☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אייוועלט קאמענטארן » היסטאריע פון קאווע שטיבל און איר מחלוקה מיט אייוועלט

היסטאריע פון קאווע שטיבל און איר מחלוקה מיט אייוועלט

47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5354

אפטעמיסט » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 2:16 am

· #166215
היסטאריע פון קאווע שטיבל און איר מחלוקה מיט אייוועלט
סאיז שוין היינט א קנאפע סוד אז קאווע שטיבל איז א רעוואלוציע. אונזער באליבטער שטיבל איז נישט בלויז 'נאך' א פארום פאר די אידיש רעדענדע פאבליק, נאר א שטייפע קול און סדר היום מאכער וואס ברעכט נייעס'ן, אנדעקט סקאנדאלן, קעמפט פאר יוסטיץ און טוישט די דעת הציבור.
פאר טויזענטע איז קאווע שטיבל א מלאך המושיע. יא, אין גאר ווייניג היימישע שטיבלעך הערשט אזא גלייכקייט און פרייהייט פון שפראך וואו אלע זענען גלייך בארעכטיגט און זענען ערלויבט צו שרייבן זייערע מיינונגען און השקפות. גאר ווינציג היימישע קרעטשמעס טאלארירן א יעדעם'ס חוות דעת. אנדערש איז אבער קאווע שטיבל, וואס ערלויבט כל אשר בנאדם יכונה, צו שרייבן את אשר בלבבו און מאכט נישט קיין חילוק צווישען אלטע און אינגע, פרומע און ליבעראלע, רייכע און ארימע.
דאס איז איין זייט פון די מטבע.
פון דער אנדערער זייט, האלטן אסאך אז קאווע שטיבל ברענגט אינטער אידישקייט, און צו דעם וויל איך צוקומען.
הונדערטע אויב נישט טויזענטע רייסן אראפ אונזער בית מקוה מעט און שעלטן דעם טאג וואס סאיז אויפגעשטעלט געווארן. זיי האלטן אז אינטער יעדע ניק ליגט א רעפארם ראביי און אויפגעקלערטע משכיל. זיי באשילדיגען אונז מיט כפירה בה' ותורתו און שווערן זיך אז מיר זענען עתיד ליתן את הדין, פון אט די חברה רעד איך: אחינו העומדים על המושמר ב'אייוועלט'.
מיר אלע ווייסען אז סאיז דא פירוד לבבות, אבער אסאך, ובתוכם אני הקטן וואס איז רעלעטיוו ניי דא אין שטיבל, ווייסען נישט די היסטאריע פון קאווע שטיבל און איר מחלוקה מיט אייוועלט, ווען און וויאזוי קאווע שטיבל איז געגרינדעד געווארן און פארוואס גענוי מען האט זיך אפגעריסען פון די צד שכנגד. אויסער די נייגער וואס ברענט אין מיר, האלט איך אז איך קען נישט זיין קיין אמת'ע חלק פון קאווע שטיבל ווילאנג איך האב נישט פינקטלעך ארויס די פרשה. איז ווענד איך מיך צו די יודעי דבר וואס האבן מיט געהאלטן פון די נאנט דעם גרינדונג פון אונזער שטיבל און זענען באקאנט מיט די איינצעלהייטן פון די פאליטיק, שיועלו נא בטובתם להבאיר את הענין.

חנניה זרח שטיגליץ » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 2:59 am

· #166216
א גוטן אפטעמיסט. זייענדיג דא גאנץ אנהויב פון די גרינדונג פונעם שטיבל, וויל איך דיר צוגעבן מיינע איין און א האלב צענט מיט א בלויז'ן קארעקשען. ווען דו שרייבסט פון די וואס האלטן אז אונזער בית מקוה מעט ברענגט אונטער אידישקייט אז דאס זענען אחינו פון אייוועלט, דאס איז א גרויסער טעות. ווייל וויסן זאלט איר אז גאר אסאך וואס זענען געווען אומצופרידען פון אייוועלט'ס איבער די גרעניץ צענזור און דאס נישט צולאזן אביסעלע לויזערע קאזועלע דיסקוסיעס ווי אויך דאס פארבאטען פון צו לייגן ווידיא קליפס פון יו טוב וכדומה זענען געקומען צו לויפן דא אהער וואו זיי האבן מתחילה געמיינט אז מ'וועט טרעפן את שאהבה נפשם, א ערליכן מקום אבער מיט א פלעיוואר און אביסעלע אינטערטעינמעט מנוחה.

דאס האט טאקע אנגעהאלטן א שטיקל צייט, ביז ביז דאס שטריקל האט אביסעל איבערגעצויגן, וירא מנוחה כי טוב, און אומגעוואונטשענע עלעמענטן האבן אראפגעצויגן דעם מקוה מעט צו נידעריגערע דרגות, גאר גאר ווייט פון וויפיל אפילו פאר א אייוועלט שונא האט אויסגעפעלט. דאס האט צוגעברענגט אז אסאך גוטע שרייבער'ס פון דא האבן זיך געמוזט אפציען, און געבליבן קרח מכאן ומכאן, אייוועלט צו מצומצם, ק"ש צו נידעריג.

איז ווען דו רעדסט פון אט די חברה, רעדט איר לאו דוקא פון אונזערע ברודער אין אייוועלט, רעדסט פון מענטשן וואס האבן קיין מקום.

דאס איז נישט א קומפלעינט, בלויז די פאקטן אזוי ווי איר האט געבעטן.

שווארץ אויף ווייס » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 9:03 am

· #166218
וואס ווען ווי גלייךבארעכטיקייט ? איך שוין אפאר מאל געשריבען אין אפאר מיניט שפעטער איז נישט געווען צי באקומען

חנניה זרח שטיגליץ » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 9:37 am

· #166226
[ציטאט אראפגענומען]

דארף מען מברר זיין וואס עהרליכקייט מיינט, רוב האלטן נישט אז עהרליכקייט נעמט מען פון דא. פרעזידענט בוש האלט אויך אז ער איז עהרליכער!

יאכנע » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 9:56 am

· #166238
[ציטאט אראפגענומען]

איי עם סא סארי, שוין ס'איז שוין קלין, בארוהיג דעך אנאנים ליבער, בארהאהיג דעך, פליז,
כלל ישראל איז געזיצען ביי ליכטעלעך און אלעס איז מכופר געווארען, קאווע שטיבעל איז שוין אזוי רוהיג די לעצטע טעג אז ס'זעט שוין אויס אטא אטא אט ווי די געווינטשענע אלטערס היים גייט צוריק אריין אין נארמיילער סדר, רוהיג געלאסען, שששששששששששש

מ גפני » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 10:25 am

· #166247
שווארץ אויף ווייס
וואס ווען ווי גלייךבארעכטיקייט ? איך שוין אפאר מאל געשריבען אין אפאר מיניט שפעטער איז נישט געווען צי באקומען

פון די 14 הודעות וואס די האסט געשריבן האט מען געמוזט אראפנעמען אפאר פון זיי? דאן עפעס טויג נישט מיט דיר

שטילע אינגערמאן » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 10:55 am

· #166253
שווארץ אויף ווייס
וואס ווען ווי גלייךבארעכטיקייט ? איך שוין אפאר מאל געשריבען אין אפאר מיניט שפעטער איז נישט געווען צי באקומען

א חידוש די האסט שוין צוויי לייקס מקען דיך נישט פארשטיין א ווארט. אפשר הייב אן שרייבען ענגליש אבער סזאל זיין "שווארץ אויף ווייס"

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 11:45 am

· #166261
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים שליט"א: איך האב דיר געגעיבן א "לייק"" ווייל כ'בין מאסקעם (מסכים) מייט דיין שיטה, אבער נאר טיילווייז מיט דיין רשימה. אז מ'רעדט שוין איז כדאי אנצומערקן אז הרב שטיגליץ שליט"א מאכט א שטיקל טעות. קיין איין ניק וואס איך האב באגעגנט דא אין קאווע שטיבל לאויונ"ש האט נישט געשריבן א תגובה אדער הודעה וועלכע אנטהאלט דברי כפירה. פארקערט. די עקסטרעמיסטן ( א טייל וועלכע ראה"ק האט דא אויסגערעכנט.) זיי זענען די וועלכע האבן נישט קיין טאלעראנץ פאר א צווייטנ'ס מיינונג און פארשרייען מיט זלזולים און פערזענליכע אטאקעס א יעדן וועלכער האט אפשר א ביסל אן אנדערע מיינונוג ווי זיי. די איינציגע זאך וואס זיי טוען אויף איז צו הייבן מיין בלוט פרעשור. דער קאווע שטיבל פירט זיך ב"ה על מי מנוחות, און על דרך התורה המסורה לנו מסיני. 🙄 😳

חנניה זרח שטיגליץ » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 11:57 am

· #166264
berlbalaguleh

אנאנים שליט"א: איך האב דיר געגעיבן א "לייק"" ווייל כ'בין מאסקעם (מסכים) מייט דיין שיטה, אבער נאר טיילווייז מיט דיין רשימה. אז מ'רעדט שוין איז כדאי אנצומערקן אז הרב שטיגליץ שליט"א מאכט א שטיקל טעות. קיין איין ניק וואס איך האב באגעגנט דא אין קאווע שטיבל לאויונ"ש האט נישט געשריבן א תגובה אדער הודעה וועלכע אנטהאלט דברי כפירה. פארקערט.🙄 😳

בערל שליט"א אפשר ווייזטו מיר אן וואו איך האב דאס געשריבן? ס'איז אינטערעסאנט וויאזוי יעדער זעט אנדערע ווערטער אין א צווייטענס תגובה זאכן וואס איז קיינמאל נישט געשריבן געווארן. איך האב סך הכל געזאגט אז ס'זענען געקומען קיין קאווע שטיבל פון אייוועלט גוטע שרייבער וואס זענען נישט צופרידן געווען דארט, צום סוף זענען זיי פון דא אויך אוועקגעגאנגען, ווייל אפילו פאר זיי איז שוין ק"ש אבער געווען צו ווייט צום אנדערע זייט.

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 2:23 pm

· #166315
לכב' הרב חנניה זרח שטיגליץ שליט"א: ס'הייסט אז ווען דו זאגסט אז קאווע שטיבל איז געזונקען צו נידריג, וואס איז שוין אביסל צו פיהל אפילו פאר אן אייוועלט שונא, זאגסטו נאר נאך וואס אנדערע עקסטרעמיסטן האלטן, און נישט דיין אייגענעם חוות דעת. איך האב אנדערש געלערנט פשט אין דיינע ווערטער.

אפטעמיסט » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 3:16 pm

· #166330
איך טרעף דאס היינט אין ביהמ"ד. אוי! די צומצום איז גרויס, די מח איז קליין.
CAM00164.jpg

מצב הדור » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 5:09 pm

· #166378
[ציטאט אראפגענומען]

מאך א סטאפ אין ראדני

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 5:13 pm

· #166380
מצב הדור
[ציטאט אראפגענומען]

מאך א סטאפ אין ראדני

און פארוואס זאללן נישט די ליינערס און שרייבערס פון קאווע שטיבל (די אפיקורסים אליין) וועלכע זענען בדרך רחוקה אויכעט א הנאה האבן?! 🙄 😳

בערל_פרוכטבייסער » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2013 3:53 am

· #166440
די מחלוקת צווישען איי וועלט און קאווע שטיבל זאל נאר נישט ברענגען צו קיין רייס צוויישן משפחות

קאווע טרינקער » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2013 9:19 am

· #166448
ייש"כ פאר די גוטע נייעס, אז קאווע שטיבל וועט זיך האלטן אויף אייביג, אן הבטחה פון חז"ל אז מינות איז מושך.

#והבדלנו מן התועים

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2013 11:54 am

· #166458
קאווע טרינקער
ייש"כ פאר די גוטע נייעס, אז קאווע שטיבל וועט זיך האלטן אויף אייביג, אן הבטחה פון חז"ל אז מינות איז מושך.

#והבדלנו מן התועים

אינטרעסאנט: איך האב געמיינט אז דו ביסט אויף די זייט פון די "אפיקורסים". 😂 🙄

זר זהב » פרייטאג מערץ 28, 2014 1:17 pm

· #193256
צוויי יאר צו שפעט...
צוויי יאר צוריק, דא אין ק"ש

זר זהב
שלו' עליכם.
מיין פראבלעם מיט איי-וועלט: אויף איי וועלט הערשט א "האליער-דען-דאו" מענטעליטי, יעדער טרייעט צו ווייזן אז ער איז מער הייליג פונעם נעקסטן. און אסאך אירע לעבן דארט פון בלויז כאפן יענעם ביי א טעות, מאנכע דארט קענען קוים וארטן אז איינער זאל שוין בטעות שרייבן עפעס וואס איז מעגליך נישט די איידעלסטע און ארויפשפרינגען אויף יענעם מיט פסקים און חרמות און אין דער זעלבער צייט קענען ווייזן ווי הייליג/ערליך ער איז.


היינט, דארט אין אייוועלט, ווארט ביי ווארט... זעלבע ווערטער

געלעגער
איך בין נייגעריג צו נאך האבן דאס באמערקט אדער איך בין דער איינציגסטער וואס ס'קרענקט לעצטענס די נייע מנהג דא פון שרייען קדוש און ווייזן ווי ערליך מ'איז אין יעדע אשכול?

איך שפיר לעצטענס ווי ס'איז געווארן א ווינט דא איבערצושטייגן דעם צווייטן און ווייזן פאר יעדן ווי ערליך, הייליג, און אפגעהיטן מ'איז. אין יעדע צווייטע אשכול קלאפט מען זיך אן אין געוויסע וואס וועלן זיכער מאכן צו נעמען דעם אשכול און פארדרייען ביז עס פארגייט די אפעטיט פון שרייבן דארט.

גיבור » פרייטאג מערץ 28, 2014 1:19 pm

· #193258
צוויי יאר צוריק!

לאליפאפ » מוצ"ש מערץ 29, 2014 5:40 pm

· #193317
העללללללאאאאאא!! העלפט העלפט איך פאל אראפ פון בענקל, א קאלטע שווייס באנעמט מיר, זעה איך גוט?

צוויי יאר צו שפעט...
הודעה דורך זר זהב » פרייטאג מערץ 28, 2014 3:17 pm

למדן » זונטאג מערץ 30, 2014 2:05 am

· #193374
שלום אליכם,
שטייעך און קוק אויב איינער האט נאר מגיב געווען אויז זר'ס תגובה אדער זר האלט שוין טאקע ביים דריטן ניק האלדער...

שעפטל » זונטאג מערץ 30, 2014 7:54 pm

· #193625
וואאאאאאאס???? הילד איננו און דאס קינד איז דא???!!! @זר זהב האט נאך זיין פעסווארד און האלט זיך פשוט איין פון שרייבן???

(סארי פארן אוועקפירן דעם אשכול פונעם טעמע, אבער איך בין אין א קאוד וואן שאק!)

אשריך @אפטעמיסט ואשרי ילדתך אז דו האסט דאס באוויזן!

נולד מאוחר » זונטאג מערץ 30, 2014 8:07 pm

· #193631
מיין שוואגערס ברודער לערענט און כולל מיט זר'ס נעפויא. זאגט ער מיר אז זר איז געקימען צי די דאפלטע קידוש .
די 5000 לייקס פון געפילטע און קאווע טרינקער.

אפטעמיסט » זונטאג מערץ 30, 2014 8:09 pm

· #193632
@שעפטל ביסט בערך צוויי וואכן שפעט. @זר זהב איז שוין אויפגעשטאנען תחית המתים ערב פורים, און דער עולם האט דאן געפייערט און געבענטשט גומל.
ווי עס שיינט וועט נאך נעמען א שטיקל תקופה ביז ער וועט פולקאם צוריק קומען צו זיינע כוחות, נאכ'ן נישט האבן זיין סם החיים פאר אזא לאנגע צייט.

שעפטל » זונטאג מערץ 30, 2014 8:13 pm

· #193634
פאלט דיר נישט ביי אז כ'האב פשוט נישט געקענט שרייבן אין אן אשכול ווי זר האט אריינגעווארפן עפעס? קוים קוים וואס מיינע קנעפלעך דריקן זיך יעצט

לאליפאפ » זונטאג מערץ 30, 2014 9:55 pm

· #193658
איך בין אויך פול מיט געמישטע געפילן! איך בין נייגעריג וויאזוי זר'ס אישי אינבאקס קוקט יעצט אויס...

רויטע וואנצעס » זונטאג מערץ 30, 2014 9:57 pm

· #193659
זר'ס אינבאקס זעהט אויס בערך ווי מיין בעיסמענט יעצט פאר פסח.

לאליפאפ » זונטאג מערץ 30, 2014 10:08 pm

· #193663
יעצט ווייס איך נישט צוויי זאכן 🙄

רויטע וואנצעס » זונטאג מערץ 30, 2014 10:11 pm

· #193664
.
Basement-2-Overall-Mess.jpg

לאליפאפ » זונטאג מערץ 30, 2014 10:13 pm

· #193665
דעיס איז די אינבאקס אדער די בעיסמענט? 😂 😂 😂

כוכב » פרייטאג יוני 20, 2014 7:17 am

· #207081
--- אפגעטיילט פון אן אנדערן אשכול ---

טטאניק ביזט קלאר נישט גערעכט, קיינער האט נישטא מיט סאטמאר גארנישט און קענסט שרייבן וואס דו ווילסט לא על התוכן אנו דנים, ביזט פשוט נישט געווען אויפן ריכטיגן מקום.
האסט געפירט אן אידעאלאגיסטישע געפעכט אין אן אשכול אינערהאלב אידישע אין וועלטליכע נייעס, עד שבא מאטי און געעפנט אן אשכול פאר בלויז נייעס.
פארגעס נישט, יעדע זאך האט זיין פלאץ, ואיזה חכם המכיר את מקומו.

טיטאניק » פרייטאג יוני 20, 2014 7:33 am

· #207082
ופשוט הוא
ווען א מענטש מאכט צואה ברבים איז ער משוגע
אבער ווען בהמות מאכען צואה סרוחה ברבים איז דאס בארעכטיגט און העכסט נארמאל
דערפאר טאקע גיי איך ווייל א מענשט עקעלט זיך פון גרף של רעי
ווען די דין ודברים וואלט אנגעגאנגען צווישען מענשטען און מענטשען איז פשוט אז די גאנצע התנהגות איז כולו מופרך ווען די וועסט ליינען די תגובות ווער עס האט געשמירט מיט צואה די גאנצע צייט, אפגערעדט פון די טיטיל פון די אשעול זיך נעמען צי איינעם פרעזענדליך אזוי סענדער דער דייטש סטייל אן קיין שים פראפארציע
אבער היות איך בין נישט קיין בהמה האב איך נישט די סאטמאערע לייסענעס צי קאקען ברבים
דעריבער לאזט מען קאווע שטיבעל א מקום טינופת בלויז פאר סאטמורים און חבריהם הדומה להם די נטורי חארטא
און מענשטען זאל לאזען קאווע שטיבעל טיטאניקלאז
ואיזה שמח הפרה שמכירה את מקומה בקאקע שטיבל

טיטאניק » פרייטאג יוני 20, 2014 7:39 am

· #207086
כוכב
טטאניק ביזט קלאר נישט גערעכט, קיינער האט נישטא מיט סאטמאר גארנישט און קענסט שרייבן וואס דו ווילסט לא על התוכן אנו דנים, ביזט פשוט נישט געווען אויפן ריכטיגן מקום.
האסט געפירט אן אידעאלאגיסטישע געפעכט אין אן אשכול אינערהאלב אידישע אין וועלטליכע נייעס, עד שבא מאטי און געעפנט אן אשכול פאר בלויז נייעס.
פארגעס נישט, יעדע זאך האט זיין פלאץ, ואיזה חכם המכיר את מקומו.

טיטאניק » פרייטאג יוני 20, 2014 7:45 am

· #207089
סענדער דער דייטש אויפגעשטאנען תחיית המתים
כוכב
טטאניק ביזט קלאר נישט גערעכט, קיינער האט נישטא מיט סאטמאר גארנישט און קענסט שרייבן וואס דו ווילסט לא על התוכן אנו דנים, ביזט פשוט נישט געווען אויפן ריכטיגן מקום.
האסט געפירט אן אידעאלאגיסטישע געפעכט אין אן אשכול אינערהאלב אידישע אין וועלטליכע נייעס, עד שבא מאטי און געעפנט אן אשכול פאר בלויז נייעס.
פארגעס נישט, יעדע זאך האט זיין פלאץ, ואיזה חכם המכיר את מקומו.

אלעס בארעכטיגט

כוכב » פרייטאג יוני 20, 2014 7:50 am

· #207091
נאכמאל ווילסט סטראשען און שעלטן צלאכא בראכע גיי געזונטערהייט, ה' יצליח דרכך, גוד לאק מיט דיינ נייע ניק, זיי ברוגז אויף די גאנצע וועלט, קיינער האט דיר נישט קיין שלעכטס געטון, כאפסט נישט מאטיס וויץ איז עס דיין פראבלעם, פאר געזונטערהייט, קראך נישט און קיין אייזבערג, ענד מעי גאד בלעס די יונייטיד סטעיטס אוו אמעריקא.
מעט דיך איבערלעבן, שלאף רואיג.

פלעין יודיש » פרייטאג יוני 20, 2014 9:33 am

· #207113
טיטאניק
דיין חתימה דארפסטו טוישען
ליידער איז עס שוין די צווייטע דורכפאל.......
no more again???

רויטע וואנצעס » פרייטאג יוני 20, 2014 2:35 pm

· #207209
Wow what the hell happened

יואב » פרייטאג יוני 20, 2014 3:12 pm

· #207222
טיטאניק, דו פארזעסט די נקודה.
ווייניג ניקס צעקראצן זיך "וואס" דו שרייבסט; רוב ניקס אבער באדערט "פארוואס" דו שרייבסט.

אויף קאווע שטיבל איז יעדער איינער וואס ווייסט נאר וועלכע פרוכט מ'נוצט פאר די ד׳ מינים בארעכטיגט צו שרייבן. מ׳האמער דא אין פאקט אזאנע ניקס ווי נטורי קרתא עסקן, און אונטער דעם זעלבן דאך בנימין נתניהו. רעכטע לינקע; מאמינים און וואטעווער.

וועמען עס געפעלט נישט די יסודות השטיבל, וואס גיבט צו אלצדינג ברייטע טאלאראנץ, איז מכובד אראפצובייסן דעם פיטום פון דער אויבנדערמאנטער פרוכט, און עפענען זיין אייגענעם בלאג אדער האט-ליין. אלתר משה גאלדבערגער קען קיינער אפהאלטן פון לייגן שיעורים, און ווער ס'האט אים פיינט, הערט אים אבער אויס, און רעגט זיך, איז א משוגענער.

לעניננו, מיך באדערט נישט דיין פערזענליכע קאמף מיט דעם סאטמאר רבי'ן, ר' משה בער בעק, אראבערס, וכדו'.

מיך באדערט ארויף צו קומען רילעקסן אויף קאווע שטיבל, און ממש אין יעדן אשכול וואו איך קען נאר אריינטרעטן, טרעפן אנגעשמירט גראפיטי דיינע. ענדלאזע תגובות אין אלע פאנטן און אין יעדן סייז. לעסטערונגען און קללות, שפאטישע און ראסיסטישע פראזן און חוזק ווערטער אויף יחידים, קהילות פעלקער ועוד. נישט איין תגובה, נישט אין איין אשכול, נישט איבער איין מענטש, און נישט איבער איין נושא.

כ'פארשטיי דו מיינסט נישט שלעכטס, ס'באדערט דיך נאר אידישקייט. נו, לאוב, גאלדבערגער, צימערמאן, קלאר וכדו' ציפט אויך אידישקייט, און זיי גיבן זיך אלע אן עצה צו לאזן הערן בבחינת ותגיד לבני ישראל את קול ה' חוצב להבות אש, דורך פריוואטע מעסידשינג מיטלען.

דיין ווילדע און העצערישע שרייבעריי גייט דעם עולם אויף די געהירן. דו ווייסט דאס, מ'האט דיר דאס שוין קלאר געשטעלט מער ווי איינמאל. דו לאכסטעך אויס, און דו נוצט אויס די עדווענטידשעס און ברייטע טאלעראנץ קאווע שטיבל פארמאגט, מילא קען דיך קיינער נישט אפהאלטן. דו ווייסט אז אין אייוועלט וואלט מען דאס נישט צוגעלאזט.

מאטי האט געקענט עפענען אן אשכול, אויך נאר צוליב די ברייטע רעכטן קאווע שטיבל טיילט צו פאר יעדן יחיד. אויב האלסטו ער האט עביוזט די רעכטן, פארשטיי אז דו האסט אויך.

איך האב גארנישט קעגן דיר פערזענליך, איך האב הנאה פון דיין אנוועזנהייט דא אין שטיבל. די לעצטע עטליכע וואכן אבער, נעמסטו, ניין דיין קנאת השם, מיך צו די רואיגקייט.
איך ליין נישט צימעס, און דארט איז געמאכט פאר מענטשן וואס ווילן טאקע יא ליינען. ברענג דאס נישט אריין אין יעדן איינציגסטן אשכול.

מיט פארשטענדעניש.

עפל סיידער » זונטאג יוני 22, 2014 8:58 am

· #207363
@אנאנים
וויפיל קריגסטו פינעם טיטאניק א שעה?

סאשי פיש » דאנערשטאג אקטאבער 2, 2014 8:50 am

· #227037
געלעגער האט געשריבן:
איך בין נייגעריג צו נאך האבן דאס באמערקט אדער איך בין דער איינציגסטער וואס ס'קרענקט לעצטענס די נייע מנהג דא פון שרייען קדוש און ווייזן ווי ערליך מ'איז אין יעדע אשכול?

איך שפיר לעצטענס ווי ס'איז געווארן א ווינט דא איבערצושטייגן דעם צווייטן און ווייזן פאר יעדן ווי ערליך, הייליג, און אפגעהיטן מ'איז. אין יעדע צווייטע אשכול קלאפט מען זיך אן אין געוויסע וואס וועלן זיכער מאכן צו נעמען דעם אשכול און פארדרייען ביז עס פארגייט די אפעטיט פון שרייבן דארט.

זיי זענען שוין מוחה אויף יעדע שטות. אויף א פשוטע סידי גיסט זיך קריטיק, ווילאנג איינער שרייבט אזוי..
image.jpg

כוכב » דאנערשטאג אקטאבער 2, 2014 9:08 am

· #227043
אתא, נטורא קרתא איז א לעגיטימע - - קיציונישע - - אנשויאונג, וואס האט אלע רעכטן פארגעשטעלט צו ווערן אין שטיבל אויב ווערט עס געטון בכבוד הבריות. ווידעראום די קללות און וואלגארישע אויסברוכן פון אתא און טיטאניק קומען נישט נאך די קאווע שטיבל סטאנדארטן און זיי גאר וואלטן געדארפט פארשריגן ווערן.

איך אויך » דאנערשטאג אקטאבער 2, 2014 9:37 am

· #227044
כוכב, היטלערס מיין קאמף איז א לעגיטימע כאטשיק קיצונית'דיגע דעה און זיינע קריטיקירער דארפן גאר פארשריגן ווערן.

אחד העם » דאנערשטאג אקטאבער 2, 2014 9:43 am

· #227045
איך אויך
כוכב, היטלערס מיין קאמף איז א לעגיטימע כאטשיק קיצונית'דיגע דעה און זיינע קריטיקירער דארפן גאר פארשריגן ווערן.

קען זיין, אבער וואס האט בוידעם מיט קלאץ?

איך אויך » דאנערשטאג אקטאבער 2, 2014 11:01 am

· #227064
דאס וואס אחד האט מיט העם.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 3:50 pm

· #228062
טאמער א איד וואס קען שרייבען אידיש און ווייסט וועלכער פרוכט נעמט מען פאר ד' מינים האלט אז נטורי קרתא איז גערעכט, איז ער א חלק פון די געזעלשאפט. פארפאלען. יא, מיר האבען אחריות פאר איהם און ער איז מחונך פון אונזערע מלמדים און אונזערע באוועגונג. אוודאי קען מען איהם האלטען פאר נישט גערעכט, אבער פארשווייגען ווייל ער 'שטינקט' מאכט איהם נישט פאר אויס-עקזיסטירט. מיר דארפען זיך פארען מיט אזעלכע מענטשען אין אונזערע שטיבלאך, משפחה און ארום און ארום, ווייל אזוי איז דער מציאות.
טאמער מ'וויל מסביר זיין זייערע טעות קלאר און דייטליך, אדרבא, פאר דעם האט מען אזא רו'איגע שטיבעל ווי ק"ש. טאמער זיי קומען אריינרעדען אין א שמועס ווי זייערע גלויבונגען באלאנגט נישט, איז דער גבאי אחראי אויף דעם. און טאמער מ'האט נישט קיין עמטליכע טענות אויף זיי, און מ'רעגט זיך נאר ווייל מ'האט פאר צופאל אויך א שוואגער וואס קומט יו"ט צום סוכה און ער איז אויך אן עקסטרעמיסט, אבער מ'קען איהם נישט פארשווייגען ווייל דער מאמע וויל נישט זען קיין משפחה מחלוקת ביים חוה"מ סעודה, און ממילא זאגט מען דער טאכטער אויף ק"ש און מ'מיינט שער שנור, איז מען פונקט אזוי גילט"י ווי דער נטו"ק עסקן ודעימיה וואס קומען חזר'ן אהן ביי יענעם ווייל די אייגענע ביה"כ איז שוין פארשטאפט.

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 5:13 pm

· #228089
ר' ליטוואק פון בודאפעסט: ייש"כ פאר דיין הויעך-פילאזאפישן מאמר, מיט וואס דו האסט אונז מזכה געווען. לויט ווי איך, א פשוט'ער בעל עגלה נעם ארויס פון דיינע געשליפענע דיבורים, אז ס'דא א חיוב מוחה צו זיין, אפילו אין א משפחה, אויב ס'איז דא א צודרייטער עקסטרעמיסט, וועלכער קומט אנשמירן זיינע בויך-וויי פראדוקטן ביי נארמאלע מענטשן.
אבער, אזוי ווי איך האב שוין כמה פעמים געזאגט, ספעציפיש לגבי די פאררוקטע, שטינקעדיגע צודרייטע רשעים וועלכע רופן זיך "נטורי קרתא", אז ווען זיי גייען צו חאמאס, אדער אפילו צו איראן און קושן די קליינע און גרויסע אראבישע שקצים, שטערט דאס מיר זייער ווייניג. ס'טרייבט מיר בכלל נישט ארויף דעם בלוט-פרעשור. ווייל איך קוק זיי אן ווי מאנקיס און קלאונס. אבער ווען זיי פארן צו די פארשאלטענע דייטשע גויים, די נאציס, וועלכע האבן נאר איבערגעפארבט דעם נאצישן פאן ווייל אמעריקע שטייט זיי אויפ'ן קאפ. ווען זיי גייען דארט, און באקלאגן זיך אויף די ציונים, בשעת די קרעמאטאריום'ס און די גאז אויוונס רייכערן נאך. בשעת די האלאקאוסט איבערלעבער זענען נאך בחיים, דאס טרייבט מיר געפערליך שטארק ארויף מיין בלוט-דרוק. און ס'קומט מיר אויפ'ן געדאנק דער פסוק וואס בלעם הרשע האט געזאגט צו זיין אייזל, בשעת דער מלאך האט איהם פארשטעלט. און ס'איז נישט דא קיין איינער וואס זאלל זיי סטאפן. וואו איז דער "מוסד" וואו איז די ש.ב.?...וואו איז סתם אן עמך איד, א גבר בגוברין וואס זאלל צו גיין צו זיי און דערלאנגען אחת ושתיים, למען ישמעו ויראו...

p.s.: This was just a typical rant. I had to get a few things off my chest... 😠 🙄

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 5:49 pm

· #228099
איך האב נישט קיין אנונג ווי דו האסט מדייק געווען אין מיין הויך-געשעצטע רייד וואס דו האסט גענומען. איך האב נאר געזאגט אז ליי"ק אי"ט או"ר נא"ט, זענען די חברה עצם מעצמינו, א תוצאה פון אונזערע חינוך, נאר אביסל ווייטער געטראטען. און ממילא באלאנגען זיי אין ק"ש פונקט ווי יעדער.
וואס איז געשען אין דייטשלאנד, און פארוואס מאכט עס א חילוק צו אונז אין אמעריקא אדער א"י?
און אגב אורחא, מיינסט טאקע אז דערלאנגען אחת או שתים וועט עפעס טוישען? מ'רעדט דען פון מענטשען וואס האבען אייגענע אינטערעסע'ס דא? כ'ווייס אז משה הירש האט באקומען געלט פונ'ם אראבער, אבער פלי"ז, די חברה טו'ען עס פאר די זעלבע סבה וואס א בחור איז מחליט איין טאג אז ער לערנט מורה נבוכים און זינגט קארליבך א גאנצע טאג. זיי זענען עפ"י רוב אומצופרידען אין זייער ארום און ארום, און מיט זיין אנדעריש פון אלע אנדערע פילען זיי א באקוועמליכע פלאץ אין דער וועלט. זיי ראנגעלען שוין נשיט אויף דער זעלבע שטיקל ברויט ווי אלע אנדערע. איך מיין אז ר' משה בער זעלבסט איז אנדעריש. ער מיינט עס נעבעך ערנסט, אבער די אלע אנדערע זענען סתם דארט פאר טעראפ"י און איך גלייב נישט אז א פאטש וועט זיי שטערען.

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 7:47 pm

· #228119
ר' ליטוואק פון בודאפעסט: לשאלתך. וואו דו זאגסט אז מ'דארף מוחה זיין אקעיגן זיי ודכוותייהו? אין די לעצטע דריי שורות פון דיין מאמר..
לגבי, "וואס איז געווען/געשען אין דייטשלאנד"?! דיין כונה איז , אין די 1930'ס אדער לעצטנס. ס'קען זיין אז דו ביסט געוועהן אויף אן אנדער פלאנעט. לא אמרנו. אויב מיינסטו אין די לעצטע צוויי יאר? דאן איז די ענטפער. אז די שמוציגע, שטינקעדיגע קלאונס, מאנקיס און רשעים און כעלעמער זענען געפארן צו דייטשלאנד און זיך געטראפן מיט אנגעשטעלטע פונ'ם דייטשן אויסערן מיניסטעריום, וואו זיי האבן אויכעט געהאט א פרעס קאנפערענץ, אין וועלכן זיי האבן זיך באקלאגט אויף די ציונים און געבעיטן הילף פון די דייטשן, ימ"ש אז די ציונים זאללן סטאפן רודפ'ן און אונטערדריקן די נעבעכ'דיגע, אומשולדיגע אראבערס אין פאלעטינע. ווייל דאס איז אויך קעיגן די "טארא"...ווי דער דייטשער הונט האט עס ארויסגעזאגט...!