☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מקור פון די מנהג אז די קינדער האבען וועיקעישאן חנוכה

מקור פון די מנהג אז די קינדער האבען וועיקעישאן חנוכה

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5349

טיטאניק » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 1:58 pm

· #166091
מקור פון די מנהג אז די קינדער האבען וועיקעישאן חנוכה
העלא, איך בין א פרישער גרינער גאסט דא אין שטיבעל,
העלא העלא

איך וויל זייער אז דער עוילעם דא זאל מיר געבען צו פארשטיין, פון ווי עס שטאמט די שווערע מנהג אז די מיידלאך (געוויסע זענען מחמיר אז אויך אינגלאך) האבען "וועיקעישאן" פון סקול אדער חיידער אין די טעג פון חנוכה,
די מעשה איז אז עס איז זייער א שווערע זאך פאר די עלטערען צו האלטען די מנהג מיט א פרייד, די יצר הרע מישט זיך שטארק אריין, און מען איז עס מקבל זייער שווער,
די עלטערען באקומען נישט קיין וועיקעישאן פון זייער ארבעטספלאץ, און זיי ברויכען זיך צו ספראווענען מיט די פראבלעם "בעיביסהיטער" מנלן,
איך כאפ בכלל נישט פארוואס די מנהג וועט אנגערופען על שמם פון די "קינדער" סשיינט אז עס וואלט ווען געדארפט אנגערופען ווערען על שמם פון די "טיטשערס און מלמדים", ווייל איך גלייב שווער אז די קינדער האבען עפעס פון דעם, טאטע מאטע זענען נישט אין שטוב, זיי גייען גלות ליידען ביי די נערוועזע זיידע באבע, אדער ביי אומגעדולדיגע שכינים אדער גאר ביי פראפעזארישע בעיביסהיטערס,
און אויב איז דאס טאקע די וועיקעישאן פון די טיטשערס און מלמדים, וויל איך וויסען די טעם המנהג הזה, פארוואס די חשמונאים האבען דאס איינגעפירט, וואס ברענגט דאס אויף? וואס פארדינט מען דערויף? פארקערט, חנוכה פארט מען נישט קיין פלארידע, און אויך פארפאסען די כלי קודש נאך טעג וואס "קען אנקומען" טיפס...
עכ"פ, טייערע חכמים פון קאווע שטיבעל פארענפערט מיינע פארגעס, קלאר און דייטלעך אז עמך אידען זאלן עס אויך פארשטיין
און צי עס איז דא אופן וויאוזוי צו מבטל זיין דעם מנהג טוב?
שקויעך
א גוט חנוכה

קאווע טרינקער » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 3:06 pm

· #166111
די מנהג איז מיט געקומען פון די צייטען וואס אונזערע זיידעס און באבעס האבן געלערנט אין די גוישע שולע..
און דארט, ביי די גוים רח"ל, האבן די עלטערען אויך וואקאציע אין די טעג.
אזוי, אז מיר זענען קרח משם ומכאן.

ונבנתה העיר » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 3:22 pm

· #166119
שלום עליכם, טיטאניק, מיין זיידע פלעגט זאגן אז עס א זכר להשכיחם תורתך.

נאר מיט די בעיביסהיטערס זאלסטו אכטונג געבן, היינט איז מען זייער שטרענג מיט טשיילד אביוז...

טיטאניק » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 3:42 pm

· #166125
ונבנתה העיר
שלום עליכם, טיטאניק, מיין זיידע פלעגט זאגן אז עס א זכר להשכיחם תורתך.

נאר מיט די בעיביסהיטערס זאלסטו אכטונג געבן, היינט איז מען זייער שטרענג מיט טשיילד אביוז...

איך האב פארשטאנען אז עס "מיז זיין" פון נישט קיין "גוטע מקור"
הייסט לשיטתך איז עס גאר קיין מנהג נישט, ס'איז פשוט א גזירה?

ראש הישיבה » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 3:51 pm

· #166129
מקור המנהג קומט פון דעם אז אלע אידן האבן געארבעט לויט די גוי'שע ארבעטס קאלענדער. דעמאלס האבן אידען אויך נישט געארבעט זונטאג. אויסער מוסדות אין סקולס האבן דגעדארפט זיין אפען זונטאג, על אף אז די פובליק סקולס זענען פארמאכט. ווייל זיי האבן געדארפט משלים זיין די למודי חול וואס זיי האבן נישט געלערנט צוליב די לומידי קודש. חנוכה וואס די עלטערין זענען געוועהן אינדערהיים, האט מען געגעבן צייט פאר די תלמידים/תלמידות צו פארברענגען/פארטיאינג מיט זייער פאמיליע.

טיטאניק » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 3:56 pm

· #166130
ראש הישיבה
מקור המנהג קומט פון דעם אז אלע אידן האבן געארבעט לויט די גוי'שע ארבעטס קאלענדער. דעמאלס האבן אידען אויך נישט געארבעט זונטאג. אויסער מוסדות אין סקולס האבן דגעדארפט זיין אפען זונטאג, על אף אז די פובליק סקולס זענען פארמאכט. ווייל זיי האבן געדארפט משלים זיין די למודי חול וואס זיי האבן נישט געלערנט צוליב די לומידי קודש. חנוכה וואס די עלטערין זענען געוועהן אינדערהיים, האט מען געגעבן צייט פאר די תלמידים/תלמידות צו פארברענגען/פארטיאינג מיט זייער פאמיליע.

הייסט אז מעלת כבוד ראש ישיבתינו האלט אז עס איז יא א מנהג?
אבער,תימא, אז זייט ווען זענען די עלטערען אינדערהיים חנוכה? כדענק אז דאהי רוב כלל ישראל זיצט ביי די ארבעט חנוכה פונקט ווי א גאנץ יאר!?
און הא גופא קשיא ווי קען מען דאס טון צו עלטערען וואס ארעבטען ביטער שווער??..?.?

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 4:54 pm

· #166150
מי שענה לאבותינו בהאום-ווארק הוא יעננו בחנוכה.

גנדי » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 6:13 pm

· #166173
ביטע שרייבט אונטער די פעטיציע און פארשפרייט דאס...

Principals of Jewish Schools: Cancel the Chanukah Vacations!

<a class="postlink" href="http://www.change.org/petitions/principals-of-jewish-schools-cancel-the-chanukah-vacations">http://www.change.org/petitions/princip ... -vacations</a>

רויטע וואנצעס » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 8:01 pm

· #166187
פלעיגרופס האבן חנוכה וועקעישען, אבער נישט מיד-ווינטער. עולם הפוך ראיתי. חנוכה איז סאך שווערער צו טרעפן א בעביסיטער.

גנדי » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 9:30 am

· #166222
גנדי
ביטע שרייבט אונטער די פעטיציע און פארשפרייט דאס...

Principals of Jewish Schools: Cancel the Chanukah Vacations!

<a class="postlink" href="http://www.change.org/petitions/principals-of-jewish-schools-cancel-the-chanukah-vacations">http://www.change.org/petitions/princip ... -vacations</a>


ביטע אונטערשרייבן צו מבטל זיין די סקול וואקאציע חנוכה.