☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » מרדכי ואנונו- דער אטאם שפיאן

מרדכי ואנונו- דער אטאם שפיאן

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5359

אפטעמיסט » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2013 12:19 am

· #166422
מרדכי ואנונו- דער אטאם שפיאן
מרדכי ואנונו (וואנאנא) איז געבוירן געווארן צו פרומע אידישע עלטערן אין מאראקא, אין יאר 1954.
זייענדיג אלט ניין יאר האבן זיינע עלטערן עולה געוועהן קיין מדינת ישראל, זיך באזעצט אין די שטאט באר שבע און געשיקט זייער זין מרדכי לערנען אין די מזרח'יסטישע שולע 'בני עקיבא'. נאכן ענדיגן זיין מיליטער דינסט איז ואנונו אריבער ארבעטן אין מדינת ישראל'ס אטאם פעסטונג אין שטאט דימונה. ווען זיינע אויבערהארן האבן זיך דערוויסט פון זיין ראדיקאל- לינקע פאליטישע השקפות האבן זיי אים אפגעזאגט פון זיין אמט. זייענדיג אויפגעברויזט ביז גאר האט ואנונו גערייזט קיין אירופא און זיך געטויפט צו נצרות רח"ל. אין אירופא האט ואנונו זיך באקענט מיט א זשורנאליסט פון די 'סאנדעי טיימס' און דער לעצטער האט איבערצייגט ואנונו אים צו פארקויפן די נוקלוארע סודות פון מדינת ישראל, און בילדער וואס ואנונו האט אומלעגאל געכאפט פון די 'כור' אין דימונה. ואנונו איז איינגעגאנגען דערויף און אין אקטאבער פון יאר 1986 האט די 'סאנדעי טיימס' פארעפענטליכט די סודות וואס ואנונו האט זיי פארקויפט.
מדינת ישראל איז פארשטייט זיך נישט געבליבן שולדיג, און האט געשיקט 'מוסד' אגענטן פארכאפן דעם פארעטער. אין א געוואגטע אקציע, וואס איז פארבליבן א געהיימעניס עד היום הזה, האבן מוסד אגענטן פארכאפט ואנונו אין לאנדאן, אים געפירט קיין רוים און פון דארט אפגעברענגט קיין מדינת ישראל, וואו ער איז אריבער א משפט און פאראורטיילט געווארן צו 18 יאר טורמע.
מרדכי ואנונו האט געטוישט זיין נאמען צו 'דזאן קראסמאן' און וועט פאראייביגט ווערן אין די שווארצע ביכער פון כלל ישראל אלס בוגד און פארעטער וואס האט פאראטן זיין פאלק, פארקויפט זיין נשמה און פארלוירן ביידע וועלטן. שם רשעים ירקב.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2013 12:46 am

· #166429
אפשר דורך אונטער ברענגען מדינת ישראל האט ער מקרב געווען די גאולה, כידוע מספה"ק?

איין רגע, פארוואס דארף אמעריקע באפרייען יונתן פאלארד?

בערל_פרוכטבייסער » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2013 3:49 am

· #166439
קאווע טרינקער
אפשר דורך אונטער ברענגען מדינת ישראל האט ער מקרב געווען די גאולה, כידוע מספה"ק?

איין רגע, פארוואס דארף אמעריקע באפרייען יונתן פאלארד?


די פערד (זיי מיר מוחל למפרע)

קאווע טרינקער » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2013 9:16 am

· #166447
בערל_פרוכטבייסער
קאווע טרינקער
אפשר דורך אונטער ברענגען מדינת ישראל האט ער מקרב געווען די גאולה, כידוע מספה"ק?

איין רגע, פארוואס דארף אמעריקע באפרייען יונתן פאלארד?


די פערד (זיי מיר מוחל למפרע)


זיי זיך בעסער מסביר. די פערד איז פורע פון זיין מחילה? א מענטש אויך.

אפטעמיסט » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2013 6:32 pm

· #166537
מרדכי ואנונו היינט צוטאגס. באמערקט די שתי וערב וואס הענגט אים רח"ל
300px-Mordechai_Vanunu_2009.jpg

לך לך » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2013 9:40 pm

· #166576
וואס איז היינט מיט איהם
ער זיצט נאך?

אפטעמיסט » פרייטאג דעצעמבער 6, 2013 1:59 am

· #166648
ניין. ער איז באפרייט געווארן אין יאר 2004 נאכן שמאכטען 18 יאר אין טורמע. זינט דאן, איז ער עטליכע מאל נאכאמאל ארעסטירט געווארן צוליב קליינע פארלעצוגען און באפרייט געווארן א קורצע צייט דערויף. ואנונו איז פארבאטן צו פארלאזן מדינת ישראל און וואוינט היינט אין יפו- תל אביב.

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 6, 2013 12:05 pm

· #166703
לך לך
וואס איז היינט מיט איהם
ער זיצט נאך?

אויפן בילד הנ"ל זיצט ער.........
און נישט פארגעסן, אסור להסתכל בפני רשע.
פארוואס האט ער נאך א אידישן נאמען? זאל ער זיך טוישן צו איוואן.

אפטעמיסט » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 6:37 pm

· #166747
ער האט יא געטוישט זיין נאמען:
מרדכי ואנונו האט געטוישט זיין נאמען צו 'דזאן קראסמאן' און וועט פאראייביגט ווערן אין די שווארצע ביכער פון כלל ישראל אלס בוגד און פארעטער וואס האט פאראטן זיין פאלק, פארקויפט זיין נשמה און פארלוירן ביידע וועלטן. שם רשעים ירקב.

אפטעמיסט » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 6:56 pm

· #299211
ערשטע אינטערוויו אין עברית מיט מרדכי ואנונו אין 30 יאר!
די פולע ווידיאו וועט פארעפענטליכט ווערן סוף וואך אויף ערוץ 2.
ואנונו איז פארבאטן צו רעדן מיט סיי וועלכע מידיא נעץ אין דער וועלט און דאס איז די ערשטע מאל וואס די צענזור האט אים ערלויבט צו געבן אן אינטערוויוא.
<a class="postlink" href="http://mobile.mako.co.il/news-military/security-q3_2015/Article-455d6e809ee8f41004.htm">http://mobile.mako.co.il/news-military/ ... f41004.htm</a>

אדונינו » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 7:25 pm

· #299223
מהרסיך ומחריביך ממך יצאו...

mevakesh » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 7:30 pm

· #299225
Re: מרדכי ואנונו- דער אטאם שפיאן
משנאי השם אשנא