הכונו! - הצעות לחגיגת יום הולדתינו השנית הבעל"ט ולברכה.
51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5407
הכונו! - הצעות לחגיגת יום הולדתינו השנית הבעל"ט ולברכה.
עס לאזט זיך נישט גלייבן, אבער די קאלענדער ווייזט אז קאווע שטיבל ווערט שוין באלט - נאך נישט - צוויי יאר יאר אלט...!!!!
ס'וואלט געווען א שיינע זאך מיר זאלן פייערן די גרויסע שמחה לכה"פ דריי מעת לעת'ן פון לאכעריי, ברבורים ושליו ודגים (מאנכע רופן דאס "שבת התוועדות" גאר). לדאבונינו, הערשט נאך דא א פחד פונעם אייגענעם שאטן, @אנאנים וועט קיינמאל נישט אויסזאגן
@דענקער ווער ער איז. זייט ווען עסט מען אין די גוישע
@לעיקוואד @געפילטע פיש ?
@קינות גירושין איז שוין א פארגאנגענהייט וכו' וכו'.
אבער פטור בלא כלום פסק'נט מען דאך: אי אפשר. אלזא, דר'עולם איז מכובד ארויפצברענגען אויפן טיש אויפריכטיגע פלענער, וויאזוי מיר זאלן זיך משמח זיין באי לאו האי יומא.
לאמיר מאכן א צוזאם קום. יעדער זאל זיך טרעפן. מען דארף נישט זאגן קיין נאמען.
מען וועט שפילען קאווע שטיבעל געיםס.
מען קען ברענגען גרעב-בעגס פאר ניקס. מען וועט דארפן אויסגעפונען פאר וועלכע ניק מען האט געקויפט.
וכו׳ וכו׳
I'm in
נאר פרייליך וועט טרינקען קאווע, איך וועל זיין פרייליך.. יעדער וועט מיינען אז איך קום פון בית שמש..
די מיני זאכן ארבעטן זיך קיינמאל נישט אויס. דער עולם דא ציטערט פאר זייער אייגענע שאטן, וואו קאווע טרינקער האט שוין ערווענט.
מענטשן ווילן נישט מ'זאל אפילו וויסן אז זיי ליינען ק''ש, let alone שרייבן דא.
קאווע טרינקערנאר פרייליך וועט טרינקען קאווע, איך וועל זיין פרייליך.. יעדער וועט מיינען אז איך קום פון בית שמש..
איך וועל זיך פארשטעלן אלס
@נאר,,פרייליך.
לאמיר וויסן ווען עס וועט פארקומען. איך דארף זיכער מאכן זיך נישט צו שויערן פאר א חודש צוויי.
איך אויך. לכאורה וואלט איך געדארפט מורא האבן אז מ'וועט מיר באשייגעצן ווי נאר איך שפאציר אריין , אבער שוין. מ'וועט זען א שיינעם שמעקיגן אינגערמאן מייט א געשטיצטן בארד ס'וועט קיינעם נישט בייפאלן. דענקער וועט ארויפשפרינגן אויף מיר און האגן שטארק.
איך שלאג פאר עס זאל זיין א מסיבה פנימי וואס נאר עטליכע אינטרעסירטע ניקס זאלן ערהאלטן אין אישי א צייט און א פלאץ.
מי ומי ההולכים? זאלן די מנהלים דעסיידן. אדער מאכן וואוטס. איך ווייס נישט.
אויב דער עולם איז ערענסט דארף עס ווערן אויסגעארבייט אין אישי אדער אין מאחורי, אז נישט וועל מיר האבן דארט גאנץ שיעור ג' און שיעור ד' פון די ישיבה על קברו.
איך ברענג אייער
מאך זעכער נישט איבעגענעכטיגע פאר די קלויזענבורגער בינינו.
איך בין אין.
זאל איך קומען אנגעטוהן אזוי ווי גנדי?
דער (פינטעל) אידאיך ברענג אייער
און איך די שפייז
(שטייצעך נאר אויב איך בין געלאדענט)
ניק נעמען פון עסן ברענגען זייער עסן
קאווע טרינקער
געפילטע פיש
מאראנצן זאפט
סאשי פיש
צימעס וועט נישט סערווירט ווערן.
ווער ס'איז אינטערעסירט אז איך זאל מיך באטייליגן, זאל ביטע לייקן די תגובה. אויב באקום איך נישט א שיינע צאל לייקס, נעם איך מיר די לעבן. געדענקט, כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא.
גנדיאיך בין אין.
זאל איך קומען אנגעטוהן אזוי ווי גנדי?
זאל איך פעינטען מיין וואנצעס רויט, און גנבענען א קראך היטל פון א חבד'סקער מקוה?
דער (פינטעל) אידאיך ברענג אייער
איך בין גרייט צו קומען, מיט מיין אנדערן ניק אבער. טאקע צו כאפן אייער פון דער פינטלע איד. כ'האף ער וועט דארט זיין מיט זיינע אלע שבע שמות, און מ'וועט קענען אויסקלארן זיינע סאבאטאש אגענדעס. ער וועט ווארפן אייער, און איך וועל צוריק ווארפן לייקס.
אפטעמיסט און וואנצעס וועט מען די גרינגסטע דערקענען. זייער בילד זעהט מען דאך אויף זייער אוועטאר. ענק וועלן מוזן לייגן מעיקאפ.
אפטעמיסטכל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא.
צ"ל כל ה
ליקים נפש אחת מישראל כאילו
ליקיים עולם מלא
שמעקעדיגאפטעמיסט און וואנצעס וועט מען די גרינגסטע דערקענען. זייער בילד זעהט מען דאך אויף זייער אוועטאר. ענק וועלן מוזן לייגן מעיקאפ.
וואס איז מיט יואב און ראשאקאל? זיי וועט מען אויך גרינג דערקענען
אפטעמיסטשמעקעדיגאפטעמיסט און וואנצעס וועט מען די גרינגסטע דערקענען. זייער בילד זעהט מען דאך אויף זייער אוועטאר. ענק וועלן מוזן לייגן מעיקאפ.
וואס איז מיט יואב און ראשאקאל? זיי וועט מען אויך גרינג דערקענען
זאג איך דאך אז איך קום "נישט" (מלשון ורחץ) מיטן יואב ניק.
איך וועל ניצן מיין נאז צו דערשנאפן שמעקעדיג.
אפטעמיסטווער ס'איז אינטערעסירט אז איך זאל מיך באטייליגן, זאל ביטע לייקן די תגובה. אויב באקום איך נישט א שיינע צאל לייקס, נעם איך מיר די לעבן. געדענקט, כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא.
כ'בין אפן וועג צום בריק. כ'העל נישט ווארענען נאכאמאל.
אויב קאווע טרינקערס אוועטער קומט און ס'נישטא א מחיצה לויף איך ארויס! א בושה און חרפה אביסעלע צניעות ביטע
העי, צוויי יאר?! קענט בעליוו איט! אוי, צייט לויפט...
קוים באקומען דעם אימעיל פונעם מנהל אז מיין ניק איז אקצעפטירט... נאך א מזל איך בין דעמאלטס געקומען, ווען איך קום ווען היינט באקום איך א ריפליי; "אנטשולדיגט, אבער מיר נעמן מער נישט אן קיין ניקס מיטן נאמען משה"...
איך ווייס נישט צו קאווע טרינקער האט בכוונה געשריבן "יום הולדתינו" און נישט "יום הולדת השטיבל", אבער אין א געוויסע זין איז עס באמת יום הולדתינו.
צוויי יאר איז באמת א מיילסטאן, ווען מיר האב מיר ווען
@לעמאן דזשוס אויפן ליין וואלט איך געהאט די חוצפה פארצושלאגן נאך א פארמעסט. איך האף אז זיינע חדשים ציילן זיך נישט מיטן באשעפערס מספר הימים...
@ראשאקאל וואס העסטו זאגן ביי מיין הספד? וויאזוי העסטו קענען זאגן ידינו לא שפכו את הדם הזה? זיי נישט קיין סמארט עליק און געב א דריק די הענטעלע, יא דארטן אויבן.
אפטעמיסטאפטעמיסטווער ס'איז אינטערעסירט אז איך זאל מיך באטייליגן, זאל ביטע לייקן די תגובה. אויב באקום איך נישט א שיינע צאל לייקס, נעם איך מיר די לעבן. געדענקט, כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא.
כ'בין אפן וועג צום בריק. כ'העל נישט ווארענען נאכאמאל.
אפשר זאגסטו אונז וועלכע בריק? איך וויל גיין וואטשן די עקשען, פאליס, הצלה, שומרים. אז דו ווילסט קען איך דיך העלפן איבער קריכען די געיט, ס'איז גאנץ הויעך.
כ'בין שוין אריבער די געיט,
@סאשי פיש האט מיר געהאלפן. כ'בין שוין מיט איין פיס אראפ. זייט אזוי גוט, האטס רחמנות אויף מיין ווייב און קינדער.
היי היי
איך ציטער נישט, נישט פאר מיין שאטען און נישט פאר קיין צווייטער'ס שאטען, ווי אלע ווייסען שוין דא. און ווער עס פארשטייט פארשטייט. און יעדער איינער איז איינגעלאדענט ביי מיר אויף א מסיבה. ווי מען וועט ערנסט דורכשמועסען די סטייט אוו די יוניאן, און זעהן וואס מען קען טוהן זיך מחזק זיין בתורה ועבודת השם ושתיית הקאווע. ווי אויך מעורר זיין אויף די לעצטיגע התרשלות בענינים שונים.
איין זאך נאר, איז איך בין שטארק מקפיד ביי מיינע אסיפות ומסיבות אז די ווייבער זאלען אויך קומען, סיי אלץ אידישקייט, ווייל כידוע איז זי די עקרת הבית און אסאך פון די אידישקייט איז תלוי אין איר, ומי לנו גדול מרבינו זצוק"ל וואס פלעגט פאר כל נדרי זיך אויסדרייען רעדן מיט זיי מעורר זיין אויף פארשידענע ענייינים. און סיי מדין ליבערעליזם, וואס מאכט עס גאר וויכטיג נישט ארויסצולאזען די ווייבער פון סיי וועלכע געלעגענהייט. ווי אויך איז נישט מסוגל פאר שלום בית אז די מענער זאלן זיך האבען אזא סיקרעט קלאב צו פארברענגען אן משתף זיין די ווייבער. דערווייל איז אין קאווע שטיבל נישטא קיין איין ניק וואס אידענטיפיצירט זיך אלץ פרוי, און דער פירצה שרייט עד לב השמיים. מחיצות וועלן צוגעשטעלט ווערן פאר די וואס דארפן דאס.
אלע משתתפים וועלן באקומען א מתנה, א מזכרת, א קונטרס פון
@ברסלבער (כל אחד לפי מידתו שצריך תיקון)
לעיקוואדהיי היי
איך ציטער נישט, נישט פאר מיין שאטען און נישט פאר קיין צווייטער'ס שאטען, ווי אלע ווייסען שוין דא. און ווער עס פארשטייט פארשטייט. און יעדער איינער איז איינגעלאדענט ביי מיר אויף א מסיבה. ווי מען וועט ערנסט דורכשמועסען די סטייט אוו די יוניאן, און זעהן וואס מען קען טוהן זיך מחזק זיין בתורה ועבודת השם ושתיית הקאווע. ווי אויך מעורר זיין אויף די לעצטיגע התרשלות בענינים שונים.
איין זאך נאר, איז איך בין שטארק מקפיד ביי מיינע אסיפות ומסיבות אז די ווייבער זאלען אויך קומען, סיי אלץ אידישקייט, ווייל כידוע איז זי די עקרת הבית און אסאך פון די אידישקייט איז תלוי אין איר, ומי לנו גדול מרבינו זצוק"ל וואס פלעגט פאר כל נדרי זיך אויסדרייען רעדן מיט זיי מעורר זיין אויף פארשידענע ענייינים. און סיי מדין ליבערעליזם, וואס מאכט עס גאר וויכטיג נישט ארויסצולאזען די ווייבער פון סיי וועלכע געלעגענהייט. ווי אויך איז נישט מסוגל פאר שלום בית אז די מענער זאלן זיך האבען אזא סיקרעט קלאב צו פארברענגען אן משתף זיין די ווייבער. דערווייל איז אין קאווע שטיבל נישטא קיין איין ניק וואס אידענטיפיצירט זיך אלץ פרוי, און דער פירצה שרייט עד לב השמיים. מחיצות וועלן צוגעשטעלט ווערן פאר די וואס דארפן דאס.
קאווע שטיבל ערלויבט נישט פרויען נעמען ניקס. און אויב דאס איז זייער פאליסי גלייב איך אז ס'וואלט געווען זייער נישט דרך ארץ'דיג פאר ניקס אינטערן מחיצה זיך צו אידענטיפיצירן אלץ פרויען. אדרבה, מאך די מסיבה, גרייט צו אפאר בלויע bartenuras, און ווער ווייס -- אנשטאט
@יידל וועט אנקומען א ייטל, אנשטאט
@הערשי א העני, אנשטאט @אנאנים א קאל ראזשע.
מיין מאן זאגט מיר ער קומט נישט נאר אויב מ'לאזט מיר אויך קומען.
קאווע טרינקעראלע משתתפים וועלן באקומען א מתנה, א מזכרת, א קונטרס פון
@ברסלבער (כל אחד לפי מידתו שצריך תיקון)
קונטרסים שרייב איך דא אין שטיבל. צום יום הולדתינו קום איך ווי א זשענטלמאן, דו וועסט נישט חלומ'ן ווער איך בין...
מען האט שוין אזויפיל מאל גערעדט אז מען זאל מאכן אזא צוזאמקום. איך בין נייגעריג אויב עס גייט זיך טאקע אמאל אויסארבעטן.
מען רעדט און מען פלאנט, און ווי מער מען פרובירט און מען האפט, אלס נענטער ווערט דער טאג..
כ'האף ס'וועט געפאלן אין א מוצ"ש וועל איך קומען באוואפענט מיט אסאך פון מיינע בעש"ט מעשיות
דער (פינטעל) אידאיך ברענג אייער
אריין אין מאחורי.
כ'על זיי דארט פארוואנדלען אין אייערשפייז און צוריקפירן אהער.
shem-tovכ'האף ס'וועט געפאלן אין א מוצ"ש וועל איך קומען באוואפענט מיט אסאך פון מיינע בעש"ט מעשיות
זיי נאר מתפלל מנשה זאל נישט אריין קומען פון אידלאנד (jew land) צום מעמד, ווייל טאמער יא ביזטו אויס קאפליטש מאכער
אפטעמיסטכ'בין שוין אריבער די געיט,
@סאשי פיש האט מיר געהאלפן. כ'בין שוין מיט איין פיס אראפ. זייט אזוי גוט, האטס רחמנות אויף מיין ווייב און קינדער.
ר' אפטעמיסט: כ'האב דיר נאר געוואלט דערמאנען אז אין די איצטיגע צייט איז דאס וואסער אונטער'ן בריק זייער קאלט, און ווען דו וועסט אנקומען דארט וועסטו זייער שטארק האבן חשק אריינצוטאנצן אין א הייסע מקוה. אפשר טוסטו א טובה און דו ווארטסט צו ביז'ן זומער. לאמיר זאגן נאך שבעה עשר בתמוז. 😂 😠 🙄
בערל, רעד נישט אזוי סאך. זיי אזוי גוט און לייק מיין תגובה וועסטו אפשר ראטעווען א איד פון באגיין זעלבסטמארד.
---
בד"וו, מזל טוב פאר מיין 200'סטע תגובה.
בקיצור דו ביזט פולי אבסעסד מיט זיך אליינס...
א לייק פאר דיין 200 תגובה
בערל , מיין רבי אין ישיבה וואלט אויף דיר געשריגן נו! אז ימלא שחוק פינו! 😂 😛
אז זר קומט בין איך אין
נאך לענגערע פארהאנדלונגען, אהין און צוריק, האט די ועד השטיבל געשטימט אויף די פאלגענדע רעזולוציע.
תקנות המסיבה:
1. די וואס זענען רעגיסטריטע "נודניקעס" וועלן זיצן אויבנאן.
2. אינגעלייט זאלן קומען מיט די ווייבער, מ'האט ספעציעל צוגעגרייט א "מאחורי הפרגוד".
3. בחורים זענען ערלויבט צו קומען, אבער נאר צו טוען די וועלעי פארקינג.
3. ניקים וואס האבן לכה"פ 200 "הודעות" וועלן קענען אריין גיין מאחורי הפרגוד.
4. מ'בעט די וואס קענען אריין גיין מאחורי הפרגוד, זאלן אלץ גדרי הצניעות נישט "לייקן" קיין פרעמדע נשים.
5. יעדער ווער געבעטן צו "רעדאגירן געהעריג" נישט מיט הוללות.
6. ווער ס'וויל זיך "אישי'ן" מיט א צווייטן, זאל עס טוען אין בית כסא, נישט ברבים.
אונזער "אויסקוק פון פאראויס" איז אז ס'וועט זיין א מסיבה צום געדענקן, און אסאך "אפט-געפרעגטע פראגעס" וועלן פארענטפערט ווערן.
מ'רעדט אויף טויזענט, די עולם תשעה קבין'ט זיך ווי כאילו די פרויען האבן פרייוויליג אויפגעגעבן זייער בעלות דערויף, אבער פארשטייט זיך אזא צוזאמקום העט קיינמאל נישט פאסירן.
@רויטע וואנצעס קען פעינטן זיינע וואנצעס ווייס און @אנאנים קען קאלירן זיין בארד רויט,
@שמעקעדיג קען טרינקען טיי און
@קאווע טרינקער קען זיך פארשטעלן ווי א מאן, אבער קומען וועט איין חכם ווי @אנאנים צי
@הוגה און וועט יעדעם אידענטיפיצירן.
אפשר זאל מען מאכן א מלווה מלכה אנליין א שטייגער ווי RCCS. דאס קען מעגליך ארבעטן.
אפטעמיסטמ'רעדט אויף טויזענט, די עולם תשעה קבין'ט זיך ווי כאילו די פרויען האבן פרייוויליג אויפגעגעבן זייער בעלות דערויף, אבער פארשטייט זיך אזא צוזאמקום העט קיינמאל נישט פאסירן.
@רויטע וואנצעס קען פעינטן זיינע וואנצעס ווייס און @אנאנים קען קאלירן זיין בארד רויט,
@שמעקעדיג קען טרינקען טיי און
@קאווע טרינקער קען זיך פארשטעלן ווי א מאן, אבער קומען וועט איין חכם ווי @אנאנים צי
@הוגה און וועט יעדעם אידענטיפיצירן.
אפשר זאל מען מאכן א מלווה מלכה אנליין א שטייגער ווי RCCS. דאס קען מעגליך ארבעטן.
וואס עפעס קען זיך עס נישט אויסארבעטען נאר איי וועלט קען ?
מצידי קען עס זיין דינסטאג אויך עס מוז נישט זיין קיין מוצ"ש.
דינסטאג? כנראה ביסטו נישט פארהייראט 😉
מ'רעדט דאך אז עס וועט זיין פאר קאפלס און עס וועט אפילו זיין צוגעשטעלט א מאחורי סעקשן פאר ווער עס דארף עס.
עס איז נאך פאראן 2 חדשים ביזן גרויסארטיגן יארצייט.
דערווייל קען מען נאך תשובה טון, כאפט אריין אין די שובבי"ם טעג.
[ציטאט אראפגענומען]
א גוטע געדאנק. עפן אן אשכול פאר דעם, איים אין. ביטע לייג ארויף די לעצט-יעריגע איך האב נאך געהאלטן פאר די לידה.