☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אנגעשפיגענע בית-שמש-קהילה באקומט חיזוק פון חשוב'ע רב

אנגעשפיגענע בית-שמש-קהילה באקומט חיזוק פון חשוב'ע רב

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5380

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 2:18 pm

· #166969
אנגעשפיגענע בית-שמש-קהילה באקומט חיזוק פון חשוב'ע רב
דאס ביסל רוק טמא וואס אן א.ג. חבל-על-הזמן'דיגע-ווילדע איד האט געשפיגען אויף אן אומשולדיגע 8 יעריג צניעות'דיגע מיידל, וואס אירע עלטערען זענען מיטגעלידער פון די פרוכטבארע ארטהדאקסישע עליה-קהילה האט געמאכט - אין איר צייט - א שטורעם, אין די אזוי צושטורמעטע קנאי-חרדי-דתי נייעס'ען. - אויף אזוי ווייט, אז דאס נייעס'ל ווערט פארעכענט צווישען די פונקטען פון די יישוב, אין ויקיפדיה'ס בית שמש בלאט ווערט דאס פארציילט:
בשנת 2011 עלתה העיר בית שמש לכותרת לאחר עליית הקיצוניות בנושא צניעות האישה בעקבות טענה על יריקה כלפי ילדה שסוקרה בתוכנית "אולפן שישי" במחלוקת סביב בית הספר "אורות בנות" שנבנה ליד שכונה של קיצונים-חרדים. בעקבות כך עלו כותרות הנוגעות לשלטים המבקשים הפרדה מגדרית בין גברים לנשים בשכונות החרדיות. סיקור הקיצוניות בבית שמש תפס את כותרות האקטואליה בישראל לכמה שבועות עד להרגעת הרוחות בעיר.

למעשה, זענען די גייסטן נאך נישט בארוהיגט ווי ס'בדארף צי זיין, דא און דארט ווערן נאך די פרומע קהילה מיטגעלידער - וואס האבן איבערגעלאזט זייער גלות וואוין ערטער און געמאכט אן עליה, כדי צו מקיים זיין מצות יישוב ארץ ישראל - נאכגעשריגן און באליידיגט. עס איז דעריבער גאר פרייליך און דער איבערפרישאונג, אז דער הויכגעשעצטער געוועזענע רב הראשי פון מדינת ענגלאנד, האט די לעצטע חודש אויפגעטרעטן אין די חשוב'ע פייגנסאון בית הכנסת מיט א ווארימע דרשה, דברי חיזוק והתחזקות פאר די בני הקהילה.
נאכן אויסהערן יעדעס ווארט כמסירתן מסיני, וויל איך דאס טיילן מיט אייך.
.

.
זהירות, עטליכע נקודות זענען נישט לויט די השקפה פון אדמור"י סאטמאר זצ"ל ושליט"א, אויב ווילט איר ווייטער האלטן אז היינט צו טאג'ס איז יעדער מודה אז זיי זענען געווען גערעכט, דאן ביטע הערט נישט אויס דעם שיעור.

א שוויצער » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 2:33 pm

· #166971
פילע טויזענטער פון די מתנחלישע גרופעס האלטען אויך גענוי ווי אים

וואס קריכסטו ביז א אנגעשפיגענע קהילה נעם סתם א ציווילזירט געפאנצערטער ישוב מתנחלים

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 2:51 pm

· #166977
ביטע נישט פארשמירען מיין אשכול מיט אזעלכע הודעות:
"די תגובה איז באהאלטן וויבאלד עס איז געשריבן געווארן דורך א שוויצער, איינער פון דיינע נודניקס. דרוק דא צו זען די תגובה."

א שוויצער » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 4:01 pm

· #166993
אוקיי

נהורא נפישא » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 7:20 pm

· #167050
איך בין מוחה אויף וואס די שרייבסט "א חשובער רב" כאלו מרעדט דא פון עפעס א רעוועלע נאך אלעם איז די מדובר דא פון אן אמת'ן גדול בישראל כליל החכמה והמדעים לאורו נסע ונלך.

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 7:23 pm

· #167053
מיט די פרוכת אונטער אים זעהט ער אויס ווי משה על הר סיני. ניין?

נהורא נפישא » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 7:26 pm

· #167055
כ'דענק נישט גענוי ווי ס'האט אויסגעזעהן דארט אבער ס'קען זיך לייגן אויפן שכל.

טעפל » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 11:02 am

· #167127
קאווע טרינקער
מיט די פרוכת אונטער אים זעהט ער אויס ווי משה על הר סיני. ניין?

משה רבינו איז נישט געגעאנגען מיט א גלימה??