☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » נישט-אידישע כלה ווערט אן אלמנה נאך די חתונה

נישט-אידישע כלה ווערט אן אלמנה נאך די חתונה

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5433

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 2:34 am

· #168292
נישט-אידישע כלה ווערט אן אלמנה נאך די חתונה
א טראגעדיע האט פאסירט אין שיקאגא.

א נארוואס חתונה געהאטע פארפאלק, די שמחה שטייצעך גרויס, זענען עטליכע שעה נאך די חתונה אהיימגעפארן צו א האטעל וואו זיי האבן געפלאנט צו שלאפן יענע נאכט.

אויפן וועג -- דאס האט פאסירט ווייניגער ווי 7 שעה פון די חתונה -- האבן זיי געטראפן אנדערע מענטשן געשטראנדעט אויפן שאסיי ווארטנדיג פאר הילף.

"מיר מוזן זיי העלפן" האט דער חתן זיך אנגערופן, "זיי זענען סטאק און ווארטן אויף אונזער הילף".

ער איז ארויס פון זיין קאר זיי העלפן, בעת דאס יונג ווייבעלע קוקט זיך צו די געטרייע ארבעט פון איר פרישן מאן. אבער צו איר אומגלויבליכער שאק האט א קאר אריינגעיאגט מיט א אימפעט אין איר מאן, און דאן א צווייטע און דערנאך א דריטע קאר, און אים אומגעברענגט אויפן פלאץ מיט א מיתה משונה רח"ל.

"פון אפאר שעה אויפן צווייטן בין איך געווארן פון א גליקליכע כלה צו א צובראכענע אלמנה", האט געקלאגט דאס ווייבל, וואס עולם חשך בעדה.

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 8:00 am

· #168295
איך טראכט אז עס פאסט זיך עפעס נישט צו שרייבן די ווערטער חתן, כלה, אלמנה, אויף נישט-אידן. איז פאראן עפעס בעסערע אויסדרוקן?

קאווע טרינקער » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 8:08 am

· #168296
אויב זי באקומט כתובה געלט נאר איין מנה, הייסט זי אן "אלמנה".

שטילע אינגערמאן » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 8:45 am

· #168300
איז דא ערגעץ ווי מקען ליינען מער איבער דער טראגעדיע? קענט איר אראף ברענגען א לינק פליז?

געוואלד געשריגן » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 10:02 am

· #168308
שטילע אינגערמאן
איז דא ערגעץ ווי מקען ליינען מער איבער דער טראגעדיע? קענט איר אראף ברענגען א לינק פליז?


ען בי סי שיקאגא

עי בי סי שיקאגא

שיקאגא טריביון

די טראגעדיע האט פאסירט אין אינדיאנא

איש אשכולות » דינסטאג פעברואר 4, 2014 11:50 pm

· #181664
שמעקעדיג
איך טראכט אז עס פאסט זיך עפעס נישט צו שרייבן די ווערטער חתן, כלה, אלמנה, אויף נישט-אידן. איז פאראן עפעס בעסערע אויסדרוקן?

א גויאישער אלטער יונגעל מיט א גויאישער מיידל האבן געפלאנט זיך צוזאם צו פארן, האבן זיי געמאכט א צערמאניע, און נאך איידער זיי האבן עספיעט אהיים צו קומען, איז דער גויאישער יונגעל וואס האט נארוואס זיך צערמאניזירט מיט די מיידל איז געהארגעט געווארן, און אזוי ארום איז די מיידל געווארן א סינגעל. - איך האב פראבירט דאס בעסטע.

יאיר » מיטוואך פעברואר 5, 2014 12:04 am

· #181670
א שרעקליכע פאסירונג. עס ציטערט מיר דאס הארץ בלויז צו געבן א טראכט ווי אזוי די ארימע אלמנה שפירט זיך. נישט צום גלויבן וויפיל צרות פאסירן לעצטנס, קודם די שטארק טראגעידיע, דערנאך די טראגישע אומקום פון די פאר'סמ'טע משפחה אין ארץ ישראל, און יעצט אזא ביטערע פאסירונג. עפעס וויל מען ווייזן פון הימל.