דערציילט אייערע געלט שפארזאם געשיכטעס און עצות
34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5383
דערציילט אייערע געלט שפארזאם געשיכטעס און עצות
ס'איז געווינטשן צו זייין שפארזאם אפילו אסאך אירע זענען זיך טועה און לייגן אריין ''שפארזאם'' אינעם חדר פון ''קארגשאפט'' איז עס ווייט נישט דער אמת. אבער נישט דא וועל איך עס מסביר זיין, כ'וויל נאר מאכן דא א פלאטפארם וואו יעדער זאל שרייבן ווען און וויאזוי ס'איז אים געלונגען צו שפארן זיין אידיש געלט פארשטייט זיך נישט אויפן חשבון פון קאמפראמייזן אויף דאס וואס ס'פעלט אויס. למשל זאגן אז מ'שפארט זיך זינט מ'האט אויפגעהערט קויפן סעלמאן פיש פאר שבת און אנשטאט עסט מען טונא פיש פון א קען דאס איז נישט אין כלל. דאס וועט מען דארפן שרייבן אין א קארגשאפט אשכול.
ובכן, האב איך זיך געשפארט 35 דאלער אין א צייט ווען איך האב אפגעמאכט אז איך וויל שפארן געלט. נעמליך, כ'האב אויפגעגעבן מיין קאר. איז מיר שווארץ געווארן ווען דער לאקעל מאטאר וויקעל סערוויס האט מיר געבעטן 35 דאלער צו סורענדערן די לייסענס פלעיטס, ער מעג זיין גערעכט אבער איך האלט נישט אז דאס איז ריכטיג. האב איך גענומען דעם באן און אראפגעפארן אליינס קיין אטלאנטיק עוו, דאס גאנצע געשעפט האט גענומען איין שעה און יעצט שמייכל איך צו מיין 35 ריין געשפארטע דאלער. אקעי נעם אראפ 5 דאלער פארן טרעין
איך שפאר דורך איגנארירן די ירושלימ'ע שנארערס וואס רוקן זיך אן יעדע תפילה ווי שוועמען נאך א רעגן. איך קוק זיי אין די אויגן מיט א בלעכענעם פנים און טראכט ניטאמאל פון זיי ווארפן אן אפגעריבענעם פעני. זאלן די אוכלי נהמא דכתיפא גיין ארבעטן און אויפהערן ארום קלעטערן ווי אומערצויגענע פאראזיטן. אזוי שפאר איך געלט.
אפטעמיסטאיך שפאר דורך איגנארירן די ירושלימ'ע שנארערס וואס רוקן זיך אן יעדע תפילה ווי שוועמען נאך א רעגן. איך קוק זיי אין אויגן מיט א בלעכענעם פנים און טראכט ניטאמאל פון זיי ווארפן אן אפגעריבענעם פעני. זאלן די אוכלי נהמא דכתיפא גיין ארבעטן און אויפהערן ארום קלעטערן ווי אומערצויגענע פאראזיטן. אזוי שפאר איך געלט.
ר' איד, איר סאונדט בכלל נישט ווי אן אפטעמיסט.
סאיז נישט מיין עכטע נאמען. סאיז נאר א ניק
אפטעמיסט, איך גיב גערעכט פאר יאיר. אז איר האט נישט צו געבן זענט איר פטור, אבער ביטע נישט רעדן אזוי אויף צובראכענע עניי א"י, אין אלע דורות האט מען זיי געשטיצט ווייל דער דלות דארט איז געפערליך. מען רעדט דאך דא פון עובדי ה'.
איך האב ב"ה צו געבן (און נאך ווי), אבער כגעב נישט בכוונה. אמאל זענען די עניי ארה"ק געוועהן ארמעלייט ווייל אין אר"י האט געהערשט א דחקות. היינט איז עס געווארן א חלק פון זייער קולטור נישט צו גיין ארבעטן על המחיה ועל הכלכלה נאר ענדערש עסן יענעמס ברויט. סאיז א בושה און א חרפה און איך וועל בשום אופן נישט שטיצן דעם צודרייטע מהלך החיים. (ליידער, די וואס ליידן דערוועגן, זענען די אמת'ע נצרכים וואס האבן נישט קיין אנדערע ברירה נאר קלאפן אויף טירן. אבער וואס זאל מען טאן) .
איך האב געטוישט צו גייקוא (geiko) אין כהאב געסעיווט
Amazon prime כהאב זיך געסעוועד שיפינג.
טריפל באנדל tv phone internet.
נולד מאוחרAmazon prime כהאב זיך געסעוועד שיפינג.
כ'האף אז דו צוטיילסט דיך מיט נאך פיר מענטשען. (אדער באקומסט עס פאר פרי פון אמעריקאן עקספרעס)
נולד מאוחרטריפל באנדל tv phone internet.
Cut the cord איז ביליגער.
דריי מאל א וואך נעם איך פרישטיג פון דערהיים וואס מיין ב"ב גרייט מיר אן,
איך קויף נישט די איד/בלאט/נייעס באריכט/מעלות/שטערן/זמן/שפאקטיוו/בליץ/מיין ווייב קויפט זיך איין ענגלישע אויסגאבע,
איף לייג טעפס אויף מיין און מיינע קינדער'ס שיך {אלד פעשענד} עס שפארט צו קויפן נייע שיך
איך האב אן אייגנארטיגן וועיג פון שפארן טייער אידיש געלט (יענעמ'ס). איך צושפאלט די מעטשעס (שוועבעלעך, בלע"ז) אין צוויי. אויך צונעם איך א טישו אין צוויי חלקים. איך גיי צו פעטהמארק און בעיט ביי זיי די אלטע סחורה וואס זיי קענען שוין נישט פארקויפן.
די סגולה (צו עשירות) פון די מעטשעס האב איך מיך געלערנט פון א משפחה עשירה בישראל. ווען מ'האט געפרעיגט דעם ראש המשפחה (בגן עדן תהא מנוחתו) וויאזוי האט זיך אנגעהויבן זייער עשירות, האט ער געענטפערט. צוערשט האב איך צו שפאלטנט די שוועיבלעך, און גענוצט נאר א האלבן שוועיבל אן צו צינדן דעם געז און די ליכט מוצאי שבת ביי הבדלה. נאכדעים האב איך אנגעהויבן האנדלען מיט אומלעגאלע געווער, און געטון נאך עטליכע אומ-לעגאלע זאכן (און מ'האט מיך נישט געכאפט) . אזוי בין איך ב"ה געווארן אן עושר. 😂 🙄 😃
געפילטע ווי אזוי באקום איך פון amex amazon prime ?
קיינמאל נישט געהערט וואס איז cut the cord
נולד מאוחרגעפילטע ווי אזוי באקום איך פון amex amazon prime ?
https://www.americanexpress.com/us/content/amazon/prime-faqs.htmlנולד מאוחרקיינמאל נישט געהערט וואס איז cut the cord
bit.ly/1df0SWrאיך שפאר געלט מיט נישט געבן גאז ווען כ'זע שוין דעם רויט לייט , אנדערש ווי רוב "גרויסע טאטעס" וואס דרוקן די פיס אויפן גאז פעדעל ביז דע לעצטע רגע און מאכן שארט סטאפס און נאכדעם רעדן זיי זיך אפ אז זייער טרעקל פרעסט גאז.
אפטעמיסטאיך שפאר דורך איגנארירן די ירושלימ'ע שנארערס וואס רוקן זיך אן יעדע תפילה ווי שוועמען נאך א רעגן. איך קוק זיי אין די אויגן מיט א בלעכענעם פנים און טראכט ניטאמאל פון זיי ווארפן אן אפגעריבענעם פעני. זאלן די אוכלי נהמא דכתיפא גיין ארבעטן און אויפהערן ארום קלעטערן ווי אומערצויגענע פאראזיטן. אזוי שפאר איך געלט.
If they work it may jeopardize your income. They ask much less. Better give as shiener yid b4 they take it
שטילע אינגערמאןאיך האב געטוישט צו גייקוא (geiko) אין כהאב געסעיווט
I was at Geico for a few years and now Switched to Progressive and saved 20%
make sure to go through a Yid Agent
איך לייג אריין מיין עיקר מחשבה ווי אזוי צי מאכן א דאלער נישט ווי צי שפארן א דאלער!
הבא ללמד: איך בין מסכים מיט דיר 100%. ווי דו קענסט אליין זעהן איז מיין מאמר געשריבן געווארן מיט א הומאריסטישן (אבער טיילווייז אמת'ן) טאן. די מעשה מיט די צושפאלטענטע שוועיבלעך איז אן אמת'ע געשיכטע וואס האט זיך אפגעשפילט אין יוראפ פאר די צווייטע וועלט מלחמה. 😂 😮 😳
איך האב לעצטנס געקענסלט מיין סובסקריבשאן צום "עונג שבת"
שמעקעדיג: אזוי שפעיט?! איך האב עס שוין געקענסלט דרייסיג יאר צוריק!!! 😂 😃 😮 😲
איך שמיר הבדלה וויין אין טאש, און קויף אלעס לכבוד שבת קודש.
אנאנים: דעם סוף פון די מעשה לשיטתך האביך געהערט פון הרב הצדיק החסיד ר' שמעון דזשיגאן...!
נאר מיין רבי אין חדר האט אוועקגעפיהרט די מעשה מיט די נאדל און עפל און אראנדזש אויף א ביסל אן אנדערן מהלך...והנה: א מאן, לאמיר איהם אנרופן ר' יאנקל האט געהאלטן אין זיין האנט אן איי פון א טשיקן. און ער האט זיך אנגערופן צו זיין ווייב שרה. דו זעהסט אט דעם איי. פון דעם איי וועט ארויסקומען א טשיקן. און די טשיקן וועט לייגן נאך אייער. און די אייער וועט אויך ווערן טשיקנס. ביז אונז וועלן שוין האבן א גאנצן פארם פון טשיקנס. וועל איך פארקויפן א פאר טשיקנס און איינהאנדלען א קעלבל. דער קעלבל וועט גרויס ווערן און געבוירן נאך א פאר קעלבלעך און די קעלבלעך וועלן ווערן קוען און געבן א סאך מילעך. און אונז וועלן פארקויפן א סאך מילעך און פארדינען א סאך געלט. און מיט די געלןט וועללן מיר בויען א שיינע הויז און אריינלייגן די טייערסטע פוירניטשור. רופט זיך אן די ווייב איך וויל נישט דעי פוירניטשור. און דער מאן זאגט איך וויל יא...און זיי האבן זיך אנגעהויבן קריגן. נאכדעם איז מען אריבער צו שלאגן זיך מיט די הענט. און די איי האט זיך צו ברכן.... 😂 🙄
[ציטאט אראפגענומען]
לאמער לייגין די ווערטל אין א זייט, שש דיין מעשה ברענגט ארויס די ענין פון אמונה ובטחון מען דארף נאר טוהן השתדלות אין דער אייבערשטער האט זיך שוין זיינע וועגן וואו ער פלאנט אים צו שיקעןגעלט
[ציטאט אראפגענומען]
לאנטש פונדערהיים פאלט אראפ פון דאך? עס קאסט נישט?
52 וואכן א יאר איז ווייטער איבערגעשאצט. כמעט 4 וואכן איז ימים טובים אדער תעניתים, נעם אויך אראפ וואקאציע טעג און סיק דעיס. סך הכל שפארסטו זיך 2-300 טאלער... נו, מ'קען זיך דינגען אויב גוטע מיטאג'ס טעגליך איז ווערד אפאר מאות פער יאר...
Re: דערציילט אייערע געלט שפארזאם געשיכטעס און עצות
שמעקעדיג[ציטאט אראפגענומען]
לאנטש פונדערהיים פאלט אראפ פון דאך? מ'קען זיך דינגען אויב גוטע מיטאג'ס טעגליך איז ווערד אפאר מאות פער יאר...
מען רעדט נישט דא וואס סיז ווערד מען רעד ווי מען שפארט
הויזן טראגער כאפ איך נישט דיין שאלה
Re: דערציילט אייערע געלט שפארזאם געשיכטעס און עצות
ער מיינט צו זאגן אז ער זוכט צו שפארן געלט, אפילו ס'איז אים נישט אזוי געשמאק. אפשר איז ווערד צו ספענדען, אבער ער זוכט צו שפארן.
נישט עסן אינגאנצן איז נאך ביליגער.
אויב ביסטי אפגעמאכט צי שפארען געלט איז דע עכטע עצה ווי @שמעקעדיג האט געשריבען פאר א שטיק צייט צירוק נישט לעבען פאר יענעם איינמאל די קריצט דאס אריין און דיין מח וועסטי שפארען הינדערטער טויזענטער דאלער בלי גוזמא
וועסט געוואר ווערען אז מען מיז נישט האבען א א פלי לאדעט 2015 האדעסי, מען מיז נישט האבען באגאבא, מען מיז נישט וויאנען און ווילאמסבורג פאר דריי א האלב טויזענט דאלער רענט און נאך אזעלכע ציענדליגע זאכען
מען צינדט נישט אהן קיין לייט"ס אגאנצע טאג עד אחר זמן מנחה כמו שנהגו בסק.....
נישט קויפן ready food שפארט א געוואלד, איך האב געסטאפט א יאר צוריק צו קויפן קאווע'ס, פרישטאג, לאנטש, און מ'treat זיך ווייניגער פאר נאכטמאלן איך זאג אייך עס שפארט שווערע געלטער
מ'מאכט פרישטאג, לאנטש אינדערהיים און מ'קויפט גרויסע קאפס מיט דעקלעך פאר קאווע'ס
איך גיי נישט אריין אין קיין רעסטראנט אדער דעלי ווי גרויס די יאר איז איך זאג אייך פרובירט עס אויס (פארשטייט זיך אויב אייער ווייב קען דאס אהערשטעלן 😉 ) מ'שפארט זיך הונדערטע דאלאר'ס
רעכנט עס אליינס אויס
זייער ריכטיג. וכן אני נוהג.
ואפשר להוסיף די פערטיגע געבעקטס, פאר ראממבאלס צאלט מען 4 דאללער א שטיקל און ווען ס'קומט צו האנד מצות שרייט מען געוואלד.
ווילאנג א מענטש איז שולדיג געלט פאר איינעם, ושכר לימוד בפרט, און האט נישט אוועק געלייגט געלט חתונה צו מאכן, האט ער נישט קיין רעכט צו קויפן פינף דאלערדיגע 3 אנסעס טשאקלעד
גערעכט כ'האב פארגעסן צו שרייבן פון געבעקסן
אבער כ'האב נאך גאר אסאך זאכן,
ליין מאטריאל קאסט זייער אסאך און מ'ענדיגט נישט אלע און נאכדעם קומט שוין די פרישע ווארפט מען ארויס די אלטע, אני נוהג אז ווען מ'ענדיגט קאמפלעט איינס קויפט מען נאך איינס,
דיפס פאר שבת קאסט א געוואלד, ס'קאסט א צענטעל פרייז ווען מ'מאכט עס אליינס, למשל olive dip איז גארנישט צו מאכן מ'לייגט olives מיט מאינעז און מ'בלענט עס מ'לייגט צו א טראפ לעמאן זשוס און ס'איז דעלישעס און די זעלבע מיט טאמעיטא דיפ ס'קאסט ווייניגער ווי א דאלער צו מאכן בשעת וואס ס'קאסט $3 אין גראסערי,
ס'איז דא צענדליגע אזאלכע זאכן אבער ווען מ'פארט ארום אין גראסערי מיטן וועגעלע שלעפט מען זאכן פון אלע שעלוו'ס און זייער אסאך זאכן קומען אן און די מיסט נאך שבת (ווי למשל קעיק'ס וואס ווערט אויס פריש),
צו זעהן פון וואספארא נומערס מ'רעדט וועל איך געבן א משל:
א פינף דאלערדיגע אייטעם וואס מ'גיבט א לייג אריין אין די קעריזדש ביים מאכן די וועכנטליכע ארדער און ס'נישט לעבנס וויכטיג (ליין: מ'מוז עס נישט האבן) מאכט אויס $20 דאלער א חודש $240 א יאר(פאר ''''1'''' אייטעם), יעצט רעכענט אויס וויפיל אזאלכע אייטעמ'ס איר קויפט איבריג און איר 'וועט טרעפן 'אסאך':
דיפס
קעיק'ס
הערינג
קאלד קאט'ס (וואס מ'האט ממילא נישט קיין פלאץ נאכן טשולענט דאס אויפצועסן)
ליין מאטריאל (מ'מוז נישט האבן 'אלע')
טשולענט דאנערשטיג נאכט (יא מ'קען עסן א פלעינע נאכטמאל 'דאנערשטיג נאכט')
טייערע וויינען / ברוינפען
וכדומה וכדומה
ווען מ'וועט עס צוזאם רעכענען קען עס אויסמאכן גאנצעטע וועכענטליכע וועידזש'ס
און מאכט נישט קיין טעות 'ממעג קויפן זאכן זיך צו טריטן אבער אז מ'וויל שפארן געלט קען מען אראפ שניידן ''''אסאך''''
און צוריק צו מיין מעין טינג, פרישטאג און לאנטש אין טעיקאוט 'עסט' אויף דאס געלט און א גרויסע קאווע וואס קאסט איבער צוויי דאלער איז אויך ארויס געווארפן געלט ווען דו קענסט פאר די געלט האבן 6 הויעכע קאווע'ס געמאכט אינדערהיים מיט די זעלבע שיינע געפרינטע פעיפער קאפ מיטן דעקל אינקלאדעד
Re: דערציילט אייערע געלט שפארזאם געשיכטעס און עצות
[ציטאט אראפגענומען]
@אנאנים ווען איך האב יעצט אנגעהויבן ליינען דעם אשכול אין אנגעקומען צו בערלס מעשה איז מיר איינגעפאלן די זעלבע מעשה, כהאב שוין געוואלט קוואוטן אבער געטראכט איך קען קודם ענדיגן ליינען, אויב וועל איך וועל האבן נאך עפעס וואס מגיב צו זיין, והנה, און דו שרייבסט דאס שוין, נו ברוך שכוונת לדעתי הקלושה.
מיינע צוויי צענט בנוגע שפארן, איך בין בטבע א שפארזאמער, (כך קיבלתי מבית אבותי ורבותי) אבער מען דארף נעמען אין קענטעניס די ווייב און די קינדער, אויב זי פילט נישט גוט, נעם איך ארויס די געלט און איך קויף זיך א לאנטש פאר איר, און פאר מיר, וכדומה וכו׳, דער עיקר איז אז אידן זאלן האבן אסאך געלט, און נישט דארפן שפארן נאר עס זאל זיין השפעות טובות אן א שיעור.