☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » איך בין א פץ

איך בין א פץ

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5445

דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 1:48 pm

· #168647
איך בין א פץ
פץ לו המבשר באמת היום תתעשר

היינט קומט פאר א ריזיגע לאטערי פון שווערע דאלארן. פריער האב איך געקופט איין לאטא א קוויקפיק און איך האף צום בורא עולם וואס פארשטייט דאך יא אז איך בין פון דע פאצעס און ביי מיר גילט נישט דער ''לא לחכמים לחם'' מעג ער מאכן אז איך זאל שוין געווינען. מיט דעם האב איך געקלערט איז פשט ''פץ לו המבשר'' אליהו האט עם געזאגט קודם מוז מען ווערן א פץ נאר נאכדעם ווען די ביזט שוין ארויס פון גדר '''חכם''' איז דא ווי דער ברכה זאל חל זיין און ס'וועט זיין ''היום תתעשר''.

רוב ציבור דא וועט מסכים זיין אז איך בין א פץ (אה , יעצט קען מען נישט צוריקציען!!) וועט יעדער פארשטיין אז איך וועל ארויס גיין זכאי ביים גורל היינט נאכט. און נאך עפעס , אזוי ווי איך שרייב דא וואס פאר א פץ איך בין צו וואס יעדער כמעט איז מסכים קען מען דאך רואיג לייקן דע תגובה ניין? נו איז דאך עס א ווין ווין סיטואציע. אהער מיט די לייקס!

ידיד נפש...

דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 1:51 pm

· #168650
פארגעסן צו שרייבן אז דע תורה איז געווען לכ' מיין 400 תגובה

א-ל מסתתר

איך אויך » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 2:07 pm

· #168662
פרי צדיק? פיינע צדיק? פינטעלע צדיק? פיין צומישט? פול צוקערדיג? פרא צאלי? פינגער צוקוועטשט? פינקי ציהט?

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 2:22 pm

· #168666
דער פינטל: ס'א ריזיגע תורא. איך וויל זעין דו זאלסט עס איבערזאגן אין דיין ביהמ"ד ביי שלוש סעודות אדער מלוה מלכה. איך ווארף מיך שוין פאר געלעכטער אויף דעים גרויסן לאכעריי וואס וועט זיך טון אין ביהמ"ד. נאר ס'איז אן אמת'דיג ווערטל. 😂 😳 😮 😲

דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 5:08 pm

· #168748
איינער האט מיר פריוואט אנגעזידעלט אז איך בין א פץ און אז קיינער האט מיר נישט ליב אין ק"ש. האב איך געמאכט א ''וועט'' מיט יענעם. א לייק מיינטאך אז מ'איז מסכים צו וואס ס'איז געשריבן. איך גיי אפען שרייבן אין ק"ש אז איך בין א פץ און וועסט זען קיינער כמעט וועט נישט מסכים זיין , ס'וועט נישט האבן לייקס. און איך האב געווינען! קיינער האלט נישט אז איך בין א פץ! (חוץ איין גוטע ברסלעבר וואס האט ליב געהאט בלויז די תורה) א גרויסער דאנק!

דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 11:23 pm

· #168867
פארלוירן 😠

בערל_פרוכטבייסער » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 12:16 am

· #168876
אגב "פץ" מאכט פאפא-צעהלים
ס'איז נוגע פאר היינט נאכט, ווען מ'איז מלא כעס אויף די געבלאקטע בעדפארד עוועניו

פיטומי מילי » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 12:23 am

· #168879
לויט וויזוי די שרייבסט טוט זיך ענעלייזען אז ביסט טאקע א פץ

דער (פינטעל) איד » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 12:26 am

· #168881
פיטומי מילי
לויט וויזוי די שרייבסט טוט זיך ענעלייזען אז ביסט טאקע א פץ

דאן פארוואס לייקסטע נישט?

בערל_פרוכטבייסער » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 12:36 am

· #168884
פיטומי מילי
לויט וויזוי די שרייבסט טוט זיך ענעלייזען אז ביסט טאקע א פץ


העלוי, גיי צוריק טאנצען
איצט איז דער עולם רואיג, בעדפארד איז שוין אפען.
עז אף נאו, איז נאר פאפא פארמאכט 😂