ואכלו סלקא דעתך? אלא אימא נראו כמי שאכלו ושתו.
פרעגט ער, בשלמא די מלאכים האבן זיך געמאכט ווי זיי עסן משום אל ישנה אבער משה רבינו האט דאך געמוזט עסן צו קענען לעבן, האט ער געדארפט אויסגיין פאר הינגער כדי נישט משנה צו זיין?
ענטפערט ער אז משה רבינו איז באמת געווען א מלאך והא ראי' אז ווען ער איז געווען אין הימל האט ער גארנישט געדארפט עסן, נאר ווען ער איז געווען אויף די וועלט האט ער געגעסן כדי נישט משנה צו זיין.
פארוואס האט זיין מאמע איהם געמוזט פיטערן בחשאי, ווען ער איז געוועהן בבית פרעה?
זעהט אויס אז שפעטער האט ער זיך אויפגעארבעט צו זיין במדריגת מלאך
פישל לעולם אל ישנה הייבט זיך נישט אהן ביי די בר מצוה עס הייבט זיך אהן פון די מינוט וואס ער איז צווישן דיע מענטשן וואס עסן
און דאס איז גישעהן פון די מינוט וואס ער איז געבוירן געווארן צו זיין מאמע
אויב איז עס נאר געוועהן א עסן למראית העין, וואס איז געוועהן די פראבלעם מיט בת פרעה'ס מילך? ער עסט עס דאך סיי ווי נישט, נאר לפנים?
די מלאכים האבן נישט גיגעסן נאר אלץ אל ישנה האבן זיי זיך געמאכט ווי זיי עסן
משה רבינו האט נישט געדארפט עסן נאר אלץ אל ישנה האט ער גיגעסן
יעצט ווען איינער עסט נישט קיין חילוק צו עס איז ווייל ער איז הונגעריג אדער אלץ אל ישנה און מען עסט מילך פון א גויטע האט עס א השפעה
צו טיף פאר מיך. וואטעווער.
אפטעמיסטאבא ואמא פונו לבית החולים מחשש התקף לב.
ועד היום הם לא מבינים איך דווקא הבחור הזה הפך למשה רבינו.
"ויהי בימים ההם ויגדל משה ויצא אל אחיו וירא בסבלתם וירא איש מצרי מכה איש עברי מאחיו: ויפן כה וכה וירא כי אין איש ויך את המצרי ויטמנהו בחול: וישמע פרעה את הדבר הזה ויבקש להרוג את משה, ויברח משה מפני פרעה וישב בארץ מדין וישב על הבאר: ולכהן מדין שבע בנות ותבאנה ותדלנה ותמלאנה את הרהטים להשקות צאן אביהן: ויבואו הרועים ויגרשום ויקם משה ויושיען וישק את צאנם: ותבאנה אל רעואל אביהן ויאמר מדוע מיהרתן בא היום ותאמרנה איש מצרי הצילנו מיד הרועים וגם דלה דלה לנו וישק את הצאן: ויאמר אל בנותיו ואיו למה זה עזבתן את האיש קראן לו ויאכל לחם: ויואל משה לשבת את האיש ויתן את צפורה בתו למשה".
די סורפרייז צום סוף איז געוואלדיג!
איין חילוק איז דא אז משה רבינו'ס עלטערן האבן נישט געכאפט קיין הארץ אטאקע. קען זיין אז פאר דעם האבן זיי זוכה געווען צו אזא קינד...
דריידל
די גמרא אין ב"מ פו זאגט: אמר רבי תנחום בר חנילאי לעולם אל ישנה אדם מן המנהג שהרי משה עלה למרום ולא אכל לחם מלאכי השרת ירדו למטה ואכלו לחם. ואכלו סלקא דעתך? אלא אימא נראו כמי שאכלו ושתו.
.
אינטערעסאנט, די מלאכים יא עסן איז א גרעסערע תימה ווי א מענטש נישט עסן.
משה רבנו
איינע פון די מערקוועדיגע פערזאנען, וואס האבן געשפילט א גאר וויכטיגע ראלע אין די היסטאריע פון כלל-ישראל, איז געווען משה רבנו. עס איז דעריבער אינטערעסאנט אויסצושמועסן זיין היסטאריע.
זיין געבורט איז פארהוילן אין א מיסטעריע, נאך וואס בתיה די גיורות, פרעה'ס טאכטער, האט אים געפינען ביים וואסער. זי האט גע'טענה'עט אז דאס מוז זיין א אידיש קינד וויבאלד דאס קינד האט זיך געפינען ביים וואסער. זי האט אים דאן גענומען צו זיך און א נאמען געגעבן 'משה', פונעם מצרי'שן אויסדרוק 'ארויסציען' פון וואסער.
משה איז אויפגעצויגן געווארן אין קעניגליכן פאלאץ, אונטער דעם קעניג'ס אויפזוכט, בשעת בתיה האט אים דערציילט אז ער איז ווארשיינליך א אידיש קינד. ביי די דרייצן יאר האט ער געזען ווי אזוי איינער שלאגט א איד, האט ער געהויבן הענט און יענעם ערלעדיגט. פארשטייט זיך אז מען האט אים געזוכט און ער האט אפגעצויגן קיין מדין, וואו ער האט זיך באפריינדעט מיט יתרו, דער גלח'ס טעכטער. ער האט אפילו חתונה געהאט מיט איינעם פון זיי, צפורה האט זי געהייסן.
זייענדיג אין מדין, פלעגט ער פאשען שעף פארן שווער, 'משה דער פאסטעך' האט מען אים גערופן. ער פלעגט זיצן מיט א פידל און שפילן פאר די שאף אין מדבר. זיינע יארן וואלטן זיך געקענט אזוי ענדיגן, אלס פשוטער פאסטאך אנטלאפן פון מצרים, אבער ביי די אכציג יאר האט ער באקומען א גילוי פון הימל, אז ער דארף צוריקגיין קיין מצרים און ווערן א אידישע פירער.
משה איז שוין אלט געווען אכציג יאר, נישט קיין יונגער מענטש, בשעת רוב פון זיין לעבן האט ער אפגעפירט אלס פאסטעך. אבער מיט זיין כאריזמע האט ער באוויזן גדולות ונצורות, שלעפנדיג מיט זיך שווערע טויזנטע מענטשן וואס זענען געווארן זיינע אנהענגער.
פערציג יאר איז ער געווען דער פירער, עס איז אים נישט לייכט אנגעקומען און זיין קאדענציע איז באקאנט געווען פיל מחלוקת און קריטיק וואס ער האט געהאט אויסצושטיין פון זיינע חסידים, אבער פארט ווערט ער באטראכט אלס געלונגענע פירער און טראץ זיינע ערשטע יארן אלס פאסטעך, איז ער שטארק פארהייליגט צווישן זיינע חסידים ביזן היינטיגן טאג.
משה איז נפטר געווארן אין טיפן עלטער פון הונדערט-און-צוואנציג, אין טאג פון ז' אדר, זיין יום הלדת.
ווער עס האט מוסיף צו זיין קען זאגן.