אן אפענע בריוו צו ראשי ועסקני ק"ק פאפא 125 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5451
אין די היינטיגע עפאכע איז קלאר אז מ'מוז פארשפארן די גאס ביי א רעבישע חתונה. אמאהל אויב מ'האט אריינגעגעבן א באשרייבונג אין די היימישע צייטונגען און ס'איז געשטאנען: "גאסן זענען פארשלאסן געווארן צוליב די שמחה אנשאפענדיג א ריזן פארקער פון אויטאס געשטראטנדעט". וואלט מען דאס אנגענומען אנע פראגעס. אבער היינט אין די וואטסעפפ עפאכע.. וואלט דער ממונה ארויסגעקומען זיין סמארט-פאון און געזאגט: "אנטשולדיגטס, אבער איך זע נישט קיין איין וויץ אויף אייער חשבון אויף מיינע גרופעס וועגן די פארשפארטע גאס, איך קען דאס נישט אריינלייגן".
איך זעה נישט קיינעם - קיין איינציגער - זיך באקלאגן אויף דעם וואס סאטמאר (מהר"י) האט היינט פארשפארט בעדפארד עוועניו לכבוד די חתונה פון רבינ'ס אן אייניקל. גוט, מען האט אפגעשפארט נאר א פאר שעה, אבער אפגעשפארט איז אפגעשפארט און עס איז געווען בעדפארד עוועניו אין צענטער, אין די צייט וואס מען וואלט געקענט מאכן די חופה אויף ראדני, ראס אדער אין נעווי יארד. זאל מיר קיינער נישט זאגן אז עס הערשט נישט קיין ראסיזם קעגן פאפא .
שמעקעדיג די ראשי ועסקני פאפא מוטשען זיך צו פארשטיין וואס איר ווילט פון זיי וואס האט דען באבוב מיט זיי
באבוב (ביידע, שוין באבוב פלעין און באבוב [45]) איז דער צייט זייער פונקטליך דער חופה אויב איז עס אויפן גאס, שטעלט דאס איינס צוויי ווי א פאזעל, 15 מינוט נאך די חופה איז שוין נישט דא קיין זכר. פונעם אויפשטעלן ביזן צונעמען איז א קארגע 2 שעה.
מח-החושב איך זעה נישט קיינעם - קיין איינציגער - זיך באקלאגן אויף דעם וואס סאטמאר (מהר"י) האט היינט פארשפארט בעדפארד עוועניו לכבוד די חתונה פון רבינ'ס אן אייניקל. גוט, מען האט אפגעשפארט נאר א פאר שעה, אבער אפגעשפארט איז אפגעשפארט און עס איז געווען בעדפארד עוועניו אין צענטער, אין די צייט וואס מען וואלט געקענט מאכן די חופה אויף ראדני, ראס אדער אין נעווי יארד. זאל מיר קיינער נישט זאגן אז עס הערשט נישט קיין ראסיזם קעגן פאפא .
סאטמאר מאכט די צווייטע חופה און דריי יאר און פארשפארט נאר פאר אפאר שעה
פאפא מאכט חתונה דריי מאל א יאר און סאיז פארשפארט 6 שעה
סאטמאר מאכט חתונה פאר אפאר טויזענט מענטשען פאפא פאר אפאר הונדערט that's the whole difference
תירוצים איז דא גענוג. אבער די קשיא בלייבט די זעלבע, פאר א פאר טויזנט מענטשן קען מען נישט מאכן א חופה אויף ראדני אדער ראס סטריט (וואס איז סייווי געווען אפגעשפארט)? מיך גייט עס פערזענליך נישט אן, אדרבה, איך האלט אז ווען א רבישע הויף מאכט א שמחה מעג מען זיי פארגינען אביסל פראפאגאנדע און די גוטע (מעגליך שוואנצאנישע) פילינג אז מען מאכט א ריזיגע חופה און די גאנצע שטאט פריידט זיך מיט מיט אונזער שמחה. אבער חילוקים פון סאטמאר ביז פאפא איז נישט דא. אויב סאטמאר מעג טשאזן בעדפארד איבער ראדני אדער ראס, מעג פאפא טשאזן בעדפארד איבער פען סטריט.
פלעין יודיש סאטמאר מאכט חתונה פאר אפאר טויזענט מענטשען פאפא פאר אפאר הונדערט that's the whole difference
איך מיין אז דאס מאל איז געווען פארקערט, מער ווי די סקווער בלאק פין בערי קליין איז מען נישט געשטאנען די גאנצע אפשפארען האט נישט קיין שום פשט, די קינץ פין אפשפארען איז שוין לאנג אוט אויף סטייל אפילו א ספינקער אין קרעטשניפער קענען שוין אויך
פלעין יודיש סאטמאר מאכט חתונה פאר אפאר טויזענט מענטשען פאפא פאר אפאר הונדערט that's the whole difference
פאפא, נו, זיי ווילן זיין גרויס, און מיינען נעבעך אז אזוי ווערט מען גרויס.
אבער סאטמאר זענען דאך די נארמאלע! זיי זענען באמת גרויס! זיי טוהן נישט די נארישע אקטיוויטען ווי די ארונים (למשל "יסודי התורה" 😂 ) זייער רבי האט פיינט די משוגעת'ן, וכו' וכו', אויב אזוי פארוואס איז מען אזוי מצער דעם רבי'ן, און תושבי וויליאמסבורג וואס וואוינען אין די געגענט??
פלעין יודיש סאטמאר מאכט חתונה פאר אפאר טויזענט מענטשען פאפא פאר אפאר הונדערט that's the whole difference
פאפא איז א חסידות.
סאטמאר איז א פארטיי (עכ'פ צד רז'ל)
און אגב, איז די חתונה געווען אין וויליאמסבורג, אדער נאר די חופה?
אויליגער מח-החושב איך זעה נישט קיינעם - קיין איינציגער - זיך באקלאגן אויף דעם וואס סאטמאר (מהר"י) האט היינט פארשפארט בעדפארד עוועניו לכבוד די חתונה פון רבינ'ס אן אייניקל. גוט, מען האט אפגעשפארט נאר א פאר שעה, אבער אפגעשפארט איז אפגעשפארט און עס איז געווען בעדפארד עוועניו אין צענטער, אין די צייט וואס מען וואלט געקענט מאכן די חופה אויף ראדני, ראס אדער אין נעווי יארד. זאל מיר קיינער נישט זאגן אז עס הערשט נישט קיין ראסיזם קעגן פאפא .
סאטמאר מאכט די צווייטע חופה און דריי יאר און פארשפארט נאר פאר אפאר שעה
פאפא מאכט חתונה דריי מאל א יאר און סאיז פארשפארט 6 שעה
נו, זיי זענען אונגערישע. זייער קאפ ארבעט שטאאטער.
פרעיגט תוס' א קשיא. און וואס איז סאטמאר??!!!... 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 😂 😠 😛 😳 😉 😮
I'm back פלעין יודיש סאטמאר מאכט חתונה פאר אפאר טויזענט מענטשען פאפא פאר אפאר הונדערט that's the whole difference
פאפא איז א חסידות.
סאטמאר איז א פארטיי (עכ'פ צד רז'ל)
און אגב, איז די חתונה געווען אין וויליאמסבורג, אדער נאר די חופה?
ניין פאפע איז א homemade חסידות!
שת.אדמזאהן פלעין יודיש סאטמאר מאכט חתונה פאר אפאר טויזענט מענטשען פאפא פאר אפאר הונדערט that's the whole difference
פאפא, נו, זיי ווילן זיין גרויס, און מיינען נעבעך אז אזוי ווערט מען גרויס.
אבער סאטמאר זענען דאך די נארמאלע! זיי זענען באמת גרויס! זיי טוהן נישט די נארישע אקטיוויטען ווי די ארונים (למשל "יסודי התורה" 😂 ) זייער רבי האט פיינט די משוגעת'ן, וכו' וכו', אויב אזוי פארוואס איז מען אזוי מצער דעם רבי'ן, און תושבי וויליאמסבורג וואס וואוינען אין די געגענט??
דער רבי שליט"א (מהרז"ל) האט פונקט אזויפיל צער ווען מ'פארשפארט די גאסן, ווי זיין פיקטשער ערשיינט אויפ'ן קאווער פון כל העולם כולו, בזיוו הדרת קדשו מיט די ווייסע בעקיטשע... 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 😂 😠 😛 😛 😛 😳 😉 😮
הו קעירס האום מעיד אדער נישט? היינט זענען זיי א חסידות, און דערצו גאנץ א שיינע.
איך האב גראדע יא געוואלט ארויסברענגען די ווייגעשריי פון טויזענטער תושבי וויליאמסבורג וואס זענען אפעקטירט געווארן פון די בעדפארד עוועניו אפשפארונג אבער כ'האב מיך צוריק געהאלטן ווייל כ'האב געקלערט אז ס'וועט ווערן פארקראכן צו א שמועס איבער די סאטמארע פאליטיק. ובזה יצאתי ידי חובתי, ולא יאמרו מדשתקי וכו'
@ר' בערל, אונגארישע זענען נישט ווייניגער קלוג, זיי זענען ווייניגער כיטרע ווי די פאלאקן, און די ליטוואקן (די אמאליגע, אין דער אלטער היים) האלטן די פוילישע די זעלבע נארנים ווי די פאלאקן האלטן די אונגארישע, (די היינטיגע מאדערנעזירטע 'ליטוואקן' וואס רעדן נישט קיין מאמע לשון זענען נאך די ווייניגסטע כיטרע) די גאנצע מיטאס פון 'כעלמער חכמים' איז א ליטווישע ערפינדונג, וואו די קעגנזייט פון די כעלמער זענען געווען זיי די ליטוועקעס, אזוי אז אלע כעלעמער געשיכטעס היסטאריש האבן גערעדט פון א ליטוואק (דער קלוגער) פרעגט א כעלמער (דער פאלאק, דער טיפש), אדער א ליטוואק איז אנגעקומען אין כעלם, (די ליטוואקס האבן בכלל פון קיין אונגארישע נישט געוואוסט צו זאגן), אבער כיטרע מיינט לאו דווקא קלוג, די אונגארישע זענען אוניווערסאל בעסער אין ביזנעס, האבן א בעסערע פארשטאנד אין אנפירן און פארוואלטן אויף פארצווייגטע אפערעס, די ארעמע פאלאקן, און די נאכמער ארעמע ליטווישע, האבן אנשטאט ארבייטן און מאכן פרנסה געהאט אלע צייט אין דער וועלט אויסצושארפן זייער כיטרעשאפט און שפעטן און זיך ארומפליקן איינער דעם צווייטן,
signout פלעין יודיש סאטמאר מאכט חתונה פאר אפאר טויזענט מענטשען פאפא פאר אפאר הונדערט that's the whole difference
איך מיין אז דאס מאל איז געווען פארקערט, מער ווי די סקווער בלאק פין בערי קליין איז מען נישט געשטאנען די גאנצע אפשפארען האט נישט קיין שום פשט, די קינץ פין אפשפארען איז שוין לאנג אוט אויף סטייל אפילו א ספינקער אין קרעטשניפער קענען שוין אויך
פאקטן קען מען נישט פארדרייען
📎 1.jpg 📎 11.jpg 📎 111.jpg 📎 4.jpg 📎 2.jpg 📎 3.jpg
די ווילסט מיט די בילדער איינרעדן אז דער עולם האט נאר געהאט פלאץ ווען מען שפארט אפ בעדפארד? קענסט ברענגן א בילד פין די הייעך? '' ביי די חופה איז מען נישט געשטאנען אויף וויליאמסבורג סט''', אין ביי ספינקא בנין געווען די חופה, די עולם האט ברייט פלאץ אויף ראדני, מען קען אויף ראדני אויך אויסצויען שיין א בילד אן דארפן אפשפארען די גאס, אדער כאטשיג אויף ראסס סט'
נאך מער, אסאך מענטשן קומען נאר ווייל מ'מאכט א טראסק ווי אפשפארן די גאס וכדומה. קומט אויס אז ס'איז א גלגל החוזר, מ'שפארט אפ די גאס כדי ס'זאלן קומען אסאך מענטשן, און אז ס'קומען אסאך מענטשן דארף מען דאך אפשפארן די גאס וחוזר חלילה
פארוואס איז דא דריי אשכולות וואס באהאנלען דעם זעלבן ענין, אפשפארן בעדפארד עוו. פאר די סאטמארע חופה, דעם אשכול, 'זענען מיר באלעבאס אין שטאט', און 'מעכטיגע מאטארקאדע'
קענסט עפענען א פערטע, צו באהאנדלען דיין פראבלעם.
די אשכול איז רעזעווירט פאר פאפא, סאטמאר מישט זיך נאר אריין
דאס איז שוין א עוולה האלטן אפגעשפארט א גאס פאר א נישטיגע מנין
VIDEO
וועלכע צדיק מאכט חתונה?
חוצפה?! זיי זאגן קלאר אז זיי אנטשולדיגען זיך!
סאטמאר טענה'ט: אויב פאפא מעג, מעג איך אויך!
די גאנצע
וועד החתונה שע״י קהל יטב לב דסאטמאר. חשובע וייליאמסבורגע איינוואינער ציליב אימפאראויסגעזעהנע סיבות בעטן מיר אלע איינוואינער אויף בעדפארד צווישן קליימער אין לינטש סטריט צי אויסליידיגן זייערע הייזער כדי צי מאכן פלאץ פאר די געסט וועלעכע קימען פארן מכל פינות העולם ביי וואינען די ערשטע רעבישע חתונה אינעם צויאנציגסטם יאר הינדרעט. אויב מעגליך ביטע לאט איבער וואסער אין די טשייניק מיט קאווע אין מילעך מיט ספלענדע אין ציקער מיט שיין פריש געמאכטע בעטן די וואנע האלב אנגעפילט מיט ווארעם וואסער א האנטעך אויף דער ערד אין א מאור ושמוש אויסגעמישט אויף פרשת לך לך אין א טאץ פרוכט אויפן טיש. אויך בעטן בכלליות אלע איינוואינער פין ניי אין אלט וויליאמסבורג צי איבערלאזן די שליסלאך פין די קאר אינעווייניג מיט די מאטאר אנגעצינדן פין מוצ״ש ביז מאנטאג פארטאגס, כדי די געסט זאלן קענען ניצן אייער קאר אין פאל זייער פיס טראגט זיי מער נישט. ביטע זייט געווארנט אז אן עסקארט קען ארויסוואקסן אינטער אייך, פארנט פין אייך, העכער אייך ליעדע מיניט דעריבער זייט וואכזאם אין האלט אן אפענע בליק פאר קהלס שווארצע באנדע לעלאס קארס
דאס איז עס די אראבערס נעמען איבער אייראפע סאטמער האט -אין נעמט איין וולימסבורג די וואס זענען נישט אין שפאן זענען באמת אויסגעשפילט די ק/פ איז שוין גארנישט קיין וויץ
זקני העדה וואס האבן נאך געלערנט באם רבין אין קראלע שלעפן זיך מיט שטריימל בעקיטשע... כהאב מורא אז סאטמאר 40 יאר צירוק איז געווען די זעלבע שטיק שקר ושגעון
אמאל האט די וועלט געזען פאפא ווי א קליינער סאטמאר היינט זעהט די וועלט סאטמאר ווי א גרויסע פאפא
אמע"כ אנשי בארא פארק שליט"א היינט נאכט מאכט אי"ה כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א חתונה דא אין בארא פארק און פארשטייט זיך אז עס איז נישט דא ווי צו מאכן די חופה נאר פארנט פון ביהמ"ד אויף 14טע עוועניו ממילא ווער עס דארף היינט ערגעץ פארן אין די נאכט שעות זאל זיך אויסרעכנען א detour ווי צו פארן אדער נוצן די רגלים אדער אריינשליגן צוויי פילעכלעך פאר די בלוט דרוק. מיט פארשטענדיניש עסקני מונקאטש
קען איינער ברענגען א פיקטשער פון די צוויי געי פאנען אויפען מינקאטשער שוהל????????
מלכות בית סקווער ב. פ.
they tow all cars parked in the 3 block range📎 IMG_20160224_132346.jpg
נעכטן ביי די חתונה בבית באבוב-מאנסי/דינוב-וומ"ס/באבוב-45 /סאסרעגן/סאטמאר-53/ספינקא-56 איז אויך געווען אפגעשפארט די גאס. פארשטייט זיך אז ס'האט אנגעמאכט א טרעפיק און איינע פון די פעטערס האבן נישט געהאט קיין ברירה און געמוזט קומען, נגד רצונו, מיט אן עסקארט מיט לייטס און סיירענס.
שמעון וואלף נעכטן ביי די חתונה בבית באבוב-מאנסי/דינוב-וומ"ס/באבוב-45 /סאסרעגן/סאטמאר-53/ספינקא-56 איז אויך געווען אפגעשפארט די גאס. פארשטייט זיך אז ס'האט אנגעמאכט א טרעפיק און איינע פון די פעטערס האבן נישט געהאט קיין ברירה און געמוזט קומען, נגד רצונו, מיט אן עסקארט מיט לייטס און סיירענס.
קודם כל עס איז סאסרעגען איסט 24. ער איז גענוג א גרויסע רבי אז ער זאל באקומען א נאמבער.
והשנית, גיוו קרעדיט וואו מען דארף. אנשטאט פארמאכן די גאס פון אינמיטן טאג איז די פארקער געווען אפן כרגיל, צוליב דעם וואס זיי האבן אריינגעלייגט די חופה אין די פארקינג לאט אנשטאט אויף די גאס. ממילא איז געווען פארמאכט די גאס נאר די שעה פון די חופה.
בנוגע דעם עסקארט, דער אדמו"ר וואס איז נגד רצונו האט טאקע נישט געהאט קיין בליצערלעך. אבל מה יעשה אז די אדמורי"ם לבית מאנסי/וומ"ס/45/56 האבן נישט מוותר געווען דערויף און זיי האבן געהאט א באגלייטונג מיט בליצערלעך און זיי זענען געווען פון אונטער אים
געהערט אז וועגן דעם פארט יענע אדמו''ר, וואס האט פיינט לעמפלעך, זייער אסאך מיט פרייועט קליינע פליגער'ס ווייל ס'האט ווייניגער לעמפלעך ווי א גרויסע זשעט...
ליפא געהערט אז וועגן דעם פארט יענע אדמו''ר, וואס האט פיינט לעמפלעך, זייער אסאך מיט פרייועט קליינע פליגער'ס ווייל ס'האט ווייניגער לעמפלעך ווי א גרויסע זשעט...
"געהערט" ווי הערט מען דאס? געהערט!!!
Re: אן אפענע בריוו צו ראשי ועסקני ק"ק פאפא
בנוגע דעם עסקארט, דער אדמו"ר וואס איז נגד רצונו האט טאקע נישט געהאט קיין בליצערלעך.[/quote] דער אדמו"ר האט פיין געהאט לעמפעלעך אין פייפערלעך, און געפיפן ווי א מאניאק אויף 14 אין 15 עוו, למען ישמעו ויראו גאנץ בארא פארק וועלעכער פעטער עס איז בעלעבאס אויף די חתונה ריכטיג מקיים געווען דעם בטל רצונך מפני....
Re: אן אפענע בריוו צו ראשי ועסקני ק"ק פאפא
אויף די אלע 'נגד רצונו'ס' ווערט געזאגט 'אלו הם יסורים של אהבה' Sent from my LG-LS980 using Tapatalk
ishchusid בנוגע דעם עסקארט, דער אדמו"ר וואס איז נגד רצונו האט טאקע נישט געהאט קיין בליצערלעך.
דער אדמו"ר האט פיין געהאט לעמפעלעך אין פייפערלעך, און געפיפן ווי א מאניאק אויף 14 אין 15 עוו, למען ישמעו ויראו גאנץ בארא פארק וועלעכער פעטער עס איז בעלעבאס אויף די חתונה
ריכטיג מקיים געווען דעם בטל רצונך מפני....[/quote]
אונטרעסאנט ווען ער איז געקומען צו די חתונה איז נישט געווען קיין שום לעמפעלעך און פייפערלעך, אויכעט נישט ווען ער איז אוועק נאך די חופה און צוריק צום בענטשען,
אבער ווען מען איז געפארען צום באדעקען מיט נאך אדמורים מוז זיין אז עס איז געווען זיינס, איך הער
ענדליך איז די ווייגעשריי אנגעקומען אין די הויכע פענסטער און דערגרייכט צו די ראשי קהילת יעקב פאפא. ומהם ילמדו וכן יעשו אז ביי אלע מאורעות זאל מען זיך רעכענען מיט די ציבור.
תושבי בארא פארק זענען זייער עקסייטעד אז מלכות "טויס פאר יו" כ'מיין צו זאגן מלכות סאטמאר מאכט היינט נאכט א גרויסע חתונה אין שטאט, איך גיי נישט דיסקוטירן די אויפרייסענישן לבית סיגוט סאטמאר און דאס מאכן א חתונה מיט גרויס פאראדע וואס איז שוין לאנג נישט אין סטיל, על פי רוב האט מען שוין לאנג אנערקענט אז ס'איז א שאד די בלוטיגע הקדש געלט גענומען פון ציבור, וואס קען גיין פאר בעסערע און וויכטיגערע צוועקן, ווען עס איז פונקט אזוי גוט א חתונה אין ביהמ"ד, ווי דער אדמו"ר פון צד שכנגד פירט זיך ביי אלע זיינע אייניקלעך. אבער דא איז דא באהאלטענע סיבות עי' ערך ר' יעקב בער והמסתעף, ממילא גיי איך גארנישט זאגן. אבער וואס איז יא א פרעכע און גרויליגע חוצפא, איז דאס אויפשטעלן די חופה אין סאמע צענטער פון פערצנט עוועניו. ווער עס האט נאר אמאל באזוכט בארא פארק ווייסט אז די טראפיק דערגרייכט קריטישע שטאפלען, אזוי ווייט אז מ'הערט פון הצלה אז עס פארשווערט זיי אנצוקומען צו עמערזשענסי הילפס רופן אין צייט, פערצנט עוועניו איז פון די שווערסטע גאסן אין שטאט, גרויסע טיילן פון טאג איז עס ממש א פארקינג לאט וואס איז א ביטערע אפקומעניש פאר די שטאטישע איינוואוינער. ווילסט מאכן א חופה בריש כל חוצות מיט גרויסע פאמפע? כל הכבוד! אבער פארוואס אין דער וועלט מוז עס פונקט זיין אויף די עוועניו, עס איז א ריכטיגע בור ברשות הרבים, גניבה און גזילת רבים, און אן עוולה קעגן די מענטשהייט. במטותא מיינכון כבוד ר' יעקב בער וכל כת דילי', מאכט אייערע חופות אויף א סטריט און נישט אויף אן עוועניו. אזא פירערשאפט ברענגט נישט קיין כבוד און רעגט סתם אויף דעם רעכטדענקיגן מענטשהייט.
מ'דארף האבן אמונת צדיקים אז ביים צייט פון די חופה וועט נישט זיין קיין עמערדזשענסיס און קיינער וועט נישט זוכען קיין פארקינג אויף די עוועניו.
אביסל דרך ארץ פאר די זיידעס וואס קימען אראפ
א גאנצן טאג בינעך שוין באזארגט אויב וועל איך קענען אהיימפארן פון די ארבעט גראד אראפ פערצן, צוליב דעם גרויסן חופה בחצה"ק 52. למעשה, איך בין אריבערגעפארן האלב זיבן, קנאפער שעה איידער די חופה ברויך זיך אנצוהויבן 'בדיוק גמור מאוד'... פערצנטער עוועניו איז ברייט אפן!! ס'האט אין מיר צוריק ארויפגעברענגט מיין כעס אויף שטינקאטש (קרעדיט: נ. ר.) וואס האט חתונה געמאכט און אפגעשפארט פערצן פון חצות היום ווען די חתונה האט זיך אנגעהויבן 10 באישון לילה.
קאצקע ציקער אביסל דרך ארץ פאר די זיידעס וואס קימען אראפ
נאר די זיידעס קומען אראפ? די באבעס נישט?, כבין זיכער אז ׳באבע-יוטל׳ איז אויך אראפגעקומען, זי האט געזעהן אזויפיל יאקאבאוויטש׳ס לעפקאוויטש׳ס פריינד׳ס און פליישמאנ׳ס קומען זיך צוזאם אויף איין פלאץ, מוז זיכער זיין אז ס׳קומט דארט פאר א נאנטע משפחה שמחה, קומט זי טאקע צוגיין פון יענער וועלט, אדער פון גן עדן אדער פון...
וואס זאל ער טוען אז די זיידעס האבן זיך אויסגענומען אז זיי וועלן נאר קומען אויף א עוועניו מיט פיר ליניעס (פארקינג ליניעס קען מען אויך רעכענען) און אז עס דארף זיין פולשטענדיג אפגעשטעלט.
וואס פארשטייט עטץ נישט, ביי די קומענדיגע חתונה וועט מען טראמפייטערן אז די רבי אדער יעקב בער האט אויסדריקליך פארלאנגט אז מ'זאל נישט אפשפארן קיין הויפט גאסן ווייל ביי די פאריגע חתונה האט עס פאראורזאכט אומאנגענעמליכקייטן פאר די איינוואינער. די חסידים וועלן אויפהייבן די אויגן פארוואונדערט, פשיהא! קוק וואספארא נועם המידות דער איז, ווי ער רעכענט זיך מיט אנדערעמ'ס געפילן
בילדער פון די חתונה? איינער?