☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע שטיבל איז בעק!!!

קאווע שטיבל איז בעק!!!

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5417

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 11:13 pm

· #167786
קאווע שטיבל איז בעק!!!
נאך אזא טויט שטילע וואך,
אשכולות נאך און נאך,
קופערניקוס וועקט דעם דעת,
חנניה זרח איז אין כעס,
טעכנעלאגיע איז זיין שונא,
בכיות שאפט סופר ומונה,
מנשה איז ביזי מיט שפראך,
מאראנצןזאפט צוריק אין די זאך,
פיש כאפער איז היינט ביזי,
אודך וועבערמאן איך בין דיזי,
געפילטע פיש איז היינט ווילד,
צו דוברי שטותים נא געדולט,
יואב מאכט די עולם לאכן,
מומע יענטל קען גיין קראכן,
ווילאמסבורגער די קאווע מישט,
די גוטע פעדערס ער קישט,
שמעקעדיג מיט טעם איבעראל,
לולקע ציבעך חסידות פון אמאל,
טאמבעל סאס איז בעק,
10# פינטעלע וואט די העק,
פרישער א מימרא נאר כרגע,
שלום זכור אבאמאקעיר א נגע,
אפטעמיסט גייט שפרינגען,
ראשאקאל טוט גאר זינגען,
קאווע טרינקער שארף און לויז,
ונבנתה וועט ערשט זיין ביי חצות,
אין צימעס נישטא קיין קרעימעש,
שא! די מתים שלאפן היינט אין בית שמש.


נ.ב.
אנשולדיגס וועם איך האב פארגעסען,
הלילה טשולנט, נישט די געזונט עסן,
איך וויל נישט אפטעמיסט זאל וויינען,
אז די פזמון איז צו לאנג צו ליינען.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 11:44 pm

· #167797
שוין דאס צווייטע מאל וואס דו מאכסט מיין ליל קישקע.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 11:58 pm

· #167800
שיין.
(איי וואו בין איך? תיובתא)

יאיר » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 11:59 pm

· #167801
און מאלעסטעישאן איז נאכאמאל א האט טאפיק.

קאווע טרינקער » פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 12:00 am

· #167803
וואנצעס, לייג צו א שורה צוויי לכבוד הוגה'ס נייע מאמר.

מאראנצןזאפט » פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 12:03 am

· #167806
רויטע וואנצעס 👍 וויאזוי זאגט שפתיים יישק, שפתיים קישאק.
און מיר טוען זיך אלע אנשליסן אינעם אינטערנאציאנאלן רויטע וואנצעס טאג וואס ווערט דעדיקעיטעד פאר אלעס איבער רויט.
עטליכע אמרות אין צוזאמענהאנג מיט דעם גרויסן טאג.
רבי יחזקאל: מ'קען מקיל זיין.
קאשויער רב: רויטע בחורים דארפן אויך א חתן ווערן.
יואלי לעבאוויטש: רויט נישט פארוואס, בלייבט מיט א ווייסע נאז.
דער עולם זאל ממשיך זיין.

דולה ומשקה » פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 12:03 am

· #167807
איינזאם, אליינס, אין א ווינקלע איך זיץ
נשמה'לע מיינס, מיט טרערן איך זיפץ

הבדד ישב, ווי א מצורע איך שריי און שריי
אין לי מנחם ומשיב, כאילו מ' זאגט מיר גיי גיי

ווער קוקט אויף מיר, בלויז מיר איגנארירן
ווער רעדט בכלל צו דיר, טוהן זיי שפעקעלירן

דער קאווע איז מיר קאלט, דער שטיבל פארפרוירען
מיין צער פון יעדעם איך באהאלט, ווען איך נוץ די מילך דעם זויערן

דולה ומשקה, ווער ווייסט פון דיר
ווי א בלינדע קאטשקע, גיי צום קרעטשמע נאך א גלעזל ביער

יואב » פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 12:11 am

· #167811
דולה ומשקה
איינזאם, אליינס, אין א ווינקלע איך זיץ
נשמה'לע מיינס, מיט טרערן איך זיפץ

הבדד ישב, ווי א מצורע איך שריי און שריי
אין לי מנחם ומשיב, כאילו מ' זאגט מיר גיי גיי

ווער קוקט אויף מיר, בלויז מיר איגנארירן
ווער רעדט בכלל צו דיר, טוהן זיי שפעקעלירן

דער קאווע איז מיר קאלט, דער שטיבל פארפרוירען
מיין צער פון יעדעם איך באהאלט, ווען איך נוץ די מילך דעם זויערן

דולה ומשקה, ווער ווייסט פון דיר
ווי א בלינדע קאטשקע, גיי צום קרעטשמע נאך א גלעזל ביער

דולה ומשקה, דו ביזט משוגע צו וואס?
דו ביזט קאווע שטיבל'ס וויקיליעקס אגענט, מ'איז זיך מחיה מיט דיינע סחורה אבער מ'זיפערט זיך צו דאס מויל. ווייסטעך די שרעק, סושי פיש זאגט עפעס שמעקעדיג פרעגט איבער ארבייטן פאר די NSA, דער עולם ציטערט אזש מ'האלט אפילו דעם זיפער התחתון פארמאכט.
דו ברענג נאר ווייטער אלע דאקיומענטן, קאנטראווערסיאלע בריוון, בילדער פון אדמורים וחמורים, און אונז וועלן שלינגן דיינע סחורה מיט דארשט ווי ביי דאן מאניועל אין די קעלערן.

אפטעמיסט » פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 12:11 am

· #167812
שוין יארן מיט ליצנות
געלאכט פון דעם ביז גאר
געהאלטן ס'איז א רחמנות
די רויט קאלירטע האר

געהאלטן כ'האב בשיטה
אז איך בין נישט פון די מעקעלס
נאר א חלק פון די עליטע
ווייל כ'בין נישט קיין זשינזשי מיט קיין פרעקעלס

אבער דא אין קאווע שטיבל
געטוישט מיין מיינונג זייער
זייט כ'האב אנגעטראפן דעם איד'ל
מיט וואנצעס רויט ווי פייער

מאראנצןזאפט » פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 12:14 am

· #167813
איינער האט דא געקרעכצט לעצטנס אז קאווע איז נעגעטיוו.
רבותי היינט גיסט זיך לאוו, כאפטס אריין, שעפטס אן די עמערס, לאו בכל יומא מתרחיש.

רויטע וואנצעס » פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 12:25 am

· #167816
@קאווע טרינקער האט געהייסן
איך האב מורא מיט אים זיך צו רייסן
איך וויל נישט א פליק אין די וואנצע
און א שטויס אין די שמאנצע
--------
@הוגה טוישט וואס חכמה באדייט,
א אייזן ארטיקל, היטן קינד און קייט,
@יאיר א אפן קאפ און דברי חן,
@היימישער ליטוואק זענען די שורות אויבן שוין שיין?
@גנדי איז ביזי מיט ליפא'ס שתי שערות,
@דולה ומשקה, סארי איך געדענק נישט אלעס,
לאמיר זיך טאקע איבערבעטן אויף א גלעזלע ביר,
איך האב גארנישט אנקעגן דיר.

רויטע וואנצעס » פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 12:43 am

· #167822
[ציטאט אראפגענומען]


<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/167617">viewtopic.php?p=167617#p167617</a><!-- l -->

רויטע וואנצעס » פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 1:11 am

· #167839
@ברסלבער ווי קען איך פארגעסן א ברכה,
שחלק מחכמתו אויף דיין קלארע מחשבה,
דיינע ליפן זענען האניג דיינע ווערטער צוקער,
היינט ביסטו געווען שטיל, שכחתי כל עיקר.

מאראנצןזאפט » פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 3:12 pm

· #167912
א וואך געווען א טויטע
און פון זיך אליין פארגעסן ערעעב רויטע
ער גלעט די וואנצעס
נישט ביזי מיט קיין שמאנצעס
אן אברך כדבעי
ונהירין לו שבילי שטיבלנו כשבילי דנהרדעא.

רויטע וואנצעס » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:53 pm

· #167991
מאראנצן האט זאפט אין קאפ,
די ריעל דיעל, נישט קיין פָאפּ,
א ספרא רבה בקי בכל,
לכולא עלמא ברכתו שהכל.

בן אדם » זונטאג מערץ 13, 2016 12:36 pm

· #324634
ארויפגעברענגט

רויטע וואנצעס » מאנטאג מערץ 14, 2016 12:01 am

· #324822
זיי זענען דא מיט קליידער ווייסע
פעדערס פרישע און נאסע
פון קבר ארויסגעקראכן
א באלאגאן דא געטראפן
געוואלד! נישט פארשליסן
מיר טויטע לייענען אויך די שמועסן
וויי פיי דא אין דער ערד
אלעס מ'זעהט און מ'הערט
@אנאנים מיט א נשמה ליכט אין האנט
ער לעבט, כ'האף נישט נאר היינט
היה לא תהיה! שרייט פון קבר
וועט ער אבער דא זיין כסדר
אויך @מאראנצןזאפט וויינט, מיין שטיבל
אלץ אבילות זיך גענומען עסן צוויבל
@משה געציל פון צווישן מציבות טאנצט ארויס
מעיק קאווע גרעיט, רופט ער אויס
אבער אז דו לויפסט צום עולם העליון צוריק
לאזטו אונז איבער מיט אן אומגליק
דער @כוכב אויפגעשיינט ווי א דראגן
פרובירט ענטפערן דא פראגן
אפשר וועט ער זיין די אויסלייזער
פון די אלע ניקים צולייגער
צוריק ברענגן די סענז סטריט יארן
וועט זיין פעדער מער נישט שפארן
קאווע שטיבל איז בעק! לאמיר דערקלערן
לאמיר שרייען הויעך, די מתים זאלן אויך הערן.