די אויבענדערמאנטע זענען היבש קליינע. פארד עדזש, ניסאן מארענא וכדומ' זענען שוין טייערער.
בעסיקלי נעמענדיג די Subaru Forester, Honda CR-V און Toyota RAV4 צוזאמען, וועט אויסקומען אז אין כמעט יעדע הינזיכט וועט רעוו-4 נישט אריינקומען נומער איינס.
ווי פריער אנגעוויזן הייסט די Subaru Forester די בעסטע דאסמאל. אויב ביזטו א הויעכער מענטש, דאן וועט דיר דאס זעכער זיין פיל באקוועמער. די זיצן פארענט זענען די ברייטסטע, און האבן מער פלאץ פאר די פיס. די אנדערע זענען גראדע אביסל בעסער די אונטערשטע זיצן דאכצעך.
רעוו-פאר קומט אריין א דריטע איבער כמעט א יעדע געביט. סובארא איז א משהו לענגער און העכער; די אנדערע זענען ברייטער, וואס ווערט נישט באטראכט אלס אזא מעלה גראדע. סובארא און האנדא האבן בעסערע פיקאפס ווי די רעוו-פאר; סעפטי קומט האנדא אריין נומער איינס, מיט סובארא נומער צוויי.
אינעוויינג האט האנדא מער פיטשערס ווי די רעוו-4, הגם אויף געוויסע זאגט מען ס'איז דזשאנקי. בקיצור, אוועראלל איז די סובארא, דאן קומט די סי. אר. ווי, וואס שטייגט איבער די רעוו-4 כמעט מיט אלעם. מיט געז איז כמעט נישטא קיין חילוק, און פלאץ פאר לאגעדש זענען זיי מער ווייניגער אייניג. אמאל איז איינס א משהו גרעסער סתם אזוי, אנדערע זענען גרעסער בעת מ'לייגט אראפ די זיצן. ווי אזוי ס'זאל נאר זיין וועלן אלע דריי זיין בערך די זעלבע.
די Kia Sportage שיינט בלויז צו האבן אביסל מער פערדן-קראפט ווי די סובארא; קלאפט א נפקה מינה אויב ווילסטו שלעפן פעקלעך, אדער אריינלאזן א צעיושטע כאפטע אנגעפאשעטע היטש הייקער זאלן אראפוועגן דיין מאשין ביז צום אפגרינד. אבער קודם איז דאס נישט גוט פאר לאגעדש-ראאם, ס'האט נישט באקוועמע זיצן, און פלאץ אויסשטעל וויאזוי צו זיצן. ס'הייסט נישט אזא געלונגען שטיקל.
פארד עסקעיפ זענען פארהאן חילוקי דעות. געוויסע שווערן זיך ס'גאר גוט; אנדערע האלטן ס'איז כדי צו עסקעיפן דערפון ווי ווען א גוי הייבט הענט. קודם אז דו זוכסט פלאץ איז דאס נישט אזוי גוט. די פלאטפארמע איז מער ווייניגער ווי די פארד פאוקעס, און האט שוין געהאט עטליכע ריקאלס.
פון ניסאן איז דא אינעם דאזיגן סייז אנשטאט די מארענא די Rogue וואס איז פשטות גאנץ גוט; ניסאן'ס דיזיינס זענען היבש ספארטי אין אלגעמיין, ביי געוויסע זענען זיי שוין טייל מאל אביסל--הגם נישט אבסעלוטלי--בגאאבא'דיג. נאכדעם איז דא Mazda CX-5 אויך מעלות און חסרונות.
אויך איז דא די Volkswagen Tiguan, ס'האט א גוטע פיק-אפ און איז גאנץ א גוט שטיקל. ס'האט אבער נישט קיין סאך לאגעזש פלאץ, און נעמט היבש מער געז.
בעיואיק מיט אנדערע דזשי-עם פירמעס האבן אויך לעצטנס ארויס געגעבן אזאנע קליינטשיגע סדום טרעקלעך. א שיינע התחלה פון זייער זייט נאכן פראדעצירן מאנסטארישע אויל פרעסענדע טרעקלעך, אבער לויט עקספערטן האבן זיי נאך צו מאכן פארשריט זיך צו דעריאגן צו די יאפאנעזע קאמפאקט-קראוסאווער מאשינען. אגב, ס'איז היבש קלענער.(און אביסל טייערער).
די CRV איז כמעט נישט אזוי ווי די עקארד; האט מער ענליכקייטן צום סיוויק. אבער קארגא פלאץ האט די CRV מער ווי די עקארד.
@רויטע וואנצעס, פאר 7 פעסענדשערס איז דא א היבשע שיינע צאל. 8 פעסענדשערס ברויך מען זיך צעקוועטשן אביסל ביי די דריטע רייע זיצן ממש ווי א דירת קבע אין וויליאמסבורג. סובערבאן איז נאך מסתם יא באקוועם, נאכדעם פון די גרויסע איז דא ניסאן ארמאדא, טאיאטא סעקויא ועוד, דאס זענען 8 פעסענדשער. האנדא פיילאט, בעיואיק אינקלעיוו וכדו' ברויך מען גלייבן זענען אויך 8, אבער קענסט דיך פארשטעלן די זיצן מאחורי האבן אזא פנים ווי א רעגענדיגע חול המועד, אדער ווי געקענטע סאלמאן פיש אויף מקומות הקדושים. די מיניווענס, ספעציעל אדעסי און סיענע זענען די בעסטע פאר 8 פעסענדשער. אגב, פארד עקספלוירער איז נישט 8, עקספעדישאן יא.