☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » יחי אדונינו כ''ק די בעלזע רעבעצין (:

יחי אדונינו כ''ק די בעלזע רעבעצין (:

64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5462
בלאט: 1 2

מנשה לוסטיג » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 10:27 pm

· #169077
יחי אדונינו כ''ק די בעלזע רעבעצין (:
<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.co.il/2013/12/blog-post_384.html">http://bshch.blogspot.co.il/2013/12/blog-post_384.html</a>

גנדי » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 2:16 am

· #169111
אפשר זאל די בעלזע רעבעצין ווערן די יושב ראש נשות הכותל. אפשר אזוי וועלן אלע זיין צופרידן?

טיטאניק » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 3:05 am

· #169115
בעזלע רעבעצין הרבנית הצדיקת שרה רוקח תליט"א אשת האדמו"ר מבעלז
ובתה של כ"ק אדמו"ר הגה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע
זי איז א פרוי א צדיקת פאר זיך, אויב געט מען פאר פשוטי עם די רעכט צו פסקענען איז זי ממש די חשוב'סטער קינד פון איר טאטע דער וויזניצער רבי
זי איז א פרוי מיט גאר הויכע השגות אין צידקות עבודת ה' און אין חסד
מען קען זאגען אז עס איז נישטא נאך א רעבעצין בודרינו וואס קימט צי צי אירע מדרגות
עכט א דערהויבענע פרוי

פערצופאל איז זי בעלזע רעבעצין אבער איר גרויסקייט האט גארנישט מיט בעלז דייקא

די חסידים פון אירע שוועסטער, ווי סאטמאר און בעיקר סקווירע קענען דאס נישט אראפ שלינגען אז זיי האבען דאס נישט

מנשה, מקנה זיין צידקות איז א גוטע זאך, אבער פיינט האבען אין חוזק מאכען איז נישט קיין קנאה

חביבי » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 3:15 am

· #169116
יחי אדוננו. בעלזע רעביצין
אין בעלזא איז עס א נארמאלע זאך א קרוב משפחה מיינע האט מיר געוויזען א בילד ווי אזוי די רעבעצין האלט א ברויפען גלעזעל אין האנט איו פאכעט מיט די אנדערע האנט לחיים צו די מאסן חסידים׳טס

איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 3:23 am

· #169117
טיטאניק וואלסט עס נישט געקענט בעסער זאגן. קינד און קייט ווייסן אז זי איז די חשובסטע קינד פונעם וויזניצער רבין זצ"ל און איז א גאונה בחסד לכל המגזרים.

שרייבער » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:40 am

· #169127
טיטאניק

פערצופאל איז זי בעלזע רעבעצין אבער איר גרויסקייט האט גארנישט מיט בעלז דייקא


איך וויל אויך פרעגן סתם ארויסלאזנדיג בעלזא

מיט וואס איז זי גרעסער ווי אלע?
ווייל זי גייט מיט א ספאדיק טורבאן?
זי קען כל התורה כולה? זי מאכט גלגול שלג? לא פסיק פומה מגירסא? וואס?

בעל חסד, איז ווי מעסט מען די בעל חסד'שאפט אז דאס איז די גרעסטע, דערציילט עפעס

איך נעם גארנישט אוועק, איך וויל עס פשוט פארשטיין, סתם ווייל איינער האט אפגעמאכט

מ גפני » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 9:50 am

· #169129
ביי א רביצין גייט נישט אן שומר נגיעה?
עס דרייט זיך ארום א קליפ אויף וואצעפ ווי די בעלזע רביצין טיילט מטבעות (אזוי קוקט עס אויס - אדער איז עס עפעס א אנדערע געבענטשטע זאך) פאר חסידים אין מאנטשעסטער און זי געט דאס איבער אין די האנט אריין, איך פרעג אויך ארויסלאזנדיג בעלזא מיין שאלה וואלט געווען ביי סיי וועלעכע קהילה

איחוד פעלד » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 10:22 am

· #169130
ביטע אהערלייגען דער קליפ

גנדי » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 10:41 am

· #169135
איך פארשטיי נישט. אונז האקט מען אין קאפ א גאנצע צייט קדושה, שמירה און צניעות. ווי איז דאס אלעס פארשוואונדען געווארען?

ווי אזוי קענען חסידישע אינגעלייט אנגעטוהן מיט גארטלעך איבערנעמען געלט פון א פרוי, פארקערט ווי מען האט זיי אלעמאל געלערנט?

וואס קומט נעקסט? גייט מען איר געבן לחיים? גייט מען קושען איר האנט? גייט זי טאנצען מיט יעדע חתן?

מיין רביצין איז אויך א גרויסע בעל'ת חסד'סטע (אן גבאים און גבאי'סטעס), מעג מיין ווייב גיין מארגען אין בעלזע תלמוד תורה טיילן פאר די מלמדים געלט אלץ א שמירה פון די חטא הידוע?

פארוואס ווען א קליינע מיידעל גייט דורך אויף די זייט פון א בית מדרש אין בית שמש שפייעט מען און מען שרייט שיקצעעעעע.... אבער ווען א פרוי מיט שיינע בגדים טיילט געלט פאר יונגעלייט און זייער האנט אריין, טאנצט יעדער די נקדישך טאנץ?

פארוואס ווען ישיבת חובבי תורה שטעלט ארויס א נייע פרוי "רבה" - גיבט אגודה ארויס א בריוו אז דאס ברענגט אונטער ארטאדאקסישע אידישקייט.
- אבער ווען בעלז שטעלט ארויס א פרוי צו פירען א לחיים טיש פאר חסידים, רופט אגודה בעלז צום מיטינג ווי אזוי מען קען ראטעווען א"י פון די גזירת שמד?

פארוואס ווען מרס. פאללאק טוהט חסד אין מאנטריאל - ווארפט מען ארויס איר פאטער פון שול, ווייל עס שטייט אין רמב"ם אז א פרוי טאר נישט האבן קיין שררה ווייל מענער וועלן ארויף קוקען אויף איר.
- אבער ווען מענער פירען ארום בעלזע רעבעצין ווי א פרעזידענט, דינגט מען פאר איר מאן א פריוואטע פליגער צו קומען קיין אמעריקע?

גנדי » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 12:11 pm

· #169160
<a class="postlink" href="http://youtu.be/b_tzOrgLMSA">http://youtu.be/b_tzOrgLMSA</a>

טיטאניק » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 1:30 pm

· #169181
גנדי
איך פארשטיי נישט. אונז האקט מען אין קאפ א גאנצע צייט קדושה, שמירה און צניעות. ווי איז דאס אלעס פארשוואונדען געווארען?

ווי אזוי קענען חסידישע אינגעלייט אנגעטוהן מיט גארטלעך איבערנעמען געלט פון א פרוי, פארקערט ווי מען האט זיי אלעמאל געלערנט?

וואס קומט נעקסט? גייט מען איר געבן לחיים? גייט מען קושען איר האנט? גייט זי טאנצען מיט יעדע חתן?

מיין רביצין איז אויך א גרויסע בעל'ת חסד'סטע (אן גבאים און גבאי'סטעס), מעג מיין ווייב גיין מארגען אין בעלזע תלמוד תורה טיילן פאר די מלמדים געלט אלץ א שמירה פון די חטא הידוע?

יעדעס ווארט הינדערט פראצענט גערעכט, כאטש איך האלט אז זי איז עפעס גאר א ספעשל פרוי, אן זיין בעזלער רב'ס ווייב, און אן די טורבאן, זי פאר זיך איז זי עפעס א דערהויבענע פרוי, מידת החסד אויף א אויסטערלישע אופן, וואס מען זעהט זייער זייער ווייניג
א חידוש און א פליאה פון א צדיקת, ווער עס קען איר ברודער ר' ישראל, פארשטייט שוין אז אין די משפחה איז דא אויסטערלישע מדרגות וואס מען זעט נישט קיין סאך, די מידות פון ר' ישראל איז אויך לכו"ע למעלה מהשגת אנוש.

אבער די קשיא בלייבט קשיא, טאקע א צדיקת אבער פארט א פרוי! ווי מעג מען?????

בעלזע חסידים, דאס איז מיין צווייטע קשיא צו ענק אין די לעצטע 24 שעות, ביטע געבט עפעס תירוצים
א שיינעם דאנק

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 6:07 pm

· #169249
טיטאניק

די חסידים פון אירע שוועסטער, ווי סאטמאר און בעיקר סקווירע קענען דאס נישט אראפ שלינגען אז זיי האבען דאס נישט

מנשה, מקנה זיין צידקות איז א גוטע זאך, אבער פיינט האבען אין חוזק מאכען איז נישט קיין קנאה

קודם כל, וואס מיינט חסידים פון אירע שוועסטער, אויסער סאטמאר האב איך נישט געהערט אזא זאך ווי חסידים פון א פרוי, נאר דא ביי די בעלזע רעבעצין תליט''א.
שנית, דאס גדלות און ספעציעלקייט פון א רעבעצין קומט דווקא פון בעלז, און ס'האט נאר מיט בעלז, און דער אלטע סקווערע רעבעצין האט זיך אזוי געפירט, ווייל זי איז געווען א שטיק בעלז, אבער דאגעגן אין וויזניץ האט מען זיך נישט אזוי געפירט, ממילא אונזער רעבעצין איז בכלל נישט מעורב בין הבריות זי איז א רעבעצין אין איר אייגענע ד' אמות און אונטער מחיצה.
שלישית, וואס איז באמת ראשית כל, וואס פליקסטו מיר אריין, כאילו אז איך האב עס דא געלייגט אלץ קנאה, צו חוזק, איך האב געגעלייבט אז דער עולם קאווע טרונקער וועלן גלייכן די קליפ, גארנישט מער. איך ווארט אויף א אנטשולדיגונג!

טיטאניק » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 6:32 pm

· #169252
מנשה לוסטיג
טיטאניק

די חסידים פון אירע שוועסטער,
שלישית, וואס איז באמת ראשית כל, וואס פליקסטו מיר אריין, כאילו אז איך האב עס דא געלייגט אלץ קנאה, צו חוזק, איך האב געגעלייבט אז דער עולם קאווע טרונקער וועלן גלייכן די קליפ, גארנישט מער. איך ווארט אויף א אנטשולדיגונג!

ליבע כ"ק הרה"צ ר' מנשה'לע שליט"א, צדקת ממני, אתה הצדיק ואנו החוטאים
דא בשער בת רבים בפני קהל עם ועדה טי איך מיר אויס מיינע שטיוול, און ווי די הלכה איז בין איך מקבל נזיפה פון מורינו ורבינו צדיק יסוד קאווע שטיבל, מרן אד"ש מלוסטיג,
ביטע זייט מיר מוחל אויף דעם פליטת הפענע, נישט געמיינט, נישט געטראכט, נישט געווען אין א גוטע מוד, נישט גערעדט צים זאך
נאך א מזל אז דער רבי זאל לעבען בעט א מחילה, ווען נישט ווער ווייסט צו איך וואלט אליינס געהאט די שכל דערצי
😳

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 6:46 pm

· #169257
איי איי דער שניצלער רבי איז ניטא מער..

טיטאניק » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 7:03 pm

· #169262
מנשה לוסטיג
איי איי דער שניצלער רבי איז ניטא מער..

ס'הייסט? נישטא מער???

zurich » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:40 pm

· #169296
איך האב אמאל געהערט פון דא בעל דרשן אז אין די היסטערי פון חסידות איז אמאל געוועין א פרוי וואס האט זיך דערקלערט אלטץ אן אדמו"ר און זי האט געפראוועט אין גרויסן איך געדענק שוין נישט די דיטעילס אבער אזוי איז געוועין!

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:42 pm

· #169297
טיטאניק
מנשה לוסטיג
איי איי דער שניצלער רבי איז ניטא מער..

ס'הייסט? נישטא מער???

אוועק לעצטענס

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:52 pm

· #169302
יא אייזיק שניצלער - יצחק יהודה בן שלום ע''ה

דעת תורה » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:52 pm

· #169303
ס'איז נישט די ערשטע מאל און נישט די לעצטע מאל, כבר היה לעולמים, און גלייבט מיר נישט דאס איז די פירצה פונעם דור.

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:53 pm

· #169304
דער (פינטעל) איד
טיטאניק
מנשה לוסטיג
איי איי דער שניצלער רבי איז ניטא מער..

ס'הייסט? נישטא מער???

אוועק לעצטענס


<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/3242">viewtopic.php?f=3&t=3242</a><!-- l -->

ונבנתה העיר » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 2:43 am

· #169363
zurich
איך האב אמאל געהערט פון דא בעל דרשן אז אין די היסטערי פון חסידות איז אמאל געוועין א פרוי וואס האט זיך דערקלערט אלטץ אן אדמו"ר און זי האט געפראוועט אין גרויסן איך געדענק שוין נישט די דיטעילס אבער אזוי איז געוועין!

הבתולה מלודמיר.

טיטאניק » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 9:10 am

· #169371
ונבנתה העיר
zurich
איך האב אמאל געהערט פון דא בעל דרשן אז אין די היסטערי פון חסידות איז אמאל געוועין א פרוי וואס האט זיך דערקלערט אלטץ אן אדמו"ר און זי האט געפראוועט אין גרויסן איך געדענק שוין נישט די דיטעילס אבער אזוי איז געוועין!

הבתולה מלודמיר.

ס'איז זייער פאני אז די בעלזע חסידים ענפערען גארשניט אויף מיין הארבע פראגע
גייען זיי מיר לאזען אזוי אריין גיין צים הייליגען שבת קודש מיט א אפענע מויל????

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 11:21 am

· #169393
שרייבער
טיטאניק

פערצופאל איז זי בעלזע רעבעצין אבער איר גרויסקייט האט גארנישט מיט בעלז דייקא


איך וויל אויך פרעגן סתם ארויסלאזנדיג בעלזא

מיט וואס איז זי גרעסער ווי אלע?
ווייל זי גייט מיט א ספאדיק טורבאן?
זי קען כל התורה כולה? זי מאכט גלגול שלג? לא פסיק פומה מגירסא? וואס?

בעל חסד, איז ווי מעסט מען די בעל חסד'שאפט אז דאס איז די גרעסטע, דערציילט עפעס

איך נעם גארנישט אוועק, איך וויל עס פשוט פארשטיין, סתם ווייל איינער האט אפגעמאכט

שרייבער: איך האלט 100% מיט דיר. איך האב נאך אן הצעה. מ'דארף איהר אויסזוכן א שטעיטל פון דערהעים. ווייל בעלזא רביצ'ן איז צו קליין פאר איהר. לויט איהרע השגות. און די השגות פון איהרע חסידים. אפשר קאסוב. און זי זאל זיך דינגען א גבאי. אדער גבאי'טע וועלכע זאל אויכעט זיין איהר שאפער. און שטופן דעם עוילעם ביי חתונות און דינערס. זי זאלל אנהייבן פיהרן טיש פרייטיג צו נאכטס. און טיילן שיריים. אין 2014 איז אלעס מעגליך. 😎 😂 🙄 😮

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 11:24 am

· #169394
טיטאניק: ביסט אייזן. מ'דארף שוין נישט ווארטן ביז פורים קטן. 👍 😂 😂 🙄

טיטאניק » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 1:36 pm

· #169410
berlbalaguleh
טיטאניק: ביסט אייזן. מ'דארף שוין נישט ווארטן ביז פורים קטן. 👍 😂 😂 🙄

ווי זאגט די פסוק?
א גאנץ יאר פרעלאך א גאנץ יאר פרעלאך....

קאווע טרינקער » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 2:28 pm

· #169416
בעלזער מענער מקוה איז פארשפארט היינט ערב שבת פון 3:30 ביז 4. די רעבעצין גייט דעמאלטס.

נאר,,פרייליך » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 3:51 pm

· #169425
לפחות דעי הבחנה אינאך פאראן צו שפארען

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 12:20 am

· #169481
נאר,,פרייליך
לפחות דעי הבחנה אינאך פאראן צו שפארען

כ'האב מורא אז דו האסט נישט געכאפט. די נקודה איז אז ס'פארמאכט ווייל די רבי גייט....! מיין מגיד שיעור שי' האט געזאגט. צוויי זאכן קענמען נישט מסביר זיין. א פשט'על און א דזשאוק. 😂 בשם א היינטיגן צאדיק וקדוש. "ווער ס'פאשטייט פארשטייט... 🙄 😮

מנשה לוסטיג » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 2:35 pm

· #169557
יעצט געהערט פון א בעלזער פונדערהיים, אז אלע בעלזע רעבעצינס פלעגן געבן אין האנט אריין פאר מענער און דאס גלייכן

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 4:41 pm

· #169596
מנשה לוסטיג
יעצט געהערט פון א בעלזער פונדערהיים, אז אלע בעלזע רעבעצינס פלעגן געבן אין האנט אריין פאר מענער און דאס גלייכן

ס'שטימט עפעס נישט מיט'ן מציאות. ווייל ס'איז דא א באקאנטע מעשה פון הרב ר' יעקב יצחק ניימאן זצ"ל, בתחילת דרכו אלס פאפא'ער תלמיד איז ער געפאהרן קיין בעלזא צו הרה"ק מהר"א זצ"ל און ביים געזעגענען האט ער אראפגעלייגט א טייערן זיידענעם טיכל וואס ר'האט געקויפט אלס מתנה פאר זיין מאמע אויפ'ן טיש אז דער רב זאל דאס בענטשן. און דער רב האטציך אינגאנצן אויסגעדרייט ביז מ'האט עס אראפגענומען פון טיש. ❓ ❓

גד החוזה » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 2:55 pm

· #169869
עווענטואל וועט עס אויך דא אנקומען...
📎 Belz_Museum_2.jpg 📎 Belz_Museum.jpg

טיטאניק » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 4:30 pm

· #169923
מנשה לוסטיג
יעצט געהערט פון א בעלזער פונדערהיים, אז אלע בעלזע רעבעצינס פלעגן געבן אין האנט אריין פאר מענער און דאס גלייכן

ניין, דאס איז איבערגעטריבענע ליגיונות

דאס יא, די רעבישע הויפען, פילען זיך די רעבעצינס אביסל מער "מעורב" בין הגבאים און שטיב מענטשען ווייל זיי דרייען זיך אינטער די פיס אסאך,
און מען זעט עס נאך ביז היינט אז אסאך רעבישע שטיבער זענען די נשים זייער מעורב, א בחינה פון ליבם גס,
א חלק פון די נשים זענען צדקנית, זיי מיינען ניט קיין שלעכטס, ווייל זיי מיינען אז פינקט ווי זיי ברענט עס נישט ברענט עס נישט פאר קיינעם
ווייטער א חלק זענען ליידער פארקערט, און ניצען דאס אויס פאר נישט גיטע ענינים
ווי מען זעט וואס איז פארגעגאנגען אין די בעלזע היים מיט די שניר און טאכטער, ואידך פירושא זיל גמור, סיי די שניר און סיי די טאכטער האבען למעשה אויך פרימע אייניקלעך מילא לאמיר נשיט שרייבען קיין פרטים, אבער קלאר אז דאס איז געוען די גרום
ועל כגון דא זאגט מען "זייט נישט קליגער פון חז"ל" אז חז"ל האבען געזאגט אז כל כבודה בת מלך פנימה, ווייסען זיי וואס זיי רעדען, עס קען זיין א 90 יעריגער פרוי מיט א 90 יעריגער מאן אבער יחוד און צניעות בלייבט אין קראפט ביז די לעצטע רגע
איך גיי נישט זאגען קיין דיעות פאר הרבנית תליט"א מבעלז, אבער עס איז נישט קיין זאך וואס איז אזוי גלאטיג, קלאר אז נישט
זי מיינט אוואדי נישט קיין שלעכטץ אבער גיט איז דאס נישט

נאר,,פרייליך » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 4:51 pm

· #169939
אירע חסידים פאדערן מ'זאל איר ארויפלאזען ביים אויווען אהן ביים מחאת המועצגה''ת, ימים ידברו יו קען נעווער נאו
מעגליך מ'העט איר מיזען געבן א רעדע

צו וואס הינטיגע חסידות קען אלס ברענגען,

טיטאניק » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 5:04 pm

· #169942
נאר,,פרייליך
אירע חסידים פאדערן מ'זאל איר ארויפלאזען ביים אויווען אהן ביים מחאת המועצגה''ת, ימים ידברו יו קען נעווער נאו
מעגליך מ'העט איר מיזען געבן א רעדע

צו וואס הינטיגע חסידות קען אלס ברענגען,

איין טעות האסטי געמאכט
צו וואס חסידות קען אלס ברענגען םון אייביג אן, חסידות מיט סענץ איז ווייט איינס פון צווייטען, דמיון מיט חסידות דאס שטימט שוין יא

גד החוזה » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 10:18 am

· #170442
והיה עיניך רואות מוריך...
📎 הרבנית מבקרת 2.JPG 📎 הרבנית מבקרת.JPG

גד החוזה » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 10:19 am

· #170443
כאפטס שיריים (טייטש: דער איבערגעבליבענע עסן פון טעלער)...
📎 פני הדור.jpg

גד החוזה » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 10:25 am

· #170445
אזוי הייבט זיך עס אן
📎 6.jpg 📎 4.jpg

גד החוזה » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:25 pm

· #170464
אה דאס איז א רעבעצין
📎 מחי' א איד.jpg

שטילע אינגערמאן » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 7:18 pm

· #171527
אין די יעצטיגע מינוט'ן קומט אן די פרייליכע נייעס אז די בעלזע רעביצין גייט מארגן עולה זיין לתורה אויפן צאנזער רב'ס תורה ביי משה שמואל זופניק אינדערהיים,

מורינו הרב » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:05 pm

· #171991
לפי הלכה מעג א פרוי עולה זיין לספר. איך ווייס א געשיכטע פון א משפחה וואס האט געמאכט א מנין ביים זיידן אינדערהיים, און מען האט געגעבן אן עליה דעם באבע'ן, והכל נעשה בהתאמת דיין מפורסם. דאס גאנצע וואס פרויען זענען נישט עולה איז ווייל עס פאסט נישט מען זאל אריינקומען אין מענער שוהל.

דעריבער איז כלל נישט אפגעפרעגט אז זי קען נאך טאקע אמאל עולה זיין אויפן צאנזער ספר.

טיטאניק » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 4:57 pm

· #172065
מען מעג מען מעג מען מעג
יעדער וועט טרעפען א וועג ווי אזוי צי מתיר זיין וואס עם שמעקט, וואס ער וויל טין, כאטש אין שו"ע שטייט פארקערט
סאיז אקעי
דאס איז איינע פון די ערשטע יסודות פון די רעליגע וואס ריפט זיך "היימיש", אזא רעליגיע וואס אסאך יוצאי פוילין אונגארען ראמעניע און רוסלאנד האלטען, בדרך כלל זענען די גלויביגע אין "היימיש" אפשטאמיגע פון די פאלק "אידען" ד"מ דאס וואס פלעגען גלייבען אין תורת "משה"

גיי ארים פון איין חסידות צים צווייטען
וואס ביי אין סאטמאר איז חזער טרייף איז אין בעלז הייליג, וואס אין בעלז איז הייליג איז אין סקווער אסור, וואס אין סקווער איז א מצוה איז אין ברסלב אן עבירה, בכלל איז ברסלב "אפגעפרעגט" אין סקווער, וואס אין וויזניץ איז הייליג איז ביי וויזניץ מאנסי טרייף, וואס איז הייליג ביי ר' מענדל איז ביי ר' ישראל א חוזק, גיי ווייטער די ליסט איז גרויס

וועסטי זאגען אז יעדער האלט א אנדערע רעליגיע?? ניין!!! דאס איז די זעלבע רעליגיע, אט דאס טאקע איז די רעליגיע, דאס רעליגיע "היימיש" איז געבעיסט אויף די מושג פון "פלעקסעבעל " דאס מיינט אז מען קען עס בייגען ווי אזוי מען וויל, און ווי אזוי מען בייגט עס איז דאס הייליג,
אבער איין תנאי, די פלעקסעבילעטי וואס די תורת היימיש פארמאגט איז נאר געגעבען געווארען פאר די מנהיגים די אדמורים, נאר זיי האבען באקימען די לייסענס בירושה פון זייערע הייליגע זיידעס, און נאר זיי מעגען בייגען אהין און אהער, אבער א פשיטער מענטש מעג נישט! פארקערט אויב א פשיטער מענטש בייגט חלילה איז ער א אזא זאך וואס מען ריפט אין יענע רעליגיע "שייגעץ", אזא אויסדריק אויף א "אויבערחכם"

יעצט ווער זענען די הייליגע זיידעס? זיי האבען עפעס געקענט? די אייניקלעך שווערען זיך אז יא, למשל אויב האט ער קיינמאל נישט געזאגט קיין תורה ווייל אפילו באקען האט ער נישט געקענט (אזא לא יוצלח! שטעלט אייך פאר, אפילו רעדען שטותים האט ער אויך נישט געקענט) דאן איז עס געווארען א "קפידה" אין יענע חצר,

בקיצור, לויט דעם יסוד איז שוין גארנישט גארנישט שווער, אלעס איז וועלקאם, יעדע גרעבס און יעדע משוגעת - קפידה - מנהג - שיטה און אזוי ווייטער
מילא הערט אויף צי פרעגען קאשעס, ווייל איינע פון די יסודות אין דעם "היימיש" רעליגיע איז "גלייבען יעדע זאך ווי א בלינדע פערד", און אויב לאזט נישט די קאפ טראכטען אזוי "דום" דאן איז דאס "מחשבות זרות", און מען דארף לויפען אין מקוה

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 9:38 pm

· #172190
מורינו הרב
לפי הלכה מעג א פרוי עולה זיין לספר. איך ווייס א געשיכטע פון א משפחה וואס האט געמאכט א מנין ביים זיידן אינדערהיים, און מען האט געגעבן אן עליה דעם באבע'ן, והכל נעשה בהתאמת דיין מפורסם. דאס גאנצע וואס פרויען זענען נישט עולה איז ווייל עס פאסט נישט מען זאל אריינקומען אין מענער שוהל.

דעריבער איז כלל נישט אפגעפרעגט אז זי קען נאך טאקע אמאל עולה זיין אויפן צאנזער ספר.

אבער ווען ראביי אבי ווייס פון ריווערדעיל טוט עס הייסט ער א שייגעץ, א קאנסערוואטיוו און א רעפארמער. 🙄 😳 😮 😎

על המחיה » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 5:19 am

· #172639
מיט'ן ברידער ר' ישראל מוויזניץ

מנשה לוסטיג » פרייטאג יאנואר 3, 2014 1:10 am

· #173028
כ'מיין אז סרולטשע זאל אנטון איר 'פיל העט' וואלט מען נישט געזען קיין חילוק ווער איז ווער..

shefele » פרייטאג יאנואר 3, 2014 7:57 am

· #173063
מנשה לוסטיג
כ'מיין אז סרולטשע זאל אנטון איר 'פיל העט' וואלט מען נישט געזען קיין חילוק ווער איז ווער..

אבי געשאסן, כדרכך בק"ש

ישמעאל הכהן » דינסטאג יוני 2, 2015 1:06 am

· #279761
📎 uploadfromtaptalk1433206760694.jpg

דוק ותשכח » דינסטאג יוני 2, 2015 10:35 am

· #279828
זי איז די מאמע פון די חסידות
א מאמע האט א אנדערע דין.
און בעלזא פלעגן די רעבעצינס זוצן ביים סדר

וויל קענען » דינסטאג יוני 2, 2015 10:50 am

· #279835
Re: יחי אדונינו כ''ק די בעלזע רעבעצין (:
דוק ותשכח
זי איז די מאמע פון די חסידות
א מאמע האט א אנדערע דין.
און בעלזא פלעגן די רעבעצינס זוצן ביים סדר

און אין סאטמאר ביים טיר פון ביהמ״ד ( אזיוווי ר׳ יוחנן ביים בית המרחץ) און אינטערן רבין

משה פראגער » דינסטאג יוני 2, 2015 4:07 pm

· #279906
@@@
📎 image.jpg

משה פראגער » דינסטאג יוני 2, 2015 5:45 pm

· #279940
.
בלאט: 1 2