☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » טיטשער געכאפט כאפן ווידיאו'ס פון קינדער אין מקוה!

טיטשער געכאפט כאפן ווידיאו'ס פון קינדער אין מקוה!

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5374

ארפכשד » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 7:52 pm

· #166774
הלמאי טרעפט זיך אזא וויכטיגע מודעה אין צימעס?

דער (פינטעל) איד » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 7:52 pm

· #166776
ווייל דער פארציילער איז מעגליך א 45'ער

ארפכשד » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 7:54 pm

· #166777
דער עולם זאל וויסן צו זיין געווארענט אין די מקוה'ס. ספעציעל אין באבובער מקוה וואס דער איז נישט די ערשטע וואס לויפט נאך קינדער דארט.

נולד מאוחר » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 8:09 pm

· #166788
וועם שטערט עס אז ער מאכט ווידיאו, האט ער איינם געשעדעיגט?

טשולענט » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 10:09 pm

· #166853
א ענגליש טיטשער קען אויך ווערן אנגערופן א ראביי אין די מידיא?

דער (פינטעל) איד » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 10:12 pm

· #166856
נולד מאוחר
וועם שטערט עס אז ער מאכט ווידיאו, האט ער איינם געשעדעיגט?

אנטשולדיגט, מאכסט זיך אומוויסענדיג פון דעם אלטן איסור וואס רבנים האבן ארויסגעגעבן קעגן ווידיא ?

חבקוק הנביא » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 1:48 am

· #166910
נולד מאוחר
וועם שטערט עס אז ער מאכט ווידיאו, האט ער איינם געשעדעיגט?


קודם מיין איך אז ס'איז געזעצליך אומלעגאל, צווייטענס, יא ס'איז א אומדערהערטע עזות אין פיגי'קייט צי גיין אפחאפען ווי א צווייטער אין בפרט קינדער שאווערען זיך,

וואס גייט פאר לעצטענס, מענטשען טוען אזאלכע פיגי זאכען,

עניוועי ווער ווייסט צי זיי גייען עים נישט אנקלאגען פאר טרענספעסינג...

דער (פינטעל) איד » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 2:07 am

· #166911
אפשר האט ער געוואלט רעקארדירן דע שאוער וואסער זען צו ס'איז דא פלארייד אין די וואסער

גנדי » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 3:35 am

· #166919
דער (פינטעל) איד
נולד מאוחר
וועם שטערט עס אז ער מאכט ווידיאו, האט ער איינם געשעדעיגט?

אנטשולדיגט, מאכסט זיך אומוויסענדיג פון דעם אלטן איסור וואס רבנים האבן ארויסגעגעבן קעגן ווידיא ?


אפשר וועגן דעם האט ער געכאפט ווידיא נאר אין באבוב. וויל אין באבוב איז ווידיא אייביג געווען מותר...

שטילע אינגערמאן » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 6:20 pm

· #167026
איז ער געווארען געפייערט פונם טז'אב (job) ?
ווי הייסט ער?
איז פאליציי גערופען געווארען?
האט באבוב גערופן שומרים?
אביסעל מער פרטים פליז

גנדי » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 10:19 pm

· #167084
[ציטאט אראפגענומען]


שומרים האט געהאט א WARRANT?

פארוואס האט מען נישט גערופן פאליס?

מען האט לעצטענס ריין געוואשען א גוי א חזיר מיט א רעוואלווער, דוד פלארענס, וואס האט זיך געדרייט אין בארא פארק - ווייל עס איז נישט געווען קיין שום פאליס ריפארט...

איך האף אז שומרים האט געטוהן מיט שכל און מען וועט קענען נוצען די ווידיאס אין זיין הויז אלץ באווייז קענען אים אין קאורט...

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 10:46 pm

· #167089
וועלעכע רב פסק'נט אז מ'מעג רופן פאליס אין אזא פאל, ווען סך הכל ווייסט מען אז ער איז משוגע לדבר אחד, צו זעהן ווי קינדער זענען נאקעט.
האט ער געשעדיגט איינעם?
אוודאי דארף מען אזא איינער אפזאגן פון זיין פאזיציע און האלטן אן אויג אויף אים, און שיקן פאר הילף. אבער פאליציי? קאורט? פארוואס?!

גנדי » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 10:59 pm

· #167093
אוודאי איך רעד נאר מיט א היתר מאה רבנים אדער אפדינגען היתר׳דיגע לעדל.

און אייברעכען אין יענעמס הויז מעג מען אן א היתר פון א רב?

אויב האט מען שוין געפרעגט דעם רב פאר היתר אויף איינברעכען. וואלט מען שוין געדארפט פרעגן די רב פאר היתר אז די פאליציי זאל איינברעכען.

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 11:32 pm

· #167097
ווער זאגט מ'האט נישט געפרעגט, אפשר האט מען יא געפרעגט, און די תשובה איז געווען "ניין - אויף דערווייל"?

גנדי » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 12:05 am

· #167101
מעג איך וויסן וואס איז די היתר צו אריינברעכען אין יענעמס הויז?

מ׳קען דאך האלטן אן אויג אויף אים?

פארוואס דארף מען זיך איינברעכען? קען מען נישט האלטן אן אויג אויף אים אן זיך איינברעכען?

דער (פינטעל) איד » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 12:43 am

· #167103
יעצט שמועס מען אז ס'אלעס געווען פאליטיש מאטיוועטעד. דער אינגערמאן איז א שטארקע 45 חסיד און ער האט געצילט אויף בלויז קינדער פון 48 חסידים פשוט אפצוטין די 48 עלטערן. פאליציי האט עס קלאסיפיצירט אלס א העיט קריים.

#סארקאזם

דולה ומשקה » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 11:06 am

· #167129
[ציטאט אראפגענומען]


איך ווארט אויף די פרטים אויף וועלעכע די שרייבסט "יבואו".
וועלעכע "ענגליש טיטשער" איז נישט צוריק אין קלאס אדער אויב אלע זענען יא געהעריג אין קלאס קומט אויס אז דערווייל האט מען נאך נישט משלח געוועהן דעם טיטשער.

גנדי » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 11:57 am

· #167143
איך האב מורא אז די מעשה איז נישט אמת, ווייל נחום ר"ב שרייבט דאס נאך נישט אויף זיין וועבסייטל.

חוץ אויב מען וועט זאגן אז ער איז יעצט אויך פארנומען כאפן ווידיעאו פון זיינע "ובערת הרע מקרבך" מיסיעס...

גנדי » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 11:56 pm

· #167588
נ״ר האט געשריבען דערוועגן.

Nuchem Rosenberg (@NRHotline)
12/11/13, 11:25 PM
Just got word who photographer in Bobover mikve was. He was molested in Bobover mikve many years ago and so was his brother who left Bobov.