ספרים וואס פארטייטשן פשטים נוסח אכשר דרא
מיר לעבן היינט אין אן אויסטערלישער אכשר דרא'גער וועלט, אזא פרישות וואס מיר פארמאגן, וואלט קיין שום פריערדיגער גדול/אחרון/ראשון/גאון/ תנא! /נביא! זיך געקענט פארשטעלן. אפילו די תורה/גאט אליינס! כביכול וואלט זיך נישט געקענט פארשטעלן אין וואספארא פרישות און באשיידנקייט מיר גייען לעבן, והראיה, ער האט אריינגעלייגט פרשת "תזריע" אין די תורה. איר הערט א מעשה? דאס צווייטע פסוק, נאך פאר שני, ווי כתה ב' אינגלעך לערנען לייגט מען אריין תזריע? מילא נאך שביעי החרשתי, אבער ממש בים אנהייב! פרובירן זאל ר' אהרן מאכן אזא פרשה וואס מ'וואלט אלס ארויפגעגאגסן אויף אים.
וויל איך טאקע מיטיילן מיטן עולם דא אין וואס איך האב זיך לעצטענס אנגעטראפן לערנענדיג נ"ך.
אין אנהייב שמואל ב ווען דוד המלך באוויינט פאעטיש זיין בעסטן פריינט יהונתן וואס איז נארווס אומגעקומען ביי די מלחמה.
דער פסוק זאגט "נפלאתה אהבתך לי מאהבת נשים" דיין וואונדערליכע ליבשאפט צו מיר איז געווען איבער די ליבע צו פרויען.
זע איך ווי דער אידישער פארטייטשער "יש אם למקרא" שרייבט
דער ליבשאפט וואס א מאמע האט נאטורליך צו איר קינד.
קוק איך אריין אין מצודת זע איך דאס
ער רעדט עפעס יא פונעם חשק וואס א מאן האט נאטורליך צו א פרוי.
נו איך וואלט נישט פארלאנגט אז דער יש אם למקרא זאל זיך אראפלאזן צום נידריגקייט פונעם מצודת דוד
האב איך געזוכט אן אנדערן פשט און יא דער רד"ק שרייבט ווי פאלגענד.