☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » שנות נעוריי, פאעזיע.

שנות נעוריי, פאעזיע.

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5332

אפטעמיסט » זונטאג דעצעמבער 1, 2013 11:50 am

· #165656
שנות נעוריי, פאעזיע.
אין חדר פארפירט
נישט געלערנט קיין ווארט
אין פלאץ נישט געשפירט
זיך נישט געפינען דאס ארט

מיינע ישיבה יארן
אין די ביינער זיי ליגען
סהעט אלס בלייבן אין זכרון
ווי מהאט מיר תמיד אויסגעשפיגען

מיינע רביס געשריגן
סאיז הא בהא תליא
אויב העסט אין תורה נישט ליגן
וועסטו וואקסען א קטלא קניא

אדערווייל, יארן פאריבער
געלט, גאנצע פעסער
א ווייבל און זיסע קינדער
סקען נישט זיין בעסער

טשולענט » זונטאג דעצעמבער 1, 2013 12:26 pm

· #165660
טייערער ר' אפטעמיסט
פון א גוט לעבן דו געניסט
פיל השפעות ס'גיסט
ממש יעדעם ס'גליסט
קודם בכלל אז דו עקזיסט
און אז א בר מזל דו ביסט
געלט אן א שיעור פליסט
חוזק'ן מלמדים דו טוהסט
זאגן אזאנס איז פוסט
"גאט ב"ה אלעס באשליסט"

יואב » זונטאג דעצעמבער 1, 2013 12:53 pm

· #165672
טשולענט
טייערער ר' אפטעמיסט
פון א גוט לעבן דו געניסט
פיל השפעות ס'גיסט
ממש יעדעם ס'גליסט
קודם בכלל אז דו עקזיסט
און אז א בר מזל דו ביסט
געלט אן א שיעור פליסט
חוזק'ן מלמדים דו טוהסט
זאגן אזאנס איז פוסט
"גאט ב"ה אלעס באשליסט"

לדעתי איז דאס קיין מאנגל אין ביטחון
געהערט האט איר אמאל פון "ניצחון"
געהאט האט ער א מלמד א סירחון
געהאלטן אז מתנה בפניו זכין
געשטעלט האט ער זיך געמוזט לבחון
א פרישע געלעגנהייט זיין נשמה'לע לטחון
די ביינער צעקלאפט און געטוהן טשוכען
געמיינט ער וועט ענדיגן אלס הולך גחון
געגרייכט האט ער אבער סוקסעס במקום יגון
טאקע חנוכה א פאסיג טאג צו פייערן ניצחון
גראמען אין יעדן פאל איז פון מיר א ווייטע שכן.

אפטעמיסט » זונטאג דעצעמבער 1, 2013 1:41 pm

· #165684
די מלמדים מיט די קללות
געפראסקעט מיינע בעקען
געשריגען מיט יללות
איך וועל האניג נישט לעקן

קיין שגץ נישט געוועהן
נישט קיין עושה מעשה נחום
נאר געוועהן פלעין
א שטיקל אויבערחכם

פארט האבן מיינע מורים
געשוואוירען מיט פאקסן
אז שלעכטס בין איך מיך גורם
און א לא יוצלח וועל איך וואקסען

דערפאר טו איך טרומפען
טאקע חנוכה היינט
אז כבין נישט געזינקען
נאר סגייט מיר בעסער ווי געפלאנט

ממרום שלח אש » זונטאג דעצעמבער 1, 2013 1:53 pm

· #165686
איך בין העפפי פאר דיר, אבער אז דו האסט געלט פראווסטו דיינע מלמדים ראנג?
זיי האבן געזאגט אז קיין מורה מורנו וועסטו נישט אויסוואקסן, און כפי הנראה האבן זיי רעכט געהאט.

אפטעמיסט » זונטאג דעצעמבער 1, 2013 3:42 pm

· #165699
די וועלט אזוי צעדולט
צי נעמט מען עס אין אכט
כבין סך הכל געוועהן פארשפילט
און די צייט אביסל פארבראכט

אבער מיינע אויבערהארן
מיינע רעכטן געטוען דיסקרימינירן
פון פריידע געמאכט קאשמארן
נישט אויפגעהערט טערעראזירן

נישט אויפגעהערט סטראשן
אז די גיהנום איז גרויס
מיר כסדר באוואשען
איך וועל פון דארט קיינמאל ארויס

אבער מעז יצא מתוק
איך קלאפ מיר די בני מעיים
אין ריזיגע ביזנעס בין איך עסוק
און קינדערלעך ליכטיג כשמש בצהריים

רויטע וואנצעס » זונטאג דעצעמבער 1, 2013 4:40 pm

· #165711
@אפטעמיסט הערליך געשילדערט!!
דארפסט צו זיין א ביזי בדחן, אז דו מאכסט פון דעם אזוי סאך געלט.