☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אדמורי"ם בעלי עגלה

אדמורי"ם בעלי עגלה

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5388
בלאט: 1 2

דולה ומשקה » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 10:53 am

· #167124
אדמורי"ם בעלי עגלה
לאור צו וואס ארפכשד שרייבט:
"אוי בין איך געווארן שאקירט פאריגע וואך צו זען הרה"ג ר' חיים יעקב רובין שליט"א די מנהל פון סאטמאר ב"פ דרייוון א קאר"

און אפטעמיסט:
"הגה"צ ר' ליפא טייטעלבוים שליט"א אבד"ק זענטע (איך הער ער דרייווט אפילו)"

וויל איך צולייגען צו דער רשימה פון אדמורים ורבנים וואס טרייבן אליינס א אוטו:
דער גלאגוב'ער רבי הרב לייביש רובין שליט"א
רבי חיים רובין אבד"ק ראפשיץ
הרב יעקב שרגא פייוויש הורוויץ ר"י בית מאיר ואבד"ק טעלז, (סיי ער אין סיי זי דרייוון)
דער סטיטשינ'ער רבי הרב אליעזר יודקאבסקי (סיי ער און סיי זי)
הרב שלמה קעניג אב"ד וראש כולל יאקע
הרב אפרים שטיין אבד"ק פאלטיטשאן
הרב דוד ווייס אבד"ק קאמינקא
הרב דניאל (דני) רוקח אבד"ק או אדמו"ר מליזענסק (יערוסלאוו)
הרב יצחק דוד יונגרייז אבד"ק גארליץ
הרב מאיר שפיץ אבד"ק ביסטריץ
הרב ברוך שמשון האלבערשטאם אבד"ק רודניק
הרב שלום יוסף האלפערין אבד"ק ראדמישלא
הרב אליעזר הורוויץ אבד"ק אגודת ישראל


דער צאנז גריבובער פלעגט אויך יארן לאנג דרייון א אוטו ביז ער איז נתעלה געווארען במדריגה
הרב חיים מערץ אבד"ק תולעת יעקב האט אויך לייסענס, והא ראי' ער אויך פלעגט דרייוון
דער בלאזוב רבי הרב צבי יהודה שפירא געהערט אויך צו דער רשימה פון מלפנים...
הרב עמרם קליין אבד"ק אונגוואר פלעגט דריין (אולי נאך אלץ)
דער בריזדאוויץ'ער רבי פלעגט אויך (אוי ס'געוועהן גוטע צייטן...)
ר' פנחס הורוויץ משענדישוב קען ווערן דא געשטעלט

נו, אז אזעלעכע נעמען ווי גארליץ, רודניק, קאמינקא, ראפשיץ, סטוטשין און גלאגוב - מי רואה אלו יוצאים ולא יצאו...

shem-tov » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 11:19 am

· #167132
ר' חיים מוזשאי ראפשיצער רובין דרייווט?? ער האט דאך א דרייווער

לך לך » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 11:21 am

· #167133
אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש מניקלשבורג מאנסי

shem-tov » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 11:21 am

· #167134
ביידע ניקעלשבורג'ע רבי'ס טרייבן אן אוטא

קאווע טרינקער » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 11:32 am

· #167136
דער רודניקער'ס ברודער, אדמו"ר מזימיגראד, דרייווט אויך.

רויטע וואנצעס » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 11:55 am

· #167141
ליאזנא רבי שליט"א

ברוך שאמר » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 11:56 am

· #167142
כ"ק האדמו"ר מבאדאישל (די שווער פין דע דאוושענע רבי)

קאווע טרינקער » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 12:00 pm

· #167145
דער צאנז גריבובער failed זיין דרייווען בחינה, און האט למעשה קיינמאל נישט געפירט קיין אוטו.
(מפי המשב"ק)

שפתים ישק » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 12:03 pm

· #167147
שפתים קישאקTM!

אפטעמיסט » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 12:50 pm

· #167159
מליינט אייביג וועגן די צדיקים וואס האבן געהאט קפיצת הדרך. כ'האב אלס פארשטאנען אז ס'מיינט עפעס א העכערע זאך. איך פאנג אן שפעקעלירן. אפשר מיינט דאס פשוט לייטס און סיירענס?

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 12:53 pm

· #167163
דולה ומשקה: א טייל פון די אדמורי"ם ורבנים וועלכע דו האסט דא אויסגערעכנט זענען נאר רבנים וועלכע האבן סמיכה פון די טעלעפאון קאמפאני. א טייל קען איך פערזענליך. אינטרעסאנט. פאר מיר האטצעך קיינמאל נישט פארגלוסט צו ווערן א רעבע. איך בין צופרידן מיט מיין חלק. איך דאנק דעם באשעפער אז איך בין א בעל עגלה. פאנטאזירט האב איך אפשר יא (אלץ קינד) אבער דעם אפעטיט צו זיין א רעבע האב איך ב"ה קיינמאל נישט געהאט. 😎 😂 😛

דולה ומשקה » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 1:16 pm

· #167166
נאוואמינסקא רבי הרב יעקב פערלו
דער מאטעסדארפער רב

גערעכט דער ראפשיץ'ער גייט אויך אריין אין די רשימה ווא 'פלעגן'.

ווען געוויסע פון די אויבערדערמאנטע דרייווען מוצאי שב"ק אדער חוה"מ האט דאס א אנדערע בחינה מיט די ווייסע זאקן און סטראקעס...

סאו וואט » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 1:24 pm

· #167170
berlbalaguleh
דולה ומשקה: א טייל פון די אדמורי"ם ורבנים וועלכע דו האסט דא אויסגערעכנט זענען נאר רבנים וועלכע האבן סמיכה פון די טעלעפאון קאמפאני. 😎 😂 😛


יא, ווער געדענק נאך רבי שלום אייכנשטיין ז"ל זידיטשובער רבין, ווי ער פעגט זיך אריינזעצן און זיין אוטו און געטריבען דעם קאר, מיט'ן שטעקעלע און ווייסע זאק'ן.
אויף אים ווערט פארציילט דו בעסטע מעשיות, ווי למשל איינמאל איז ער אוועקגעפארן בטעות פונעם געז סטעישען ווען ס'איז נאך געוועהן צו געטשעפעט צום געז טאנק...

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 1:38 pm

· #167175
berlbalaguleh
א טייל פון די אדמורי"ם ורבנים וועלכע דו האסט דא אויסגערעכנט זענען נאר רבנים וועלכע האבן סמיכה פון די טעלעפאון קאמפאני. 😎 😂 😛

👍 👍 👍
בערל גוט!
דארף מען זעהן דיר טאקע צו רופן בלויז בערל, נישט "רבי" בערל ח"ו.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 1:46 pm

· #167176
דולה ומשקה
נאוואמינסקא רבי הרב יעקב פערלו
דער מאטעסדארפער רב

גערעכט דער ראפשיץ'ער גייט אויך אריין אין די רשימה ווא 'פלעגן'.

ווען געוויסע פון די אויבערדערמאנטע דרייווען מוצאי שב"ק אדער חוה"מ האט דאס א אנדערע בחינה מיט די ווייסע זאקן און סטראקעס...

ר' דולה ומשקה. איך מיין אז דו מאכסט א טעות.איך קען שוין דעם מאטערסדארפער רב שליט"א בערך 38 יאר. און זייט איך קען איהם האט ער נישט געדרייווט. וואס מ'האט ארומגעווילדעוועט אלס בחור אין ישיבה רעכנט מען נישט. אפשר מאכסטו א טעות מיט זיין ברודער ר' עקיבא. עהרנפעלד. ער האט יא געדרייווט א קאר. 🙄 😳

מאראנצןזאפט » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 2:33 pm

· #167182
הגר מאיר לייפער אדמו"ר מליזענסק לעקסוס
הגר משה חיים גאלד אדמו"ר מקראלי
הגר יצחק שווארץ מבראד
הגר מאיר יצחק הורוויץ מלינסק
הגר נחום אפרים מוואלאווע
אחיו מנירבאטור
און אלע כשרות רביים.

חנניה זרח שטיגליץ » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 2:35 pm

· #167183
הג"ר שמעלצער מעירמאנט

לך לך » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 2:35 pm

· #167184
ווער געדענקט דען נישט די אלטע ראצפערטער רבין בעל קרבן אשר דרייוון אויף לי עווניו?!
א בילד?

מנשה לוסטיג » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 3:52 pm

· #167195
עירמאנטער רב [סיי ער סיי זי..]

חסיד ראדני » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 4:35 pm

· #167211
נאר אין סקווער איז א קפידה דער עגלה פירעריי כגון א שוחט ווערט נישט נתקבל אויב ער באזיצט לייסענס

רואה ואינו נראה » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 4:52 pm

· #167214
.

ראש הישיבה » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 5:22 pm

· #167218
איך מיין אז מען דארף אויסלויבן די אלע רבנים וואס דרייון. 1. זיי ניצן ווייניגער אויס מענטשן. 2.זיי זענען א וועג ווייזער פאר די אזויגערופענער פרומער וואס זאגן אז דרייוון איז א מאדערנע זאך. מען וואלט זיי געדארפט געבן א געלדענע מעדאל.

קרעקער » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 6:49 pm

· #167227
דאבשינער רבי

יואליש » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 7:38 pm

· #167232
רבנים, ופרט חסידישע, וואלטן געמעגט אימפארטירן פון ענגלאנד זייערע אוטוס, כדי נישט צו חלילה דרייווען פון לינקס אויף רעכטס.

George » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 8:17 pm

· #167235
ראש הישיבה
איך מיין אז מען דארף אויסלויבן די אלע רבנים וואס דרייון. 1. זיי ניצן ווייניגער אויס מענטשן. 2.זיי זענען א וועג ווייזער פאר די אזויגערופענער פרומער וואס זאגן אז דרייוון איז א מאדערנע זאך. מען וואלט זיי געדארפט געבן א געלדענע מעדאל.


אויף 1 ביסטו גערעכט.
אויף 2: פון וועם האסטו געהערט אז דרייוון איז א מאדערנע זאך? ס'רוב וואס דרייוון נישט איז עס יעדער צוליב זיינע פארשידענע סיבות.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 10:53 pm

· #167258
לך לך
ווער געדענקט דען נישט די אלטע ראצפערטער רבין בעל קרבן אשר דרייוון אויף לי עווניו?!
א בילד?

אוי איז ער געוועין א זיסער איד. בימים ההם האב איך געדרייווט א באס אין וויליאמסבורג און ס'איז מיר אויסגעקומען אדורכצופאהרן זיין ביהמ"ד אויף סאוט 9. כמעט א ייעדן טאג האב איך איהם באגעיגנט אין פראנט פון זיין ביהמ"ד. ער האט מיך אייביג באגריסט מיט א שמייכל. זכותו יגן עלינו. 😃 😮 😐

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 10:56 pm

· #167261
George
ראש הישיבה
איך מיין אז מען דארף אויסלויבן די אלע רבנים וואס דרייון. 1. זיי ניצן ווייניגער אויס מענטשן. 2.זיי זענען א וועג ווייזער פאר די אזויגערופענער פרומער וואס זאגן אז דרייוון איז א מאדערנע זאך. מען וואלט זיי געדארפט געבן א געלדענע מעדאל.


אויף 1 ביסטו גערעכט.
אויף 2: פון וועם האסטו געהערט אז דרייוון איז א מאדערנע זאך? ס'רוב וואס דרייוון נישט איז עס יעדער צוליב זיינע פארשידענע סיבות.

למשל ווען הערשל קלאר און צימערמאן וואלטן געדרייווט א קאר וואלטן זיי געקענט שנעלער אנקומען צו די מערכות. אויכעט צושפרייטן מער פאשקווילן שנעלער. 🙄 😈 😢

ונבנתה העיר » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 11:48 pm

· #167271
רואה ואינו נראה
רעב בעריש זידעטשויבער זכרונה לברכה און בארא פארק.

יא יא, אשרי עין ראתה ווי דער רבי פלעג עולה רגל זיין אויף די אפענע קאר טיהר זיך אביסל אויסצורוען...

ווען דער רבי האט אויפגעהויבן די פיס צום הימל האט ער אודאי ממשיך געווען אסאך געלט שמעמידו על רגליו - עומדות היו רגלינו בשעריך...

פיטומי מילי » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 11:30 pm

· #168260
רב ליסטוג, גיי צום שוערע שווער אשכול. איך וויל שמוסען מיט דיר אין יענעם קאווע צימער

בעל הבית » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 12:13 am

· #168271
געהערט האב איך אז נייטרא רב זצ'ל פלעגט אויך דרייוין

מנשה לוסטיג » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 12:16 am

· #168272
אברהם אבינו אויך.. ויחבוש את חמורו.. זאגט יונתן שווארץ דערויף א טייטש, ער האט איינגעשפאנט זיין 'פערד'..

בעל הבית » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 12:21 am

· #168276
הרב ר' יצחק טווערסקי שליט''א בנו הגדול פין האדמו''ר מסקווריא ב.פ. זצ''ל דרייוויט אויך

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 1:36 am

· #168288
ונבנתה העיר
רואה ואינו נראה
רעב בעריש זידעטשויבער זכרונה לברכה און בארא פארק.

יא יא, אשרי עין ראתה ווי דער רבי פלעג עולה רגל זיין אויף די אפענע קאר טיהר זיך אביסל אויסצורוען...

ווען דער רבי האט אויפגעהויבן די פיס צום הימל האט ער אודאי ממשיך געווען אסאך געלט שמעמידו על רגליו - עומדות היו רגלינו בשעריך...

ר' ונבנתה: איך האב איהם גוט געקענט פערזענליך. אפילו געדאוונט אין זיין ביהמ"ד איין תקופה. איך ווייס אז ער האט נישט איבערגעלאזט א גרויס פארמעגן לאחר פטירתו. ער האט געטון טובות און געבארגט סכומים פאר עטליכע אידן. איך בין אמאל געווען ביי קידוש לבנה אין זיין ביהמ"ד און כ'האב געהערט ווי דער רבי זאגט אינמיטן, די באוואוסטע סגולה אקעיגן ציין ווייטאג, "ולא יהי' לי כאב שיניים". ביניך צו געגאנגען צו איהם און געזאגט. "פונדעסטוועגן זאל נאך די רבי גיין צו דעם דענטיסט". 😂

בעלזער חסיד » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 10:30 am

· #168315
דאבשינער דרייווט?

דולה ומשקה » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 11:18 am

· #168324
ווי קען מען אויס לאזען רבי אברהם יעקב פרידמאן ז"ל מסאדיגורא בעל עקבי אבירים, וועלעכע פלעגט יארן לאנג דרייוון א באס פאר א געוויסע מוסד אין בארא פארק.

סמבטיון » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 12:01 pm

· #168330
הייליגע ניקלעשבורגער טרייבט אויך אן אוטו

מ גפני » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 12:45 pm

· #168339
סמבטיון
הייליגע ניקלעשבורגער טרייבט אויך אן אוטו

ביידע, ב"פ און מאנסי

טיטאניק » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 1:31 pm

· #168345
דולה ומשקה
ווי קען מען אויס לאזען רבי אברהם יעקב פרידמאן ז"ל מסאדיגורא בעל עקבי אבירים, וועלעכע פלעגט יארן לאנג דרייוון א באס פאר א געוויסע מוסד אין בארא פארק.

וועלכער מוסד?
מער פרטים..... 😮

גד החוזה » מוצ"ש יאנואר 11, 2014 9:44 pm

· #175573
זיך אנדעשטויסען אין דעם אשכול, האט איינער בילדער פון איינער פון רבנים אונטערן רעדל, ווייל איך פארמאג נישט אזאנס, אבער א דאנק פאר די ליסטע, עט מען במשך די צייט פרובירען אליינס צו מאכען די בילדער, איך בעט נאר אז איינער זאל מיר ארויס העלפן.

אלס ווייסער » זונטאג יאנואר 12, 2014 12:45 am

· #175602
קען מיר איינער ביטע ענטפערן וואס דער ענין פון נישט דרייוון איז?

zurich » זונטאג יאנואר 12, 2014 2:01 am

· #175620
א

zurich » זונטאג יאנואר 12, 2014 2:05 am

· #175621
אלס ווייסער
קען מיר איינער ביטע ענטפערן וואס דער ענין פון נישט דרייוון איז?

און דער ענין פון שיפע טאשן,און זיך האלטן העכער פון די איבעריגע חלק ציבור על לא דבר! און נישט טיהן גארנישט מיטן טאג וכו וכו וכו פארשטייסטו יא?

לערן דיך אויס דו וועסט קיינמאל נישט קענען פארשטיין די מיינד פון די פריצים פון די "רויעל פעמעלי"!!

הדד בן בדד » זונטאג יאנואר 12, 2014 2:54 am

· #175628
[ציטאט אראפגענומען]


זיין ברודער דער ווייצענער דרייווט אויך. איך ווייס נישט היינט, אבער איך געדענקט מיט עטליכע יאר צוריק פעגט ער געהעריג דרייוון, איך האב עס כמה פעמים געזעהן.

הדד בן בדד » זונטאג יאנואר 12, 2014 2:56 am

· #175629
ראש הישיבה
איך מיין אז מען דארף אויסלויבן די אלע רבנים וואס דרייון. 1. זיי ניצן ווייניגער אויס מענטשן. 2.זיי זענען א וועג ווייזער פאר די אזויגערופענער פרומער וואס זאגן אז דרייוון איז א מאדערנע זאך. מען וואלט זיי געדארפט געבן א געלדענע מעדאל.


האב איך אמאל געהערט וויי איינער פרעגט פון איינעם אזא רבי'לע וואס דרייווט א קאר "דער רבי דרייווט אליינס, דער גבאי וואלט געדארפט דרייוון", האט יענער אים געענטפערט, איך וויל נישט האבן אזא פנים ווי די אלע רביס וואס זייערע גבאים דרייוון זיי, איך וויל דווקא זיין דער וואס דרייווט דעם גבאי...

איש עברי » זונטאג יאנואר 12, 2014 3:41 am

· #175632
דאס דערמאנט וואס דער בעל התכלת פון ראדזין האט געענטפערט פארוואס ער נעמט נישט מיט קיין גבאי אויף זיינע נסיעות ארום די וועלט, האט ער געזאגט אז ווען ער פארט אין א נייע לאנד לערנט ער זיך אויס די שפראך אין צוויי וואכן, און ס'וועט אויסקומען אז ער וועט דארפן זיין די גבאי'ס גבאי וויבאלד יענער וועט זיך נישט קיין עצה געבן

דולה ומשקה » דינסטאג מאי 5, 2015 7:27 pm

· #272763
הוספה:
הרב גאלד, קראלע רב פון בארא פארק

געוואלדיג » דינסטאג מאי 5, 2015 10:51 pm

· #272816
אשוואר רבי
נאפקא רבי
😂 😂 😂

קאצקע ציקער » דינסטאג מאי 5, 2015 11:45 pm

· #272841
ס'דא אסאך רביס וואס דרייווען זיי דרייווען די חסידים אין בארד אריין

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 5, 2015 11:53 pm

· #272845
Re: אדמורי"ם בעלי עגלה
סאסאווער רבי פון לאנדאן הרב שמחה רובין זצ''ל.
ער פלעגט צומאל קלינגען מיין טאטע און מיט זיין שווערע שטימע געזאגט 'אן אלטע מענטש איז געשטארבען. ביטע קום מיט מיר אין מיין קאר שלעפען זיין מעיבעל איידער מ'ווארפט עס ארויס. איך האב אן ארעמאן וואס דארף עס'. און אזוי איז ער אליינס געגאנגען מיט זיין קאר און א צווייטע יונגערמאן שלעפען פאר אן ארעמאן.
יהי זכרו בריך

מיימון » מיטוואך מאי 6, 2015 12:35 am

· #272861
הרב חנוך העניך מייזליש אב''ד טאלטשאווא בקרית יואל

הרב הערשל טויב אב''ד בעהוץ בק''י
בלאט: 1 2