n hearing the sad news of the death of Nelson Mandela, Rabbi Sacks issued the following comment:
“Today we mourn the loss of one of the world’s great leaders, the man who was our generation’s mentor in forgiveness and reconciliation. Nelson Mandela lived and breathed the politics of hope. It takes courage to hope, and even greater courage to lead a people on the long walk to freedom. Because of him not only South Africa but the world is a better place. The greatest tribute we can pay him is to be inspired by his memory and lifted by his ideals. Let now be a moment for a new birth of hope in some of the many conflict zones throughout the world. We offer our sincere condolences to his family. May they find comfort in the knowledge that his spirit will live on. He permanently enlarged the horizon of human hope.”
הערשי, די מאכסט מיך לאכן. פון די טויזענטער photographs פון מאנדעלע מיט וועלט leaders האסטו אויסגעקליבן די פאר וואס זענען קאנטרעווערשעל, און די רופסט די חברה זיין פריינט. איך האב דיך נישט געpegged אלץ א pseudo-scholar.
Having been born and raised in South Africa, I am today mourning the death of Nelson Mandela, who has been an inspiration to me and countless others. A transformational figure who truly changed the world, Mandela proved that hope is a powerful tool for change. When coupled with a shared vision for a better future it is an unstoppable force for good. Nelson Mandela's courage, dignity, moral clarity and message of peace and reconciliation should inspire us all. Our thoughts and prayers are with his family and his fellow countrymen at this time.
דער מדינת ישראל ווארט זאגער זאגט אז דער פרעמיער ביבי נתניהו אין איהר נשיא שמעון פערעס וועלן נישט פארן צו דער ליוויה, מיטן אויסרייד אז אזא נסיעה פון דער ראש הממשלה קאסט קנאפע זיבן מיליון שקלים וואס איז צו סאך אויסצוגעבן פאר אזא ליוויה. אבער אין קיינער גלייבט נישט אז דאס דער ריכטיגע תירוץ פאר נישט ווען אנטייל נעמען, עפעס מער פון דעם ליגט זיכער אינטער דער טיש.
Deaf interpreter for Nelson Mandela memorial a fake: officials South Africa's deaf federation said Wednesday that the interpreter used for the Johannesburg memorial — attended by nearly 100 heads of state, including U.S. President Barack Obama — was a fake. Outraged leaders in the deaf community said the mystery man was "literally flapping his arms around."
יא!! פון ווען איך האב געהערט פון דיין הסתלקות (וואס בדרך אגב איך האב נישט קיין סאך געוויסט פון דיר פאר דעם) בין איך פארנומען לייענען אסאך פון דיר און טראכטן פון ווער דו ביזסט געוועהן.
טייערע נעלסאן איך בין נתפעל פון דיין לעבן וויאזוי דו האסט אויסגעניצט די אונטערדרוקונג פון די ווייסע, צו מאכן דיר און דיינע ברודער בעסערע מענטשן.
איך ווער נתפעל ווי נאך זיין אין תפיסה פאר 'זיבן און צוואנציג יאהר' האסטו נאך געקענט שטיין גראד. נישט נאר גראד ביזסטו געשטאנען, נאר ביזסט געווארן די פירער פון דיין לאנד!! די פירער פון פרייהייט, די פירער און וועג ווייזער פון נאבעלע מידות!
איך ווער נתפעל וויאזוי דו האסט מוחל געוועהן דיינע פיינט וואס האבט דיר געפייניגט. דו האסט געוויזן קבל עם ועדה לכל העולם כולו אז מען דארף קענען מוחל זיין אפילו מענטשן וואס האבן דיר אזוי געפייניגט. און מיט דעם ביזסטו געווארן די וועג ווייזער פון מחילה בלב שלם!!
מיר ווייסן אז גאהרנישט איז א מקרה. עס איז זיכער נישט קיין מקרה אז דיין פטירה איז געוועהן אין די צייט וואס מיר לייענען פרשת מקץ ויגש, ווי יוסף הצדיק האט אויך נאך יאהרן פון תפיסה, איז ער געווארן די פירער פון מצרים. ראטעווענדיק מצרים וכל העולם כולו פון הונגער. אזוי אויך זעהן מיר ווי יוסף הצדיק האט מוחל געוועהן זיינע ברודער.
איך וויל דיר שרייבן איין פערזענליכע געפיל, אז דו האסט דיר געפרינדעט אויך מיט אראפאט! פון איין זייט זעהט עס אויס אז דו ביזט א חבר פאר דער רוצח. אבער פון דער אנדערע זייט טוסטו ווייזן מיט דעם אז יעדער האט א מקום ביי דיר. און מיט דעם ווילסטו לערנען די וועלט ACCEPTANCE.
איך וועל בע"ה ארבעטן צו ווערן א בעסערע מענטש און א שטערקערע דורך מיינע challenges. איך וועל אויך ערליכער זאגן פון היינט און ווייטער דעם רבונו של עולם הריני מוחל וכו', אין באמת מוחל זיין מענטשן וואס האבן מיר שלעכט געטוהן.
@ראש הישיבה טייערער, אויב איך מעג פרעגן, זענט איר ביי עני טשענס טינקעל הויטיג? דיין ליבשאפט און עהרע פאר מאנדעלא איז אוט אף די לימיטס. כ'מאך נאר א ווערטל 😂. מכל מלמדי השכלתי.
ניין איך ווייס קוים אז ער איז טונקעל הויטיג. אבער עס האט מיר זייער באנומען ליינענדיג וועגן אים. און איך פיל אז מען דארף עס ארויסברענגען. איך האב אויך וועגן דעם גערעדט מיט מיינע קינדער שבת ביים טיש! איך האב נישט קיין פערזענליכע ליבשאפט צו אים. אבער איך שעץ זייער שטארק וואס דער מענטש סטענדס פאר. הלוואי זאל אונזער קאמיוניטי האבן האלב אזויפיל acceptance ווי אים, אין הלואי זאלן אונז האבן דער כח פון forgiveness.
מסתם האט ער געריקט די האנט מיט אן אמעריקאנע אקצענט און די אפריקאנער האבן אים שווער פארשטאנען. עוד יש לומר אז ער האט בלויז געשטאלפערט, אבער ווייט נישט קיין פעיק.
אבער ס'דא ווער ס'האלט אז וויבאלד ער איז געוועין אן אנטי-ציוני איז ער שוין אויטאמאטיש געוועין אן אוהב ישראל. געוויינליך איז דאס א פעקעדזש דיעל. דער וואס איז אן אנטי ציוני אויז אויכעט אן אנטיסעמיט. מ'דארף נאר א ביסל אויסהערן די אלע שונאי ישראל אונטוער די פארשידענע נעמען וועלכע זיי רופן זיך. ווי למשל : האלאקאוסט פארלייקענערס:קאנספיראסי-טעאריסטן. ניין-עלעווען טרוטהערס. וכל שום וחניכא דאית להו. הצד השוה שבהן איז אז זיי זענען אלע וויסטע שונאי ישראל. נאר ס'איז דא ביי אינז אידן נאאיווע מענטשן וועלכע מיינען אז אויב מ'וועט אריינלייגן אין דעם פארשאלטענעם ניו יארק טיימס אן עד אז אונז ערליכע אידן זענען נישט קיין ציונים, וועט שוין קומען די ישועה. 🙄 😢 😳
טאמאס פרידמאן שר"י מיט די נטורי קרתא (אדער נטרונא וכל שום וחניכא דאית להו) ארבעטן ביידע פאר די ניו יארק טיימ'ס, פרידמאן שטעלט צו אנטיסעמיטישע ארטיקלען און נטורי קרתא שטעלט צו אנטיסעמיטישע עד'ס, הצד השווה שבהן: ביידע זענען שונאי ישראל... איצט נעמט אלע ארויס די שטיינער און הייבט אן צו ווארפען, כ'האב מיר שוין אנגעטוהן א העלמעט פון פארויס, ממילא!!
איך האלט נישט איצט ביים אריינגיין אין סאקמאר'ע רב'ס שיטה! איין זאך איז קלאר די חברה זענען ווייט פארקראכן אפילו פון זיין שיטה, געפארן ביז איראן, וויסטע אנטיסעמיטען!!!!
ר' ראש הישיבה: א דאנק דיר פאר דעים שיינעם דאנק פאעזיע לכבוד פון דעם גרויסן נפטר נעלסאן מאנדעלא ימח שמו וזכרו. ווי ס'זעהט אויס האסטו אדער דיינע קרובים נישט גע-טעיסט פונ'ם נחת זרועו פון דעם גרויסן נפטר. מילא. דאס אז די אידן אין ארץ ישראל (כ'מיין מדינת ישראל) זענען געפאלן קרבנות צו די רציחות פון זיין גוטן פריינט יאסיר אראפאט ימ"ש, מיט וועים ר'האט זיך אזוי הארציג געקושט און פולשטענדיג געשטיצט. זיי זענען דאך נאר געוועין ציונים, נאך אלעמען. 😈 🙄 😈 😢
איך האלט נישט ביים אריין גיין אין מיין דיעה איבער פראו ציונות אדערק אנטי ציונות. אבער איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט פון מיר טייערע @berlbalaguleh איך בין נתפעל געווארן פון צוויי שטארקע פונקטן וואס ער האט 1 נאך אזויפיל מיט מאכענישן האט ער זיך געהויבן צו זיין די פירער פון די לאנד. 2 אז ער האט מוחל געוועהן זיינע פייניגערס. דאס איז א זאך וואס ער האט געטוהן און איך האלט אז מען דארף זיך לערנען פון אים דיע מידות.
בנוגע זיינע עסק מיט אראפאט אין די מדינה, אויב דו ווילסט קענסטו שרייבן וועגן דעם, אבער שמיר מיר נישט אהן מיט זאכן, נאר וועגן די חטא אז איך לויב אים וועגן צוויי נקידות.
סוף כל סוף קבל את האמת ממי שאמרו, האט ער די צוויי גוטע ענינים, לערן זיך אפ פון אים.