☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » די קליינע פרייטיגס זענען א קיללער!

די קליינע פרייטיגס זענען א קיללער!

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5421

מעקע-ניק » פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 3:18 pm

· #167913
די קליינע פרייטיגס זענען א קיללער!
קוים וואס מדראפעט זיך ארויס פון בעט מאכן שוין די גראסעריס כמעט צו און מ'דארף צושטעלן בשר ודגים לויפן צום מקוה און טשעטן מיט פרענדס אינמיטן וואס ווי ווען הערט זיך דער שופר של ראדני אז סשוין שבת. נישט געאטעמט נאך! מ'מוז אויפקומען מיט עפעס ס'ממש משוגע צו ווערן איך טו מלאכ'הס גוט ביז'ן ביין השמשות אריין. אפשר קען מען ערגעץ אוועקמופן ווי ווערט נישט אזוי שנעל שבת. איך מיין מיט שטארקע רעספעקט שבת איך גלייך דיר זייער אבער נישט אזוי פלוצלינג!

שטילע אינגערמאן » פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 3:25 pm

· #167916
האסט געהאט צייט צו עפענען א אשכול, איז זעהט אויס אז טאמער מרעכענט זיך אויס איז דא צייט.

מעקע-ניק » פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 3:26 pm

· #167917
דאס איז נישט געווען אויפן חשבון פון גארנישט, געשריבן אויפן וועג אהיים פון מקוה

דער (פינטעל) איד » פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 3:37 pm

· #167918
דו מוזט זיך ארויסדראפענען פון בעט נישט פון פריער ווי 12 אז זאלסט האבן אזעלכע פראבלעמען....

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 4:04 pm

· #167920
נאך ערגער פון אלעם איז די פיצי שבת נאכמיטאגס.
קוים געענדיגט דעם טשולענט און אריינגעפאלן א טויטער אין בעט, און מען וועקט שוין.. ווילסט נאך כאפן מנחה??

מען דארף מתקן זיין (שובבי"ם איז דאך א זמן תיקון) אז מען זאל דאווענען מנחה גלייך נאכן סעודה, און מאכן א מנין מעריב 4 שעה נאכן זמן. וישמעו רחוקים ויבואו וישמחו כי ישתוקו וכו'.

קאווע טרינקער » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 6:33 pm

· #167924
 .... דער שופר של ראדני.....

😂

berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 6:51 pm

· #167929
מעקע: איך האב א מורא'דיגע גוטע אייצע. שטיי אויף פארטאגס, ווי ס'שטייט אין שו"ע. איך מיין נישט 5 אדער 6 אזייגער פארטאגס. נאר 10 -וו פארטאגס. דעם טשאלנט דארפסטו דאך נישט קאכן. חוץ אויב דו ביסט א בחור. אדער אן אלמן אדער א גרוש, ל"ע. 😂 😈 🙄

יאיר » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 7:10 pm

· #167938
עס שטייט אין ספרים אז ווען משיח וועט קומען וועט מען מתקן זיין דער זמן זאל זיין יעדע וואך זעקס אזייגער, בלי שום יוצא מן הכלל. די מעלות פון אזא סיסטעם זענען צו לאנג אויסצורעכענען.

העלא » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:17 pm

· #167976
מאך די ארדער דאנערשטאג,
10 אזייגער לייגט דיר שלאפן, שטיי אויף 4 אזייגער,
זיי דעמאלטס מעביר סדרה, שנייד נעגל, ברען אפ ליכט, דאווענען 7 אזייגער, אויף האלב אכט ביזטו רעדי פאר שבת,
ביי חצות גיי אין מקוה,
נאך האסטו 2-3 צו גיין ליידיג,
ביי די שקיעה גרייט טיש, און נאכדעם גיי דאווענען מנחה,
גענוג ברייט די צייט?

שמעקעדיג » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:40 pm

· #167983
אדער שטיי אויף 2 אזייגער וועסטו האבן נאך מער צייט.

העלא » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:50 pm

· #167988
איך האב א מנהג פרייטאג אינדערפרי ווינטער 7:50 וין צו האלטן נאך:
יום תהלים
מקוה
מעביר סדרה,
שניידן נעגל
דאווענען,
אזוי אז אויזער די שלאף און די מקוה פרייטאג נאכמיטאג איז אלעס גרייט ב"ה,

אלע אנדערע צוגעהערן איז דא גענוג און נאך צייט, פון דאנערשטאג נאכמיטאג ביזן שלאפן, און פון 7:50 ביז חצות, מ'לייגט גארנישט אוועק אויף נאך חצות,
כדי צו טוהן אלעס מיטן גרעסטן מאס רואיגקייט,
מיר האבן עס עטליכע וואכן צוריק איינגעפירט,
נאך דעם וואס א געוויסע איד האט מיר געזאגט די סוד וויזוי ער מאכט אז "ערב פסח" און "ערב סוכות" זאלן זיין זיינע 2 רואיגסטע טעג אין יאר

מעקע-ניק » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:52 pm

· #167990
רוב וואס דו האסט אויסגערעכענט ערשיינט ניטאמאל אויף מיין ''צו-טון'' ליסט, נישט א חילוק ווען איך שטיי אויף.

מאראנצןזאפט » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:15 am

· #168021
. ווען פינטל און מעקעניק פארפיגן א שמועס איבער א טעלער שטיגליץ פון ישמעאליס טעיקאוט ווער בין איך אריינצורעדן א ווארט

ירחמיאל הויטשינדער » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:48 am

· #168023
דו מאכסט מיר הונגעריג ווער איז ישמעאל'ס טעיקאט?
רעדט מען דא מיט קאוט ווערטער?

איך אויך » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 3:30 am

· #168033
יאיר
עס שטייט אין ספרים אז ווען משיח וועט קומען וועט מען מתקן זיין דער זמן זאל זיין יעדע וואך זעקס אזייגער, בלי שום יוצא מן הכלל. די מעלות פון אזא סיסטעם זענען צו לאנג אויסצורעכענען.

וואו איך אגיטיר שוין יארן פאר אזא סאלושן. אפשר ביסטו מיר מגלה אין וועלכע ספרים דאס שטייט?

מעקע-ניק » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:07 pm

· #168098
אין פאלעסטינא איז זיכער דא א ישמעאלס טעיק אוט

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:13 pm

· #168105
מעקע-ניק
אין פאלעסטינא איז זיכער דא א ישמעאלס טעיק אוט

איך מיין אין דאונטאון ברוקלין, אויף אטלאנטיק עוו. איז אויכעט דא. א "דזשערוסאלעם פיצא" סטאר איז זיכער יא דא. אבער ס'א פאלעסטינער "דזשערוסאלעם". ס'וואלט גוט געוועין פאר א פאר נטורי קרתא'ניקעס אדער פאר צימערמאן. 😈 🙄 😛 😈

מעקע-ניק » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 2:31 pm

· #171183
גוט מארגן כ'בין אויפגעשטאנען, יעצט דארף איך שערן האר און נעגל דאווענען שחחרית גיין אין מקוה מעביר סדרה זיין שטעלן די ליכט אלעס אין 90 מינוט.

days » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 2:55 pm

· #171190
מעקע-ניק
גוט מארגן כ'בין אויפגעשטאנען, יעצט דארף איך שערן האר און נעגל דאווענען שחחרית גיין אין מקוה מעביר סדרה זיין שטעלן די ליכט אלעס אין 90 מינוט.

איך פארשטיי שוין נישט וויזוי און לאנגע פרייטאגס האסטו יא צייט?...
היכא תמצא דאווענען שחרית נאך חצות און מקפיד צו מעביר סדרה זיין פאר לעכט צינדען...

petergrifin » דינסטאג מערץ 11, 2014 8:53 pm

· #190154
@מעקע-ניק שוין דיין ישועה איז דא. די װאך קענסטו שוין אניאגן (אדער שלאפן נאך א שעה).

לאליפאפ » דינסטאג מערץ 11, 2014 10:32 pm

· #190179
שמעקעדיג
נאך ערגער פון אלעם איז די פיצי שבת נאכמיטאגס.
קוים געענדיגט דעם טשולענט און אריינגעפאלן א טויטער אין בעט, און מען וועקט שוין.. ווילסט נאך כאפן מנחה??

מען דארף מתקן זיין (שובבי"ם איז דאך א זמן תיקון) אז מען זאל דאווענען מנחה גלייך נאכן סעודה, און מאכן א מנין מעריב 4 שעה נאכן זמן. וישמעו רחוקים ויבואו וישמחו כי ישתוקו וכו'.

ווער לאטעך נישט? דזשוין מיר יעדע וואך קיין שומר שבת נאכן טשולענט, און א צוויי שעה נאכן זמן נעם איך דיר מיטן קאר דאווענען מעריב.

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 12, 2014 12:22 am

· #190224
איך וואוין די אנדערע עק פון שומר שבת. וואקן אהין און צוריק וועט מיר געדויערן ביז נאכן זמן מוצש"ק..

ברסלבער » מיטוואך מערץ 12, 2014 9:37 am

· #190251
בין איך דער איינציגסטער? נישט קיין חילוק ווי גרויס אדער קליין דער פרייטאג איז, וועל איך אייביג אנקומען מיט די נשמה אין די הענט צום זמן.

ישמעאל הכהן » פרייטאג דעצעמבער 5, 2014 2:01 pm

· #239053
מ'קען טאקע אראפגיין פון זין!

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 3:41 pm

· #308054
איך האב געוואלט עפעס שרייבן אבער איך האב נישט קיין צייט.
טשאבעס יעדער איינער.

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 3:57 pm

· #308057
א דאנק! איך האב דיר געוואלט לייקן, אבער איך האב דאך נישט קיין צייט. דערמאן מיר מוצאי וועל איך פרובירן געבן א לייק.