☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » חרדי'שע פרוי קידנעפט א קינד

חרדי'שע פרוי קידנעפט א קינד

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5444

אפטעמיסט » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 10:16 am

· #168592
חרדי'שע פרוי קידנעפט א קינד
א חרדי'שע פרוי וואס איז געזעהן געווארן קידנעפן א קליין קינד ביי א חתונה זאל האט געזאגט אז די מאמע האט נישט קיין שום רעכט צוריקצונעמען די בעבי ווייל ס׳געהערט צו איר. די מעשה האט פאסירט לעצטע חודש אינמיטן א חתונה פון א חסיד׳ישע משפחה. די פרוי וואס גייט ארום צו אסאך חתונה׳ס כדי צו קענען עסן א אומזיסטע סעודה, האט אפגעמאכט אז זי וויל אהיים נעמען א בעבי און אויפהאדעווען ווי אן אייגן קינד. אינמיטן די חתונה האט די מאמע באמערקט אז איר בעבי איז פארשוואונדן געווארן פון די קערידזש. די משפחה האט באלד אנגעהויבן א זוכעריי נאכ׳ן קינד, מ׳איז אויך ארויס זיכן אינדרויסן פון זאל ווען מ׳האט באמערקט די פרוי ווי זי וויל ארויפגיין אויף א באס מיט׳ן קינד. ווען זיי האבן פראבירט ארויס כאפן די קינד פון איר האט זי געזאגט זי האט אויך די רעכט צו האבן די קינד ווייל אלע אידן זענען איין משפחה. ווען די משפחה האט איבערגעקוקט די בילדער פון די חתונה זענען זיי ערשטוינט געווארן צו זעהן אז איינע פון די פיקטשערס האט מען געכאפט די מינוט וואס די פרוי האט גע׳קידנעפט דאס קינד. לויט די אויספארשער האט די פרוי ארויסגענומען די קינד פון קערידזש און געטאנצן אפאר מינוט מיט׳ן קינד און ווען קיינער האט נישט געזעהן איז זי ארויס מיט׳ן קינד פונעם חתונה זאל.
ק/פ
📎 IMG-20131217-WA0004.jpg

פישלע העררינג » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 10:27 am

· #168596
אוי באשעפער!

טעפל » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 11:33 am

· #168612
דאס איז שוין גארנישט קיין געלעכטער, ווער ווייסט וואלט געוועהן ווען מ'וואלט נישט באמערקט, גיי זוכיר.

ברעט מענינג » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 11:35 am

· #168613
די בעבי ליגט עפעס נישט געהעריג ציפרידן אין איר הענט.

על המחיה » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 12:45 pm

· #168628
איך שווצאפ יכול להרוג בנאדם כפשוטו: ״הרבנית (אשת הרב ירוסלבסקי, רב השכונה) עשתה בירור וחקרה את כל הצדדים מסתבר שמדובר באישה מוכרת שבחתונה הרימה את התינוק כי הוא בכה ואמא שלו לא היתה והיא לקחה אותו לכלה וניסתה להרגיע אותו היא הסהכ יצאה ללובי ובכלל לא יצאה מהאולם שאמא גילתה שהתינוק לא בעגלה היא נבהלה והסיפור התגלגח משם הרבנית ביקשה באופן אישי ממני להעביר את זה הלאה מדובר באישה ללא אמצעים והסיבה שהיא מגיעה לכל האירועים כי פשוט אין לה מה לאכול זה מצווה של סעודת עניים
ק/פ