☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מאכלי שבת ליסט לפי סדר האותיות

מאכלי שבת ליסט לפי סדר האותיות

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5422

sefish » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 7:49 pm

· #167948
מאכלי שבת ליסט לפי סדר האותיות
זיצענדיג ביים שבת טיש ביידע סעודות זענען מיר דורכגעגאנגען אלע מאכלים וואס זענען דורך אויפן טיש אריין אין די מיילער און פון דארט ווייטער. מיר האבן געטראפן מאכלים פאר יעדן אות פון די כ"ב אותיות האט מיין בחור'ל געזאגט איך זאל עס אראפשרייבן למען ידעו דורותיכם כי בשבת הפרסתי. א שיינע ליסט צו נעמען ווען מ'גייט שאפינג לכ' שבת. יעדער קען צולייגן צום ליסט.

א' ~ אייער/אליוו-איילבירטן דיפ

ב' ~ בילקעלעך/באבאגנוש-דיפ/ביר

ג' ~ גרעיפ-דזשוס/גאלא

ד' ~ דילל-דיפ/דיפס בכללליות

ה' ~ האט-פעפער-דיפ

ו' ~ וויין/ווייהט-פיש

ז' ~ זופ/זויערע-פיקל

ח' ~ חלות/חריף

ט' ~ טשולענט/טאמעטא-דיפ/טשיק-פיעס

י' ~ יאפטשיק/ירושלים-קוגל

כ' ~ כריין

ל' ~ לאקשן/לעבער/לימא-בונדלעך

מ' ~ מעיל-קוגל/מייערן

נ' ~ נאשעריי

ס' ~ סעלמאן-פיש/סאדע

ע' ~ עגג-סאלאד/עגגפלענט-דיפ

פ' ~ פיש/פלייש/פערפעל/פאטעטא-קוגל/פצעי/פרוכט

צ' ~ צוויבל/צוויבל-קוגל/צימעס (אוי ווער קלאפט דארט ביים טיר? אה, זלמן זאפיר? נו רופעם אריין. ס'דא גענוג)

ק' ~ קניידעל/קוגלען/קאולסלא/קאמפאוט

ר' ~ רעטעך

יעצט בענטשט מען און מ'גייט צום רבי'נס טיש און מ'כאפט

ש' ~ שיריים

און מהערט אויס די

ת' ~ תורה

גוט טשאנבעס גוט טשאנבעס

קאווע טרינקער » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 8:34 pm

· #167960
מ'זעהט בחוש אז אלץ איז מסיני.

חריין איז מיט ח' בד"וו.

לייג אויך צו ז'כר באנדלעך

sefish » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 8:35 pm

· #167961
כריין ספעלט מען גראדע יא מיט כ' נישט מיט א ח'. אז מ'רעדט פון ספעלט קען מען צולייגן ספעלט חלות

רויטע וואנצעס » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 8:37 pm

· #167962
מיין אלף בינה האט נישט קיין ש' מיט א ת'.

sefish » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 8:37 pm

· #167963
זכר בונדלעך האב איך געלייגט ביי ט' ~ טשיק פיעס

sefish » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 8:38 pm

· #167964
רויטע וואנצעס
מיין אלף בינה האט נישט קיין ש' מיט א ת'.

מוז עס זיין א אלף בינה פון פאר בעל שם'ס צייטן... האנדעל דיר איין א נייע

sefish » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 8:57 pm

· #167969
לייג צו הערינג ביי ה'

פרישער » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:05 pm

· #167972
וואס טיט זיך מיטן באוויסטען קיגל וואס גייט פאר נ נעפל קיגל, אי ניימער צוויבל

Lexus » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:08 pm

· #167973
וואס איז מיט קושקע??

sefish » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:09 pm

· #167974
אה אימעדזשין די מאכלים אין פרידיש לויט די אותיות... ס'וואלט אויסגעקוקט אינגאנצן אנדערש נו אדרבה מאך א ליסט פרישער!

sefish » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:09 pm

· #167975
Lexus
וואס איז מיט קושקע??

קושקע איז באמת מעיל קוגל

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:40 pm

· #168126
סעפיש: ווען דו עסט אלע אויסגערעכנטע מאכלים דארפסטו זיכער זעען א דאקטער אדער לויפן אין עמערדזשענסי רום. 😎 😂 😠

היימישער ליטוואק » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 11:15 pm

· #168254
איך ווייס נישט אלע מאכלים.
אבער דאס זע איך אז דו האט פארגעסן ש פאר שנאפס. יסט גווען אזוי עקסייטעד פאר דיינע שיריים.

sefish » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 11:23 pm

· #168257
כ'וואלט זיך נייצע געגעבן און עס געלייגן ביי ב' ברוינפן

איציק » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 6:54 am

· #169123
berlbalaguleh
סעפיש: ווען דו עסט אלע אויסגערעכנטע מאכלים דארפסטו זיכער זעען א דאקטער אדער לויפן אין עמערדזשענסי רום. 😎 😂 😠

נעה, במשך דעם לאנגן שבת, אריינגערעכנט די טועמי' און מוצ"ש, קען מען אלעס אניאגן. אבער מיט א מאס!

petergrifin » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 2:18 pm

· #169193
איציק
berlbalaguleh
סעפיש: ווען דו עסט אלע אויסגערעכנטע מאכלים דארפסטו זיכער זעען א דאקטער אדער לויפן אין עמערדזשענסי רום. 😎 😂 😠

נעה, במשך דעם לאנגן שבת, אריינגערעכנט די טועמי' און מוצ"ש, קען מען אלעס אניאגן. אבער מיט א מאס!


איך ווייס אויך נישט ווי אזוי איך גיי קענען עסן אזויפיל איעדע שבת אבער ס'קומט שבת קודש
און דער נשמה יתירה קומט איז דא מער פלאץ צי אכלען . און וואס מער איך ביהעיוו דורך די
וואך די גרעסער מיין נשמה יתירה איז האב איך מער פלאץ צי אכלען. 😃

ציבעלע-קיגל » פרייטאג אפריל 24, 2015 9:36 am

· #269319
מען קאן אויך צולייגען

ט' טאמס
פאר די
ה' הארט בורן