☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » מאפיא שטיק מאחורי הפרגוד בחצרות האדמורי"ם

מאפיא שטיק מאחורי הפרגוד בחצרות האדמורי"ם

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5463

סאו וואט » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 11:03 pm

· #169082
מאפיא שטיק מאחורי הפרגוד בחצרות האדמורי"ם
איך עפן א אשכול צו ווידמען דער געשיכטעס וואס טוט זיך אפ פון אונטער די קוליסען ביי די אדמורי"ם אינדערהיים, ווי גבאים פון איין רבי קאמיוניקירן מיט די גבאים פון אן אנדערע רבי, כדי מ'זאל זיך ארויסהעלפן און בעקן איינער דעם צווייטן. און צומאל קען עס וויי טוען עטליכע מענטשן, אבער גיי פייט דיך מיט א חסידות.

רבי חיים שפיגעל נ"י א זוהן פון אסטראווא-קאלושין'ע רבי שליט"א, און איידעם ביים גריבוב'ע רבי נפתלי הלברשטאם שיחי' יו"ר מכון יוחסין האט חתונה געמאכט מיט איינער פון די קינדער פון רבי דוד טווערסקי שיחי' אדמו"ר משיכון סקווירא בספרינג וועלי, ס'איז געקומען צום שבת שבע ברכות הנערך בשיכון סקווער, איז געקומען טייל משפחה פון רבי חיים שפיגעל, און צווישען זיי, זיינס א נעפיו א זוהן פון ר' מרדכי דוד אונגאר שיחי' איינע פון דו באבוב'ער רעביס, (כ'ווייס נישט גענוי ווי אזוי יענער איז א נעפיו). בין כך ובין כך, נאך פארן שבת, האבן די גבאים פון רמ"ד אונגאר אנגערופן גבאי פון ר"ד טווערסקי, אז אונזער רעביס א קינד, גייט זיין ביי ענק אויף שבת שבע ברכות און מ'מוז זעהן אים מכבד צו זיין, כאטש ס'דא אסאך אנדערע עלטערע משפחה מחותנים וכדומה, וואס מ'דארף מכבד זיין, מוז ער האבען א שיינע כיבוד.

אינמיטען שבת איז ר' חיים שפיגעל געוואר געווארען דערפון, און האט זיך זייער געבייזערט, וואס הייסט, איך בין דער מחותן, מ'קען מיר נישט איגנארירן, כ'האב אסאך ברודערס און שוואגערס וואס האלטן זיך פאר שיינע יודען, און זענען עלטערע, און כ'דארף זיי מכבד זיין קודם, איך קען מיר נישט ערלויבן אנצוהייבען טיילן כיבודים פאר נעפיוס, און ער וואלט געקענט בלייבער אונדערהיים, און האט זיך אנגעהויבען רייסן מיט די גבאים, אבער די גבאי ר"ד טווערסקי האבען אים בלי בושה וכלימה צוריק געענטפערט, דאס איז חסידות, און כבוד החסידות קומט צו ערשט. אז ווען ס'מאכט זיך אז איינער פון די סקווירא קינדער צו אייניקלעך וועט זיין ביי רמ"ד אונגאר, זאל מען אים אויך שיין מכבד זיין דארט. און ס'איז פאר אונז שיין און קלינגעדיג צו שרייבען אין בחצר הקודש אז א קינד פון רמ"ד אונגאר איז געקומען לחסות בצל הקודש, אין אנדערע ווערטער, גרויסע מפורסמים קומען ערשט און דערנאך קליינטשיקע רעביס ורבנים, און מ'האט אים טאקע מכבד געוועהן מיט זאגען זעקס ברכות ביי איינע פון די שבע ברכות. און ר' חיים שפיגעל האט עס נישט אויסגעהאלטן, אזוי זיך אויפצופירען מיט א מחותן. א שאנדע. וכדי בזיון וקצף.

ווער ס'האט אנדערע עובדות ערשט האנטיג איז מכובד מיטצוטיילען מיט דעם עולם, שכויח.

קאווע טרינקער » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 11:18 pm

· #169088
מר. שפיגל איז נישט גערעכט. ער האט זיך נישט משדך געווען מיט משפחת טווערסקי, ער האט זיך משדך געווען מיט מלכות סקווירא. און פאלטיק פארלאנגט צו מכבד זיין באבובע רבי'ס א קינד פאר שפיגל'ס ברידערס.

בכל אופן, כ'ווייס נישט גענוי ווי פאסיג ס'איז ארויסצוברענגן אזויפיל דעטאלן און נעמען פון מענטשען.

פיינע קאווע » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 9:33 am

· #169128
פארוואס איז דאס מאפיא שטיק? עס קען זיין א ראצער פון רבינס שטוב האט געקאלט. כאב געמיינט מען גייט דא רעדן פון "הו נאוס וואט"

פיש כאפער » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 11:20 am

· #169147
איך קען פערזענליך ר׳ חיים שפיגל (איך האב נישט געהערט די מעשה) ער איז א מוסטער פון א מענטש, אחוץ וואס ער איז א גרויסער ת״ח. ס׳לאזט זיך שווער גלייבן אז ער האט פארפירט. די מעשה האט לכאורה נאך א חלק.

נ.ב. ר׳ חיים שפיגל און אלכסנדר רבי פון ב״פ זענען ביידע איידימער ביי גריבוב׳ער רבי פון ב״פ. שלום אונגער (בן אדמור באבוב) איז אן איידעם ביי אלכסנדר.