☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואס טוט מען מיט א שווערע שווער?

וואס טוט מען מיט א שווערע שווער?

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5428

אויפגעקלערטער » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:53 pm

· #168175
וואס טוט מען מיט א שווערע שווער?
אזוי ווי איך שוין זייער שטארק שמוליק וואס איז געפאלן א קרבן צו.... וועל איך עפענען און מער מרחיב בדיבור זיין. וואס טוט מען מיט א שווערע שווער? ער פרעגט וואס טוט מען מיט א שווער א בהמה וואס דארף אלעס האבן זיין וועג אין טוט זיך נישט בייגען פאר גארנישט?

מיין שווער איז אויך היבש שווער. איך זוך ווי ווייניגער צו דארפן זיין ביי אים אין שטוב. ער מאכט אבער זיכער אריינצופאלן ביי מיר אין שטוב און ער לאזט איבער זיין קריטיק מיט א שמייכל. למשל חנוכה איז עס געווען פארוואס איך נוץ נישט שמן זית זך כתית למאור, איך האב גענוצט עפעס א ביליגערע עקסטע לייט אויל. נע ער האט נישט 'קריטיקירט'.. נאר עס אזוי "אריינגעווארפן" און זיך געגאנגען. ווען כ'מוז יא זיין ביי אים אויף א יו"ט סעודה מוז איך אויסהערן זיינע תורות וואס קען זיך ציען 20 מינוט און מ'קען זיך נישט מאכן ווי מ'הערט אויס ווייל ער קען אזוי ענדיגן מיט א "קומט דאך אויס לויטן דעם פשט האט משה רבינו ?" און כ'מוז צו ענדיגן 'יא' אדער 'נישט'
ווען מ'גייט אהיים זינגט זיך ארויס "ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום"

מנשה לוסטיג » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 3:01 pm

· #168177
פון עקספיריענס, ווען מ'לייגט אריין אסאך אבער אסאך.. אהבה און מסירות אינעם ווייבעלע, אטאמאטיש ווערט מען א שותף למלחמה, און מ'קען מאכן שבת פאר זיך, און שטיין ווייט פונעם שווער, און שווער בלייבט שווער פאר זיך אליינס..

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 3:02 pm

· #168178
איך אויף דיין פלאטץ וואלט תיכף ווען דער שווער הייבט אן דרשנ'ען איינגעדרימלט הויעך מיט שנארכן. און זיך אויפגעוועקט נאר צום בענטשן. און ווען ער קומט ביי מיר אין שטוב משוגע מאכן, אזוי משיח לפי תומו, זאג איך מיט'ן זעלבן תמימות."אויב דער שווער האט שוין פארגעסן ווי דער "עקזיט" איז, קען איך צו ווייזן. 🙄 😂 😳

פיטומי מילי » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 4:18 pm

· #168188
איין עצה וואס איז זייער powerful זעי צימאכען אסאך געלט מיטן אייבערשטענס הילף

שמוליק » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 9:18 pm

· #168240
גוט געזאגט שכוח!

מנשה לוסטיג » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 9:24 pm

· #168242
מר כדאית ליה מר כדאית ליה ולא פליגי..

פיטומי מילי » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 11:19 pm

· #168256
רב ליסטיג, איך ווייס נישט ווער דו ביסט אין דו קענסט מיך נישט but די זעהסט אויס גאנץ פארשטענליך. אפשר וואלט מיר וועין געדארפט טיען למעשה פאר די יונגעלייט וואס ליידן זיך אן פין זייער שווער אין נישט נאר גיבן עצות

מנשה לוסטיג » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 11:27 pm

· #168259
וואס מיינט למעשה, דערלאנגען מכות??

פיטומי מילי » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 11:35 pm

· #168261
ביסטו אפשר א חסיד ? אז גיבן מכות איז first option

פיטומי מילי » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 11:38 pm

· #168263
אפשר איז דאס חסידות. ווי רב דאמפ פלעיגט ציזאגן חסידות איז יהרג. נישט יהרג ואל יעבר

מנשה לוסטיג » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 11:40 pm

· #168264
וועלכע העלפ דארפסטו

פיטומי מילי » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 11:46 pm

· #168265
אלי סימנים קלאפן

פיטומי מילי » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 11:47 pm

· #168266
?It sounds like new square are you from there

פיטומי מילי » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 12:10 am

· #168268
רב ליסטוג good night

מנשה לוסטיג » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 12:13 am

· #168270
קענסט רעדן מיט מיר אין גוגל טשעט, א שאד מאכן דעם עולם דא דיזי