☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » רבנים, דיינים און שיינע אידן וואס טראגן עמך מלבושים

רבנים, דיינים און שיינע אידן וואס טראגן עמך מלבושים

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5372

דער (פינטעל) איד » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 6:59 pm

· #166749
רבנים, דיינים און שיינע אידן וואס טראגן עמך מלבושים
גוטע וואך. איך האב באמערקט א אשכול וועגן אדמורים וואס טראגן ווייסע זאקן אינדערוואכן איז מיר געקומען אויפ'ן געדאנק דע פארקערטע זייט מטבע. וועגן שיינע אידן פני הדור וואס גייען מלבושים גענוי ווי זייערע מעריצים.. צום ערשט קומט אויפן געדאנק אדמו"ר מקאסוב וואס גייט נישט מיט האלבע הויזן אינדערוואכן. וויענע רב דאס זעלבע. הגאון ר' ישראל דוד הארפענעס גייט אויך ווי א פשוטע איד מיט א שטאפען הוט און גייט אפילו נישט ווייסע זאקן אום שבת. דאס זעלבע אויך הג"ר חיים קלמן גוטמאן.

כמוהם ירבו בישראל

קאווע טרינקער » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 7:18 pm

· #166758
ר' בנציון שטראסער, אב"ד נייטרא,
ר' מיכל שטיינמעץ, דומ"ץ סקווירא
ר' יצחק זלמן גיפס, דומ"ץ וויען
ר' הערשל הלפערין, דומ"ץ וויען
ר' משה מנחם ווייס, דומ"ץ פאפא
ר' אברהם חיים שפיצער, אב"ד אור החיים
ר' חיים דוד כ"ץ, דומ"ץ סאטמאר
ר' בנימין אייזענבערג, אב"ד היכל התפילה
ר' משה וואלפסאן, אב"ד אמונת ישראל
ר' מענדל אונגער, אב"ד נייטרא
ר' מאטל זילבער, אדמו"ר סוטשין

(טענקא רב רעכן איך נישט, צוליב זיין באלי הוט)
בקיצור, אלע רבנים און דיינים, וואס מ'האט אויפגענומען צוליב זייער פעהיגקייטן, און נישט צוליב געבורט פלעקען, זענען מער ווייניגער אנגעטוהן נארמאל.

דער (פינטעל) איד » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 7:22 pm

· #166759
אמת אבער נעם למשל רח"ד כ"ץ ער אלס א סאטמארער גייט אנגעטון גאנץ רבניש קעמפערד צו דע אנדערע סאטמארע דיינים וואס כ'האב אויסגערעכנט גוטמאן און הארפענעס. ער טראגט א פלאכן ביבער הוט (אין סאטמאר איז דאס א רבניש מלבוש) און טראגט ווייסע זאקן שבת. דאס וואלט איך נישט אנגערופן "עמך"

אפטעמיסט » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 7:23 pm

· #166760
הגה"צ ר' ליפא טייטעלבוים שליט"א אבד"ק זענטע (איך הער ער דרייווט אפילו. נאך אפאר פוינטס צו 'עמך'...)

ידען » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 7:23 pm

· #166761
מע דארף לייגען בילדער

שטילע אינגערמאן » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 7:24 pm

· #166762
קאווע טרינקער
בקיצור, אלע רבנים און דיינים, וואס מ'האט אויפגענומען צוליב זייער פעהיגקייטן, און נישט צוליב געבורט פלעקען, זענען מער ווייניגער אנגעטוהן נארמאל.

הרב חיים יעקב טויבער דומ"ץ באבוב האט מען יא אויף גענומען צוליב זיין א רעביש קינד אין ער גייט אנגעטוען רעגילער

יאיר » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 7:43 pm

· #166765
דער (פינטעל) איד
אמת אבער נעם למשל רח"ד כ"ץ ער אלס א סאטמארער גייט אנגעטון גאנץ רבניש קעמפערד צו דע אנדערע סאטמארע דיינים וואס כ'האב אויסגערעכנט גוטמאן און הארפענעס. ער טראגט א פלאכן ביבער הוט (אין סאטמאר איז דאס א רבניש מלבוש) און טראגט ווייסע זאקן שבת. דאס וואלט איך נישט אנגערופן "עמך"

די פוינט איז נישט ווי אזוי מען גייט אנגעטון, די פוינט איז אויב מען האט זיך נישט געטוישט די שמונה בגדים צוליב'ן זיך פאררופן מיט איינע פון די שמות נרדפים פון רבי/רב/דיין/אדמור. מען קען אננעמען אז דער ר' כ"ץ וואלט געגאנגען א פלאטשיגע ביבער הוט און ווייסע זאקן אפילו ווען ער וואלט נישט געווען א דיין, ווייל אסאך סאקמירע אידן גייען דעם לבוש. בעצם מיין איך אז רוב דיינים, אפילו די גאר גרויסע, האבן זיך נישט געטוישט דעם לבוש נאכ'ן ווערן א דיין, אבער אין סאטמאר, דוכט זיך מיר, איז יא גאנגבאר זיך צו אנשמירן די רעקלעך מיט גלאנציגע בלומען נאכ'ן ווערן דיין. למשל הרב וואזנער האט זיך נישט געטוישט דעם לבוש נאכ'ן ווערן אויפגענומען ביי די הכתרה אלס פוסק הדור במעמד פון דעם גאנצן דור. פון די אנדערע זייט האט ר' יחזקאל ראטה זיך מלביש געווען מיט אלע בגדים פון דעם כהן גדול נאכדעם וואס דער אנאנים שטאט האט אים אויפגענומען אלס ראב"ד.

דער (פינטעל) איד » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 7:47 pm

· #166766
אמת אבער דאן ווערט דער ליסט ריזיג. רז"ל פילעף האט זיך אויך נישט געטוישט ער איז אלעמאל געגאנגען שווארצע זאקן אינדערוואכן. דאס 'זיך נישט טוישן' איז אביסעל א באזונדערע נושא.

יאיר » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 7:48 pm

· #166768
דער (פינטעל) איד
אמת אבער דאן ווערט דער ליסט ריזיג. רז"ל פילעף האט זיך אויך נישט געטוישט ער איז אלעמאל געגאנגען שווארצע זאקן אינדערוואכן. דאס 'זיך נישט טוישן' איז אביסעל א באזונדערע נושא.

הרב פילאף גייט נישט קיין געבלימטע בעקישע אינדערוואכן?

דער (פינטעל) איד » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 7:51 pm

· #166770
ניין

יאיר » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 7:52 pm

· #166775
הרב פילאף, אויב איר ליינט די שורות, שוין צייט זיך צו לאזן נייען א זיידענע בעקישע פאר אינדערוואכן. מה יאמרו הבריות? סתם א איד מיט פלעינע שווארצע זאקן און שווארצע רעקל גייט זאגן אויב מיין שמאטע איז ריין אדער נישט? ס'איז פשוט א חילול ה'.

ארפכשד » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 8:03 pm

· #166782
אוי בין איך געווארן שאקירט פאריגע וואך צו זען הרה"ג ר' חיים יעקב רובין שליט"א די מנהל פון סאטמאר ב"פ דרייוון א קאר. מיילא ווען ער טוט דאס נאר אין ב"פ קען מען פארשטיין, אבער מוז ער מיט דעם אריין פארן בתוככי וויליאמסבורג?

שטילע אינגערמאן » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 8:06 pm

· #166784
ארפכשד
אוי בין איך געווארן שאקירט פאריגע וואך צו זען הרה"ג ר' חיים יעקב רובין שליט"א די מנהל פון סאטמאר ב"פ דרייוון א קאר. מיילא ווען ער טוט דאס נאר אין ב"פ קען מען פארשטיין, אבער מוז ער מיט דעם אריין פארן בתוככי וויליאמסבורג?

מקען מיינען פון דיינע ווערטער אז בארא פארק איז א כפר,

berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 8:09 pm

· #166787
אפטעמיסט
הגה"צ ר' ליפא טייטעלבוים שליט"א אבד"ק זענטע (איך הער ער דרייווט אפילו. נאך אפאר פוינטס צו 'עמך'...)

באלד עמ'ער נאך אויסרעכענען רבנים ודיינים שליט"א וועלכע פארמאגן (אדער בארגן פון א שכן) גע'פילטערטע אינטערנעט, רח"ל. 😂 🙄 😳

שרייבער » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 9:37 pm

· #166835
berlbalaguleh
אפטעמיסט
הגה"צ ר' ליפא טייטעלבוים שליט"א אבד"ק זענטע (איך הער ער דרייווט אפילו. נאך אפאר פוינטס צו 'עמך'...)

באלד עמ'ער נאך אויסרעכענען רבנים ודיינים שליט"א וועלכע פארמאגן (אדער בארגן פון א שכן) גע'פילטערטע אינטערנעט, רח"ל. 😂 🙄 😳

אה! פון דעם איז דא מער רבנים ווי די וואס דרייוון, ווייל קיינער זעט נישט, ולואי שיהי' מורא שמים כמורא בשר ודם

דער (פינטעל) איד » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 10:54 pm

· #166869
קראסנע רב פריעד

ברוך שאמר » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 2:29 am

· #166914
כ"ק האדמ"ר מסקולען

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 3:14 am

· #166915
יאיר
דער (פינטעל) איד
אמת אבער נעם למשל רח"ד כ"ץ ער אלס א סאטמארער גייט אנגעטון גאנץ רבניש קעמפערד צו דע אנדערע סאטמארע דיינים וואס כ'האב אויסגערעכנט גוטמאן און הארפענעס. ער טראגט א פלאכן ביבער הוט (אין סאטמאר איז דאס א רבניש מלבוש) און טראגט ווייסע זאקן שבת. דאס וואלט איך נישט אנגערופן "עמך"

די פוינט איז נישט ווי אזוי מען גייט אנגעטון, די פוינט איז אויב מען האט זיך נישט געטוישט די שמונה בגדים צוליב'ן זיך פאררופן מיט איינע פון די שמות נרדפים פון רבי/רב/דיין/אדמור. מען קען אננעמען אז דער ר' כ"ץ וואלט געגאנגען א פלאטשיגע ביבער הוט און ווייסע זאקן אפילו ווען ער וואלט נישט געווען א דיין, ווייל אסאך סאקמירע אידן גייען דעם לבוש. בעצם מיין איך אז רוב דיינים, אפילו די גאר גרויסע, האבן זיך נישט געטוישט דעם לבוש נאכ'ן ווערן א דיין, אבער אין סאטמאר, דוכט זיך מיר, איז יא גאנגבאר זיך צו אנשמירן די רעקלעך מיט גלאנציגע בלומען נאכ'ן ווערן דיין. למשל הרב וואזנער האט זיך נישט געטוישט דעם לבוש נאכ'ן ווערן אויפגענומען ביי די הכתרה אלס פוסק הדור במעמד פון דעם גאנצן דור. פון די אנדערע זייט האט ר' יחזקאל ראטה זיך מלביש געווען מיט אלע בגדים פון דעם כהן גדול נאכדעם וואס דער אנאנים שטאט האט אים אויפגענומען אלס ראב"ד.

לידיעתך: אין די שטאט אנאנים גייט נאך אלץ אן די פייערדיגע מחלוקה צווישן די צוויי פראקציעס. טייל איינוואוינערס האלטן מיט'ן איצטיגן מרא דאתרא שליט"א. און די פראסטערע המון עם, ווי די בעלי עגלות און מארקעט זיצערס (יושבי קרנות) האבן זייער אייגענעם קאנדידאט, אויכעט א בנש"ק, אן אור אייניקל פונ'ם הוידו-נאנאשער רבי'ן זצ"ל מצד אבי אביו און פונ'ם שאראש-פאטיקער דיין בזיווג שני מצד אמו הרבנית ממאקאווא תחי'. 😂 😎 🙄 😳

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 11:19 am

· #166946
שטילע אינגערמאן
קאווע טרינקער
בקיצור, אלע רבנים און דיינים, וואס מ'האט אויפגענומען צוליב זייער פעהיגקייטן, און נישט צוליב געבורט פלעקען, זענען מער ווייניגער אנגעטוהן נארמאל.

הרב חיים יעקב טויבער דומ"ץ באבוב האט מען יא אויף גענומען צוליב זיין א רעביש קינד אין ער גייט אנגעטוען רעגילער

חכם איינער, ער איז נישט קיין רבי'ש קינד, באבוב'ער רב האט אים גענומען פאר אן איידעם צוליב זיין פעהיגקייטן.

א שוויצער » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 5:08 pm

· #167000
רב דקהל תורה ותפילה רב''צ ליפשיץ גייט ווי א פשוטער עמך יוד געקליידעט טראץ זיין רבי'ש אפשטאם

ונבנתה העיר » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 5:52 pm

· #167008
ער איז געגאנגען מיט סטראקעס און ווייסע זאקן און האט עס אויסגעטוהן נאך די שבע ברכות.

א שוויצער » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 6:12 pm

· #167021
נו.
במקום שבעלי תשובה עומדים.....
גראדע איז הגה''צ הנ''ל שטארק עוסק אין די ענינים ביי זיינע תורות

מלא וגדוש » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 6:28 pm

· #167030
הגאון הקדוש רבי יוסף חיים גרינוואלד שליט"א

א שוויצער » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 6:30 pm

· #167031
ער איז נישט קין רב ודיין ער איז א בעל הבית א שיינער מגיד משרים

.......

הרה''צ מ'יאוואזשנע הגרמ''ט זילבער

וואלט אויך לפי גודל בית מדרשו ומאות מעריציו געקענט עפארדען שענערע בגדי רבנות

מלא וגדוש » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 6:32 pm

· #167032
דער קעפל זאג "שיינע אידן"

מלא וגדוש » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 6:33 pm

· #167033
א שוויצער
ער איז נישט קין רב ודיין ער איז א בעל הבית א שיינער מגיד משרים

.......

הרה''צ מ'יאוואזשנע הגרמ''ט זילבער

וואלט אויך לפי גודל בית מדרשו ומאות מעריציו געקענט עפארדען שענערע בגדי רבנות

דאס זעלבע זיין ברודער טאקע פריימאנער רב

א שוויצער » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 6:36 pm

· #167034
על פי רוב די קינדער פון אשכנז'ישע רבנים זענען נאך היבש איינגעהאלטען מיט זייערע לבושים נישט איבערצוטרייבען

עס דערקענט זיך אויך אויף זייער באנעמונג בנוגע זאגען א דעה

I'm back » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 6:40 pm

· #167035
😂

שטילע אינגערמאן » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 6:47 pm

· #167038
קאווע טרינקער
שטילע אינגערמאן
קאווע טרינקער
בקיצור, אלע רבנים און דיינים, וואס מ'האט אויפגענומען צוליב זייער פעהיגקייטן, און נישט צוליב געבורט פלעקען, זענען מער ווייניגער אנגעטוהן נארמאל.

הרב חיים יעקב טויבער דומ"ץ באבוב האט מען יא אויף גענומען צוליב זיין א רעביש קינד אין ער גייט אנגעטוען רעגילער

חכם איינער, ער איז נישט קיין רבי'ש קינד, באבוב'ער רב האט אים גענומען פאר אן איידעם צוליב זיין פעהיגקייטן.

ווי ווייט איך ווייס גיין איידימער פון רבנים אויך רעביש אנגעטוען משא"כ הרב טויבער,
ווען די האסט געזאגט "וואס מען האט זיי אויפגענומען צוליב זייער פעהיגייטן" האב איך פארשטאנען אז די מיינסט דווקא איינער וואס האט גארנישט מיטן רביש הויף אזוי ווי הרב חיים דוד כץ, אין אז דווקא זיי גיין אנגעטוען רעגילער, אין הרב טויבער איז יא פון די רואיל פאמילי טאקע א איידים, אין גייט אנגעטוען נארמאל

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 10:49 pm

· #167090

אז מ'רעדט שוין פון רבנים וועלכע זענען גרויסע תלמידי חכמים און גייען אנגעטון ווי עמך אידן דערמאנט דאס מיך א פארקערטע מעשה. געווען א "רב" מיט'ן גאנצן רבניש'ן געשטעל, וועלכער איז נעבעך געוועין א גרויסער עיין הא. (בגן עדן תהא מנוחתו) ער האט אמאל געדאוונט פאר'ן עמוד און אויסגעלאזט ביי מודים "ברוך א-ל ההודאות..." ווען מ'האט איהם געפרעיגט איבער דעים האט ער געענטפערט. "וואס הייסט. ס'איז דאך מודים דרבנן און איך בין א רב..." 😂 🙄 😳

ימי קדם » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 11:42 pm

· #167099
שטילע אינגערמאן
קאווע טרינקער
שטילע אינגערמאן
קאווע טרינקער
בקיצור, אלע רבנים און דיינים, וואס מ'האט אויפגענומען צוליב זייער פעהיגקייטן, און נישט צוליב געבורט פלעקען, זענען מער ווייניגער אנגעטוהן נארמאל.

הרב חיים יעקב טויבער דומ"ץ באבוב האט מען יא אויף גענומען צוליב זיין א רעביש קינד אין ער גייט אנגעטוען רעגילער

חכם איינער, ער איז נישט קיין רבי'ש קינד, באבוב'ער רב האט אים גענומען פאר אן איידעם צוליב זיין פעהיגקייטן.

ווי ווייט איך ווייס גיין איידימער פון רבנים אויך רעביש אנגעטוען משא"כ הרב טויבער,
ווען די האסט געזאגט "וואס מען האט זיי אויפגענומען צוליב זייער פעהיגייטן" האב איך פארשטאנען אז די מיינסט דווקא איינער וואס האט גארנישט מיטן רביש הויף אזוי ווי הרב חיים דוד כץ, אין אז דווקא זיי גיין אנגעטוען רעגילער, אין הרב טויבער איז יא פון די רואיל פאמילי טאקע א איידים, אין גייט אנגעטוען נארמאל

דרך אגב, ער גייט יא מיט סטראקעס.

שטילע אינגערמאן » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 1:04 am

· #167111
ימי קדם

, אין די וואכען גייט ער ניטאמאל קיין שוווארצע זאקען, אפגערעדט פון א געבלימטע חאלאטעל, למעשה איז ער א איידעם פון א גרויסע רבי אין ער איז דיין אין די גרעסטע קהלה אין בארא פארק אין גייט אנגעטוען כמעט ווי א עמך איד, קענסט נאך איינער מיט אזא שטעלע ווי איהם אין אזא בעק ראנד וואס גייט אזוי פשוט אנגעטוען?

signout » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 12:05 pm

· #167148
ר' משה ראזענפעלד אין ר' בנציון לאוב דיינים סטאמאר ר' יצחק אהרן גאלדבערגער דיין בפאפא

רואה ואינו נראה » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 12:14 pm

· #167150
.

היימישער ליטוואק » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 1:56 pm

· #167177
דער אויף דער רעכטער זייט פון הרב"צ, איז ווער? (אנדערער דיין, ראש הישיבה?)