☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » הערשט דא דיסקרימינאציע קעגן נייע ניקים?

הערשט דא דיסקרימינאציע קעגן נייע ניקים?

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5427

אויפגעקלערטער » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:16 pm

· #168154
הערשט דא דיסקרימינאציע קעגן נייע ניקים?
איז דא א ניק שמוליק מיט בלויז 2 הודעות האט געעפענט א אשכול וועגן א שווערע שווער און ס'איז גלייף פארשפארט געווארן וויבאלד ער האט נישט צופיל געזאגט. ליינענדיג דא שוין א שטיקל צייט האב איך באמערקט ענליכע אשכולים מיט נאך אפילו ווייניגער ווערטער און ס'איז געבליבן אפען בלויז ווייל יענע זענען שוין דא לענגער.

דא האט איר א מנשה ליסטיג אשכול וואס אויב שמוליק'ס אשכול האט געדארפט פארשפארט ווערן וואלט דאס זיכער געדארפט.

ס'זייער נישט שיין וויאזוי מ'פירט זיך אויף צו א נייע ניק ווען ער האט גאר געעפענט א אשכול גראדע זייער צום זאך.

שטילע אינגערמאן » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:24 pm

· #168159
איך האלט אויך אז די אשכול איז געווארן פארמאכט אן קיין סיבה, איך האב גראדע געזעהן א פיינע עתיד פאר דעים אשכול,
אין וועגן אייערע ראיה, משם אין ראיה, די גבאים זעהן ווי די עולם צאפט מנשה די בלוט האבן זיי נישט געוואלט לייגן זאלץ אויפן וואנדן

אויפגעקלערטער » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:24 pm

· #168160
דאס איז בלויז איינס וואס איך געדענק אויפן מאמענט

אויפגעקלערטער » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:28 pm

· #168161
דארט אין יענעם לינק וואס בירגער פירט צו וויאזוי צו עפענען א אשכול שטייט אז בלויז קאפיע פעסטען אן צולייגן עפעס אייגענס איז נישט אקצעפטירבאר און מ'קען נישט אזוי עפענען א אשכול.

יעצט קוק דא

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/5338">viewtopic.php?f=33&t=5338</a><!-- l -->

ישמעאל הכהן » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:29 pm

· #168162
שטילע אינגערמאן
איך האלט אויך אז די אשכול איז געווארן פארמאכט אן קיין סיבה, איך האב גראדע געזעהן א פיינע עתיד פאר דעים אשכול,
אין וועגן אייערע ראיה, משם אין ראיה, די גבאים זעהן ווי די עולם צאפט מנשה די בלוט האבן זיי נישט געוואלט לייגן זאלץ אויפן וואנדן

די מנהלים ווייסן אויך ווער ס'האט אנגעהויבן דאס בלוט צאפעריי

מנשה לוסטיג » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:29 pm

· #168163
איינס יענע אשכול איז גאנץ כמעשה'דיג א נושא, וואס איז געקומען דערויף תגובות און סאיז תוכנ'דיג.
שנית, מיין פעדער נאמען איז 'לוסטיג' נישט ליסטיג.
שלישית, האטס נישט מורא פאר מיין בלוט צאפן, ס'גייט מיר נישט אזוי בנפשי ווי ס'קען זיך מיינען.

אויפגעקלערטער » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:31 pm

· #168165
מנשה דו ווייסט פון בעפאר אז יענע אשכול שווערע שוער וואלט נישט געהאט תוכנדיגע תגובות?

ברסלבער » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:33 pm

· #168167
איך פארשטיי נישט עפעס אנדערש. פארוואס קען מען זיך נישט ווענדן אין אישי צו בירגער און אים בעטן עס צוריק צו עפענען וכדומה, פארוואס דארף מען עפענען אן אשכול און אראפרייסן די הנהלה וועלכע לייגן אריין אזויפיל כוחות אהער צו שטעלן דעם געשמאקן פלאץ שלא ע"מ לקבל פרס.

גבאי » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:35 pm

· #168168
עס איז אוודאי נישט דא קיין שום דיסקרימינאציע, די זעלבע כללים גילטן פאר יעדעם. אמאל מאכט זיך אז מ'פארזעט אז איינער האט געעפענט אן אשכול וואס קומט נישט נאך די פרינציפן, אבער מען האט עס באמערקט צו שפעט, שוין נאכדעם וואס אנדערע האבן שוין רעאגירט לענגערע הודעות. איז שוין נישט קיין יושר צו פארשפארן.