סאטמאר אין 30-20 יאר פון איצט
דער סאטמארע פאליטיק פון היינט איז מער ווייניג דאס זעלבע ווי נעכטן און ווי מארגן, מ'קייט איבער און איבער און ס'קריכט. וויל איך שפרינגן א שיין ביסל יארן און קוקן וויאזוי סאטמאר וועט אויסזען אין 30 יאר ווען ביי ביידע סאטמאר'ס וועט זיך שוין אנהייבן צו ממלא מקום זיין זייערע רבי'ס. וויאזוי זעט דער עולם פאר וועט זיך אויסקאכן און וואו וועט זיך טון מער פאליטיק צווישן די קינדער. ווי אומגלויבליך ס'הערט זיך הער איך פון מענטשן וואס שווערן זיך ביי אלעס הייליג אז ר' יעקב בער פון סיגוט בארא פארק גייט איבערנעמען זיין טאטע'ן, זיי ליינען אפ דאס גאנצע התנהגות זיינע, ער איז שטענדיג מיט'ן טאטע'ן צוזאמען, ער איז שוין יעצט זייער שטארק און פאערפול מ'רעכענט זיך מיט זיין ווארט ער בויט זיך א באזע פון שטיצער ווען אין דער זעלבער צייט זיצט זיין עלטערע ברודער פארמאכט אין ירושלים. ביי יעדן איז נישט געווען א ספק אז ס'קען אפילו זיין אז נישט ר' חיים הערש זאל איבערנעמן. וואס זאגט דער עולם?
ביי מהר"א זעט מער אויס ווי ר' חיים הערש (ביי מהר"א איז רח"צ דער אינגערער זון) איז נישט א קאמפעטישען פאר ר' מענדעל אבער ווער ווייסט?...
און לאמיר אננעמען אז ביי ביידע וועלן די בכורים איבערנעמן ווער וועט פירן א שענערע קהילה, וויאזוי וועלן זיי אויסזעהן?
דאס גאנצע שמועס איז נאר אויב משיח וועט ח"ו נישט קומען פריער. האפענטליך וועט ער קומען בקרוב.
איין זאך וויל איך בעטן נישט צו פארשמירן דע אשכול מיט ביליגע פאליטיק אדער לשון הרע אויף קיינעם. ביטע רעדן נאר זאכליך און מענטשליך מיט דרך ארץ. ישר