אויב ס' דא ערגערע און מ' דארף ערגעץ אנהייבן קען מען אנהייבן ביי די ערגערע
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פראפעסארן אסאציאציע אינדארסירט אקאדעמישער באיקאט קעגן א"י
פראפעסארן אסאציאציע אינדארסירט אקאדעמישער באיקאט קעגן א"י
9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5436
אפשר וועט די פראטעסט פון די רבנים וואס גייען קומען קיין אמעריקע פון ארץ ישראל וועגן די גזירת הגיוס הבני ישיבות אויפטוהן אז די אמעריקאנע גוים וועלן זעהן אז נישט אלע אידען שטיצן די מדינה במילא וועלן זיי נאכדעם שוין האבן אין זייערע קישקעס ווייניגער אנטיסעמעטיזם
בן-זומאאפשר וועט די פראטעסט פון די רבנים וואס גייען קומען קיין אמעריקע פון ארץ ישראל וועגן די גזירת הגיוס הבני ישיבות אויפטוהן אז די אמעריקאנע גוים וועלן זעהן אז נישט אלע אידען שטיצן די מדינה במילא וועלן זיי נאכדעם שוין האבן אין זייערע קישקעס ווייניגער אנטיסעמעטיזם
אה!
לאמיר האפען רוף אהן נטרונא
[ציטאט אראפגענומען]
נעה, זיי זענען וואוילע מענטשן. זיי האבן נאר פיינט די ציונים ווייל זיי זענען שקצים. איז אויב מ'וועט אריינלייגן אן עד אין ניו יארק טיימס אז אונז ערליכע אידן האלטן נישט מיט די מדינה, וועט זיך דאס אנטיסעמיטיזם, וואס לויט ווי די גמרא זאגט איז געקומען מסיני. שמשם ירדה שנאה לעולם (על ישראל) אויפהערן. ס'איז ליידער דא אזעלכע נארישע, נאאיווע מענטשן ביי אינז וואס האלטן אזוי. 🙄
ימח שמם גויעם וואס האבן פיינט ישראל זענען סתם אנטיסעמייטס! און דעם ניו יארק טיימס דארף מען אויך פארברענען!
קאשמארןימח שמם גויעם וואס האבן פיינט ישראל זענען סתם אנטיסעמייטס! און דעם ניו יארק טיימס דארף מען אויך פארברענען!
ניין. פארברענען טויג נישט. ווייל זיי וועלן קאלעקטן פייער אינשורענס. נאר מ'דארף מתפלל זיין אז זיי זאלן האבן א מיאוס'ן סוף. דורך די הענט די ידי עשו פון זייערע גוטע פריינט. 😈
איך מיין ס'איז מער טמטום ווי אנטעסעמיטיזעם.
מען האט פיינט דעם איד. ס'איז אמת אז נישט יעדעס מאל עמיצער טשעפעט אדער קריטיקירט א איד, איז די סיבה א שנאה פונעם גוי צו איד. מיט מדינת ישראל איז עס אבער קלאר דער פאל. רוב אטאקעס אויף דער מדינה - אין דער יו-ען און אנדערע - זענען באזירט אויף גאנצע און האלבע שקרים. אפילו ווען ס'האט יא א יסוד, איז אייביג פאראן א גרויסע ליסטע לענדער וואס וואלטן געקומען פריער. ס'איז שווער צו זען דעם איד גרויס און שטארק. די מערב וועלט האט זיך נאכנישט צוגעוואוינט צום נייעם טיפ איד, וואס אנשטאט קריכן מיט א געבויגענעם ריקן און בעטן רחמים מען זאל אים לאזן לעבן, שפאנט ער שטאלץ ביי זיך אין לאנד - איינס פון די מאכטפולסטע און פראדוקטיווסטע אין דער וועלט - און נעמט אליין קעיר פון ביזנעס.
מיר האבן נישט קיין צוקונפט אין גלות. ס'האט נישט מיט ציונות און קנאות, נאר פשוט פראקטיש גערעדט, האבן מיר נישט קיין עתיד דא. פריער צי שפעטער וועלן מיר זיין געצווינגען צו גיין.
מיר האבן נישט קיין צוקונפט אין גלות. ס'האט נישט מיט ציונות און קנאות, נאר פשוט פראקטיש גערעדט, האבן מיר נישט קיין עתיד דא. פריער צי שפעטער וועלן מיר זיין געצווינגען צו גיין.
