☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וואס גייט זיין?? און וואס איז געווען?? היינט אין היסטערי!

וואס גייט זיין?? און וואס איז געווען?? היינט אין היסטערי!

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5350

טיטאניק » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 3:40 pm

· #166123
וואס גייט זיין?? און וואס איז געווען?? היינט אין היסטערי!
אסאך אירע וועקען זיך אויף איין טאג צו שפעט,
אוי, האסט געהערט? נעכטען איז געווען דער יארטאג פון דער און דער. א וואך צוריק איז געווען זיין יארצייט! און אזוי ווייטער
און בשעת ווען מען הערט דאס קראצט מען זיך אין קעפעלע מיט א שטארקע לחץ אויף די נעגל, היתכן אזאן מין בטלן צו זיין? ווי איז מיין קאפ? ווי איז מיין זייגער?
דערפאר אידען טייערע, זאל יעדער אנהייבען פאוסטען היסטארשיע געשענישען "איידער" עס פאסירט, "איידער די טאג קומט אן"
אזוי אז די בטלנים זאלן זיך מער נישט קראצען מיט ערגענישען
אויסער אויב זיי באזוכען נישט קאווע שטיבעל, פון אזא בטלן רעדט מען נישט
ווייל איינער וואס לאזט אדורעך די טאג אן א וויזיט אהער אין שטיבעל איז א מתחייב בבטלנותו


איך וועל זיין דער ערשטער צו פאוסטען
היינט איז די יאר טאג פון די שרעקליכער שריפה אין די כמרל בערג אין חיפה

אפטעמיסט » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 3:46 pm

· #166126
נאך אז מזל דו דערמאנסט מיר אז די יארצייט פונעם כרמל שריפה איז ביים שוועל... ווען איך כאפ מיר ווען אין א וואך ארום, וואלט איך מיר פשוט געגעסן די געזונט אז כהאב פארפאסט אזא שרעקליך וויכטיגע געשעניש.
ייש"כ טיטאניק.

טיטאניק » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 3:56 pm

· #166131
אפטעמיסט
נאך אז מזל דו דערמאנסט מיר אז די יארצייט פונעם כרמל שריפה איז ביים שוועל... ווען איך כאפ מיר ווען אין א וואך ארום, וואלט איך מיר פשוט געגעסן די געזונט אז כהאב פארפאסט אזא שרעקליך וויכטיגע געשעניש.
ייש"כ טיטאניק.

א ברכה אויף דיין קעפעלע אמן סלה

סאשי פיש » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 4:01 pm

· #166132
שוין דא אן אשכול
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/84609">viewtopic.php?p=84609#p84609</a><!-- l -->