גיוס בני ישבות פלאקערט צוריק אויף
דעם היינטיגן טאג איז דער מערכת קודש קעגן די ביטערע גזירת הגיוס ארויף אויף פרישע הויכע שטאפלען, ווען עס האט זיך אנגעהויבן א קאכעדיגע מלחמה אויף די ירושלימ'ע גאסן דורך הונדערטער בני ירושלים, און אין די זעלבע צייט איז שוין ארויסגעקומען א קאכעדיגער קול קורא פון ביד"ץ העדה החרדית אונטערן קעפל "אשר יגורנו בא".
דער יעצטיגער מצב איז אז צוויי בחורים זיצן שוין פארשמאכטעט אין די מיליטערישע טורמע נומער 6, איין בחור איז פאר'משפט אויף 14 טעג און ביים צווייטן איז שוין דער שופט הארטער געווארן און ער האט אים פאר'משפט אויף 20 טעג, און א דריטער בחור איז נאך דערווייל פארשמאכטעט אין די פאליציי סטאנציע וואו ער ווארט פאר זיין משפט.
דער טאג היינט האט זיך אנגעהויבן מיט א גרויסע ישיבת בי"ד אין די עדה החרדית אין שפיץ פונעם גאב"ד און ראב"ד שליט"א, וועלכע איז צוליב די קריטישע מצב שוין באשטימט געווארן אויף אזוי פרי ווי האלב 12 פארמיטאג. ביים ישיבת בי"ד זענען געווען אנוועזנד די חברי ועד הפועל פון די עדה החרדית און די ראשי ועד חינוך הטהור, און עס איז אויסגעשמועסט געווארן אלע דעטאלן איבערן יעצטיגן מצב, נאכדעם וואס די צה"ל האט באשלאסן אנצוהייבן איר קריג און איינזעצן בחורים אין די תפיסות.
צוערשט האט בי"ד אינאיינעם אונטערגעשריבן אויף א גאר הייסע קול קורא וועלכע רופט אויס אז את אשר יגורנו בא, דער קריטישער מלחמה אויפן קיום היהדות איז אנגעקומען, און בי"ד קומט מיט א צווייפאכיגע רוף, פון איין זייט צו די בחורי ישראל און אברכים זיך צו האלטן פעסט און נישט אונטערברעכן אונטער די אגרוף רשע און ווייטער אויספאלגן די דעת תורה צו איגנארירן יעדע רוף פון די צה"ל, ווייל דאס איז דער שליסל צו צייגן אונזער אנטשלאסנקייט וואס וועט נישט געבראכן ווערן בעז"ה, און פון די צווייטע זייט שרייבט בי"ד א רוף צום גאנצן אידישן פאלק צו שטיין גרייט אויף א שטורעמישע תקופה פון גרויסע מחאות בארץ ובגולה צו העלפן צושטערן די מזימות רשע.
דער ישיבת בי"ד האט זיך ווייטער געצויגן פאר קרוב צו 2 שעה, און עס זענען אויפגעברענגט געווארן מעערע פלענער איבער די עתיד פון די מערכה, און צום ערשטן שריט איז באשלאסן געווארן אז די קומענדיגע מאנטאג וועט פארקומען א ריזיגע מסע הקודש, ווען גאנץ בי"ד וועט אינאיינעם פערזענליך אראפ-פארן צום טורמע נומער 6 צו מחזק זיין די אסירי ציון, און אויף מארגן וועלן ארויסגיין גרויסע פלאקאטן וועלכע וועלן רופן דעם גאנצן ציבור זיך אנצושליסן אין די מסע הקודש, און עס וועט ווערן צוגעשטעלט גרויסע באסעס פון ירושלים און פון בית שמש און נאך געגנטער לויטן פארלאנג, נוסעים לקדש שם שמים.
עס איז אויך באשטימט געווארן אז שוין מארגן וועלן אריבערגיין די אדוואקאטן פון די עדה החרדית צו די טורמע, און איבערגעבן פאר די צוויי בחורים אלע נייעסן און אנטוויקלונגען, און דערציילן וויאזוי די גאנצע גאס קאכט איבער זייער מצב, און אז אלע קוקן ארויף אויף זייער מסירת נפש און קוקן ארויס אז זיי זאלן זיך ווייטער האלטן פעסט און זייער זכות זאל העלפן ברעכן די גזירה.
דערנאך האבן די שרי התורה אינאיינעם מיט די עסקנים דן געווען איבער א ריזיגע עצרת אין ירושלים עיה"ק, און די עסקנים זענען געווארן באאויפטראגט צוצוגרייטן פלענער פאר א גרויסע געמיינזאמע עצרת פונעם חסידישן און ליטווישן ציבור וועלכע זענען גרייט צו קעמפן קעגן די רשעים, און עס וועט מעגליך באשטימט ווערן אויף קומענדיגע וואך דאנערשטאג, אדער אויף געציילטע טעג שפעטער, געוואנדן אין פארשידענע אנטוויקלונגען.
נאך קרוב צו 2 שעה האט זיך געענדיגט דער שטורעמישער ישיבת בי"ד, און די רבנים זענען ארויס מיט א בקשה צו די עסקנים צו קעמפן מיט אנשלאסנקייט ביז די מערכה וועט ברעכן די רשעי ישראל.
נאכמיטאג אום האלב צוויי האט זיך אנגעהויבן דער בליציגער אסיפת חירום אין די ביהמ"ד פון די ווארשעווע הייזער, וואס טראץ די גאר שווערע וועטער מיט די גרויסע רעגן וואס האט זיך היינט אראפגעלאזט, און טראץ וואס די אסיפה איז נישט געווען קיין אפיציעלע עצרת, זענען אבער אנגעקומען הונדערטער אידן און איבערגעפולט דאס ביהמ"ד, די ווייבער שוהל און די שטיבלעך, און מען איז געשטאנען ביז אינדרויסן אויף די גאס. צוערשט איז געזאגט געווארן פרקי תהלים בציבור, און דערנאך האט אנגעהויבן דער יו"ר האסיפה הרה"ג ר' צבי ראובן דאווידאוויטש שליט"א מגדולי עסקני העדה החרדית וואס האט אויפגעשטורעמט די הערצער מיט פאסיגע ווערטער מיט סיפורים פון די אמאליגע מערכות אויף דעם שטייגער, און דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אלי' ליבערמאן שליט"א מראשי כולל חזון איש אין בני ברק, און דערנאך הרה"ג ר' שמואל יצחק שלעזינגער שליט"א מו"ץ העדה החרדית, דערנאך האט דער יו"ר פארגעליינט דעם קאכעדיגן בריוו פון בי"ד וואס איז נארוואס ערשינען, און דערנאך האט ער אויפגערופן הרה"ח ר' שמעון שישא שליט"א מקהלת תולדות אהרן, וואס ער איז פון די גרויסע עסקנים למען שחרור אסירי ציון שוין פאר לאנגע יארן.
ר' שמעון האט אראפגעלייגט פארן ציבור דעם קלארן מהלך וויאזוי זיך צו באגיין אינעם יעצטיגן מצב, דערציילנדיג אז פאר לאנגע יארן צוריק ווען עס איז אויך געווען א שווערע תקופה און פאליציי האבן ארעסטירט בחורים פארן נישט גיין אין מיליטער, איז דעמאלס געווען א סך הכל פון 5 אסירים, און דער תו"א רבי זצ"ל איז געקומען יעדן טאג צו די תפיסה זיי מעודד זיין זיך צו האלטן שטארק, און נאכדעם וואס די ערשטע 5 בחורים האבן זיך נישט אונטערגעגעבן האט דאס באוויזן צו ברעכן די מערכה און די פאליציי האבן זיך דעמאלס אונטערגעגעבן. ער האט אויך שטארק ארויסגעברענגט אז די מלחמה איז אויפן גאנצן קיום היהדות, נישט דוקא בני ישיבות, אפילו איינער וואס קען נישט לערנען, אפילו איינער וואס גייט ארבעטן, איז אבער די מיליטער א שמד צענטער וואס איז געציהלט מטמא צו זיין אידישע בחורים. דערנאך איז די אסיפה געשאלסן געווארן ווען דער ציבור איז ארויס אין א טאנץ אויף "עוצו עצה ותופר", או מען איז אינאיינעם ארויס אויף די גאסן ביז ככר השבת.
די גאנצע פארקער אויף ככר השבת איז געווארן אפגעשטעלט, און אפילו ווען די פאליציי זענען אנגעקומען און אנגעהויבן טיילן ביטערע קלעפ, זענען הונדערטער אידן זקנים ונערים געבליבן שטיין אויף די גאס און זיך געלאזט האקן אין קאפ פאר אריבער א שעה צייט אונטערן גאס רעגן, אויסרופנדיג דערמיט דער אויסטערלישער אנטשלאסנקייט פונעם יהדות החרדית צו קעמפן מיט אלע כוחות עד הסוף.
במשך די שטורעמישע הפגנה האבן די פאליציי איינגעזעצט 4 אידן, וועלכע זענען אריינגעשליידערט געווארן אין טורמע און מארגן וועלן זיי געשטעלט ווערן פאר א שופט מיט קלאגעס אז זיי האבן צושטערט די סדר אויפן ראוד.
אין די זעלבע צייט האבן די מנהיגי ישראל פון אלע ערליכע קהילות געלאזט הערן אין די לעצטע מעת לעת גאר פייערדיגע ווערטער איבער די הייליגע מלחמה.
נעכטן ביינאכט ווען עס איז פארגעקומען דער מעמד שריפת הפתילות אין קהילת תולדות אברהם יצחק בהשתתפות אלפי ישראל אנשים נשים וטף, האט די רבי שליט"א גאר שטארק ארומגערעדט אז די יעצטיגע גזירה איז אויך געצילט להשכיחם תורתיך קאליע צו מאכן די בחורים און ענדיגן די גאלדענע קייט פון ערליכע אידישע דורות ח"ו, און אויך היינט ביים זאת חנוכה טיש האט דער רבי שליט"א נאכאמאל גערעדט גאר שטארק איבערן גזירת הגיוס, און די זעלבע אין קהילת תולדות אהרן האט דער רבי שליט"א משמיע געווען ביים מעמד שריפת הפתילות שארפע ווערטער קעגן די רשעי ישראל און איבער די שטארקייט וואס מיר דארפן האבן זיך נישט צו ברעכן פאר זיי אפילו א ברעקל, אויך אזוי אויך היינט ביים טיש בהשתתפות אלפי חסידים האט די רבי מחזק געווען דעם ציבור אנצוגיין מיט די הייליגע מערכה קעגן די היינטיגע יוונים, און אזוי אויך האבן נאך פילע מנהיגי קהילות הקדושות גערעדט פארן ציבור דברי התחזקות אויפן מצב.