☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אדום זו רומי - א היינטצייטיגע פערספעקטיוו

אדום זו רומי - א היינטצייטיגע פערספעקטיוו

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5452

נהורא נפישא » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 9:02 pm

· #168832
אדום זו רומי - א היינטצייטיגע פערספעקטיוו
עשו'ס פארבינדונג מיט רויט איז דאך וואויל באקאנט, ארויס איז ער לאור עולם א דזשינזשי נאכן גורם זיין א שווערע חבלי לידה צו די באבע רבקה שפעטערע יארן איז ער איין נאכט צוריקגעקומן פון זיין חיות געיעג א פארמאטערטער נאכן בועל זיין א נערה המאורסה מיט כל עבירות שבתורה האט זיך אים דוקא פארגלוסט אויף וועטשערע יעקב'ס נארוואס געקאכטע רויטע לינדזן זופ וואס ער האט מסתמא צוגעשטעלט פאר מלוה דמלכא, שפעטער האט ער זיך באזעצט אינעם לאנד וואס ער האט גערופן אדום וואס געפינט זיך אינעם רויטן מדבר ערגעצוואו אין די אראבישער האלבער-אינזעל
חז"ל כידוע פארבינדן אדום מיט רוים, די אבן עזרא איז נישט צופרידן, אבער ביי מיר איז דוקא בולט די פארבינדונג פון נצרות צו אדום וואס באדייט רויט, אט הערט:
דאס פאלק הויבט שוין אן מאכן די הכנות ליום אידם, אלע געשעפטן זענען שוין באצירט מיט כל-ערליי נוי סוכה, ביי די אריינגענג ווערט מען באגריסט פון אן אלטן שמייכעלדיגען זקן אשמאי, וואס מיט זיין שניי ציכטיג בארד מאכט ער אויסזען זיין רויטן אנצוג רויטער ווי רויט, זיין געפילטע בייכל איינגעגארטעלט און צו די האנט א רויטע שטעקן, ס'גייט א שיחת ילדים פון מויל צו אויער אז אט דער סאנטע הקדוש פארטיילט מעדנים פאר ווער ס'פאלגט נאר וואס טאטע און מאמע הייסן, מ'קומט אריין אין געשעפט ווערט מען ענטפאנגן מיט אן אויסלייג פון טשאטשקעלעך, עבודה זרה'לעך, אזוינס וואס אינזער זיידע אברהם האט צופיצלט אינעם טאטענס געשעפט, און דאס אלס צו ערמעגליכן דאס מקיים זיין די מצות החג בכל פרטיה ודקדוקיה, מ'קען זיך איינהאנדלן אלע סארט ביימעלעך מיט א קנאפ אדער אן א קנאפ, מיט א חוטם אדער אן א חוטם, יעדער כמנהגו וואס ער האט געזען בבית אבותיו, און אינעם גייסט פונעם סעזאן זענען פארשטייט זיך די פרייזן שטארק רעדוצירט.
מערק איין זאך דאס מערסט בולט'דיג קאליר איז רויט, ממש ווי זיך פאר'כשופ'ט דערין וואס שטעקט אינטער דעם ?
נאר אין אמת'ן גייט דאס צוריק אביסל פריער בעת מ'האט יעזוס'ן אינטערגעפירט ווי א חתן,לצליבה, אויך די געשלענגלטע וועגן אויפן הר המשחה, און אים דערביי מכבד געווען ווי די רוימישער שטייגער ער זאל מוחל זיין זיך אליין שלעפן דעם פארהאקטן הילצערנעם שתי וערב, געגאנגן איז ער אין באגלייטונג מיט זיין גאנצע פמליא דיליה מיט זיינע משיחיסטישע שליחים ובראשם דער באקאנטער שאולי, זאגן זאגט מען אז ער האט גאנץ פיין געלערנט און ישיבה, נאר זיך אלץ געדרייט מיט פייגעלעך אין קאפ, וועלן זיך צוטשעפן צו עפעס א באוועגונג, מיט זיי גייט אויך די מוטער האשה מרת מרים מגדלנא, מ'האט יעזוסן פארקלאפט אויפן קרייץ, און דאס פארשטעקט אין די קרקע בתולה צום גרויס הילפלאזע הימל שרייענדיגע ווייטאג פון די סימפאטישע צושויער, בלוט צורינט זיך פון אלע זייטן מכף רגל ועד ראש, דערביי שרייענדיג גאט גאט פארוואס האסטו מיר פארלאזט, דמים בדמעות נגעו, געמישט טרערן אין בלוט, טרערן פון אמת'ע ליידן ווי אויך פון שמחה של מצוה, ווארום לויט די קריסטליכע טיעלאגיע האט דאך דער מחוסר כפרה זיך מקריב געווען כעולה וכקרבן אבער בתנאי כפול ומכופל גלייבן גלייבן און נאכאמאל גלייבן, האבן אמונה פשוטה אז עיצומו של יוזל איז מכפר בין עשה תשובה בין לא עשה תשובה.
די סצענע איז א בלוטיגע, אבער דער בלוט עלעמענט ווערט גאר באטראכט א גינסטיגע, א נאכט בעפאר האט יעזוס אפגעראכטן דעם סדר ווען צו די זייט זיצן זיינע תלמידים הקרויים בנים, יעזוס זאגט א דבר תורה בדרך רמז ער דעקט אויף די מצה אינטער די קערה און ווייזט אן מצה זו שאנו אוכלים על שום מה, דאס איז א רמז אויף די פלייש זיינע, ווידער די ד' כוסות זענען א רמז צו דאס בלוט זיינע ווארום מחר יהיה האות הזה וואס די פלייש און בלוט גייט ער זיך מקריב און מיט דעם וועט זיין עליה השלם כל הקרבנות כולם, אלזא איז א וואונדער וואס זיי זענען אזוי פאר'כשופ'ט אין רויט (לויט עפעס א מוסלומענער פוסק איז די רויטע טאמאטע א נוצרישע ירק און דערפאר איז ער פגול היא לא ירצה)
די היסטאריע פון נצרות איז פארשמירט מיט בלוט די אייראפעאישער ערד איינגעזאפט מיט בלוט די טייכן פון דונא און רייהן געמישט מיטן רויטן פליסיגקייט
אפילו די זון איז רויטער אין אייראפע ווארום דארט געפינט זיך דער פתחו של גיהנם

הפנים די הייליגע רומישע אימפעריע, די אייראפעאישער קאנטינענט, די מערב וועלט, ווערט אין מיין געדאנק אסאצעאירט און טוט סימבאליזירן מיט איר היסטאריע רויט.
אדום זו רומי.

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 10:17 pm

· #168857
די גמ' אין סוף מס' סוטה זאגט אז יאשקע איז געוועין א תלמיד פון ר' יוסי הגלילי און זיי זענען געוועין אונטערוועגנס און ס'האט זיך אנטוויקלט א שמועס צווישן רבי און תלמיד. און דער תלמיד האט ארויסגעזאגט א ווארט פון וואס ס'איז משמע געווען וואס ס'דרייטציך איהם אין קאפ. דער רבי (ר' יוסי הגלילי) איז נישט צופרידן געווען פון דעם. האט ער איהם אנגעשריגן און פאריאגט. ווען דער תלמיד (יאשקע) איז געקומען מפייס זיין דעם רבי האט ער געהאלטן אין מיטן קריאת שמע. און ר'האט איהם געוואונקען מיט די האנד אז ער זאל צו ווארטן ביז ער ענדיגט. דער תלמיד האט דאס אויפגענומען אלס צייכן אז דער רבי איז איהם מדחה בשתי ידיים און ער איז ארויסגעגאנגען און געווארן אן אפיקורס און ר'האט געזאגט אז ער איז א גאט. 😮 😲

שפתים ישק » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 10:26 pm

· #168861
"אדום" אין פסוק שטייט ארויסגעשריבן (אין נ"ך - זעה דברי הימים - מערערע מאהל) אז זי איז נעבן דער ים המלח, דהיינו אז די הר שעיר/אדום פון פסוק האט נישט מיט אדום וואס סימבאלעזירט רומי.

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 12:33 am

· #168882
איינער האט א הייל צו פארדינגען?

דעת תורה » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 12:53 am

· #168888
בערל, רבי יוסי הגלילי איז געווען היפש שפעטער, דו מיינסט מסתמא ר' יהושע בן פרחי' (וועלכער איז לכאורה געווען היבש פריער ווי די אנגעגעבענע צייט, ועיין).

שפתיים, הדברים עתיקים, דאס איז דאך די טענה פונעם אבן עזרא. לעומת זה די אנדערע ראשונים (וועלכע לערנען ווי די פשטות הגמרא וחז"לוואס רופן רומי אדום) האבן זיך זייערע מהלכים בנושא.

נהורא נפישא » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 6:31 pm

· #169037
..וישינים שלא הקיצו משנת האוולת יחשבו כי אנחנו בגלות אדום, ולא כן הדבר רק אדום היה תחת יד יהודה, וכן כתוב ויפשע אדום מתחת יד יהודה, גם יואב הכרית כל זכר באדום, ובעבור שהיו תחת יד יהודה שמחו ביום אידינו, והיו אומרים לבבליים ערו ערו עד היסוד בה. ויותר היה קשה על ישראל החרפה שהיה אדום מחרף אותם מרעתם, וכן טעם שישי ושמחי בת אדום, גם כן אל תשמח לבני יהודה, גם בימי הורקנוס הזקן שמם שומרי ירושלים והכניסם בברית מילה, גם בימי אגריפס כאשר נלכדה ירושלים באו גדודי אדום לעזור ליהודה, ורומי שהגלתנו היא מזרע כתים... והיו אנשים מתי מספר שהאמינו באיש ששמוהו אלוה וכאשר האמינה רומי בימי קוסטנטין שחדש כל הדת ושם על דגלו צורת האיש ההוא, ולא היו בעולם שישמרו התורה החדשה חוץ מאדומיים מעטים, על כן נקראה רומי מלכות אדום... (אבן עזרא בראשית כז מ)
מערקט דעם טיטול וואס דער אבן עזרא גיט פאר חכז"ל.

יאיר » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 6:58 pm

· #169045
נהורא, ער גיבט נישט דעם טיטל פאר חז"ל. אין דער תלמוד שטייט נישט אז דער גלות ווערט אנגערופן גלות אדום.
אגב, איך געדענק נישט די לעצטע שורה פון והיו אנשים וכו'. זעט אויס אז דער צענזור האט עס ארויסגענומען אין טייל חומשים.

נהורא נפישא » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 7:29 pm

· #169058
אין מיין חומש איז אויך נישט געדרוקט די לעצטע שורה, נאר קאפירענדיג פונעם אינטערנעט איז דאס מיטגעקומען זעהט טאקע אויס די צענזור האט דאס ארויסגענומען, באמערק איך יעצט אז ער בארעכטיגט דאס אנרופען רוים מיטן נאמען אדום, וואס חז"ל טוען דאס יא אויף מערערע פלעצער, ער ווארפט נאר אפ סיי וועלעכע גענעטישע פארבינדונגן צעווישן אדום אין רוים, און דאס טרעפן מיר טאקע נישט אין חז"ל.
פארשטיי איך עס ריכטיג, אדער פעלט מיר נאך עפעס?

יאיר » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 11:09 am

· #169141
עס איז בעצם תלוי אין אן אנדער מחלוקת, וועלכע גלות עס איז מרומז אין דעם פערטן חיה פון דניאל'ס חלום. דער רמב"ן און אנדערע זאגן אז דאס איז גלות אדום, דהיינו רוים, און אויף זיי שטייט די אלע פסוקים אין די תורה קעגן אדום (גאנץ געשמאק פון א טעאלאגישע שטאנדפונקט), אבער דער אבן עזרא האלט אז עס איז גלות ישמעאל, ווי דער רמב"ן שרייבט (במדבר כד כ): ורבי אברהם נשתבש בזה והכניס בזה מלכות ישמעאל כי נפל פחדם עליו, וטען איך לא תמנה מלכות גדולה ועצומה כמוה"... "החיה הרביעית שראה דניאל היא רומי אשר הגלתנו והיא אשר תאבד ביד המשיח". אלזא דער רמב"ן איז דער וואס האט זיך נישט אויפגעוועקט פון שלאף, נישט די חכמי התלמוד.
איבריג צו זאגן אז דער היסטארישער טעם וואס אבן עזרא גיבט אן פאר דעם וואס חז"ל רופן אן רוים מלכות אדום איז לכאורה נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. חז"ל, פונקט ווי דער רמב"ן, האבן העכסט ווארשיינליך געהאלטן אז רוים איז טאקע אדום פון דעם פסוק, אזוי ווי טייל חרדי'שע אידן גלייבן אז די דייטשן (אדער גאר די ציונים) שטאמען פון עמלק.

יאיר » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 11:16 am

· #169143
וועגן דעם עצם רעיון פון דעם אשכול איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז בלוט שפילט אויך א הויפט ראלע ביי יציאת מצרים. די וואסער ווערט בלוט צוויי מאל, משה רבינו ווערט א חתן דמים למולות, גאט הייסט שפריצן דאס בלוט אויפ'ן משקוף. בכלל ווערט בלוט דערמאנט אלס א סימבאל אומצאליגע מאל אין תנ"ך. הרג'ענען א מענטש ווערט גערופן דמיו בו, בין דם לדם, את דמכם לנפשוכתיכם, בלוט פון א בהמה טאר מען נישט עסן, כי הדם הוא הנפש, לא תאכלו על הדם. זעט אויס אז בלוט איז געווען א סימבאל פון שטארקייט און ברוטאליטעט צוגלייך. ווען די ציונים האבן געזאגט רק בדם תהיה לנו הארץ האבן זיי געהאט אין וועמענ'ס פוסטריט נאכצוגיין.
ואומר לך בדמייך חיי.

kotchenyu » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 3:00 pm

· #170546
אדום "איז" רוים
רש"י בראשית לו פסוק מג מגדיאל- היא רומי ער איז גיווען פון די אלופי עשיו און איז געגאנגן קיין איטאליע און פון אים שטאמען זיי.