☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » קראון הייטס ארמארי בילדער גע'דאקטארט, קאפ געבליבן הענגען ל"ע

קראון הייטס ארמארי בילדער גע'דאקטארט, קאפ געבליבן הענגען ל"ע

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5329

sefish » זונטאג דעצעמבער 1, 2013 2:21 am

· #165617
קראון הייטס ארמארי בילדער גע'דאקטארט, קאפ געבליבן הענגען ל"ע
ס'גייען ארום בילדער פון ארוינישע כ"א כסליו חגיגה, עטליכע פיקטשערס וואס איז ערשינען און זייערע צייטונג ווי מ'זעט געזונטע פאטא שאפינג איז פארגעקומען. דא איז איינס דערפון.

📎 unnamed.jpg

שושן פורים » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 3:11 pm

· #165862
איינס איז נישט גענוג?

שטאנג » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 3:48 pm

· #165878
דאס איז פיינע נייעס, די ערשטע מאל וואס מ'כאפט זיי ביים דאקאטריי, זיי האבן פארלוירן יארן קרעדיט,

יעצט שטעלט זיך פראגע פארוואס זיי האבן דאס געשפירט פאר וויכטיג צו טון, ווייל איך האב געהערט פון איינעם וואס איז דארט געווען אז די זאל איז געווען איבערגעפילט און ער האט נישט געהאט קיין פלאץ צו זיצן,

א חידה סתימה,

מיסטער מענטש » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 3:56 pm

· #165882
אזעכע שטותים צו רעדן?

מען רעדט דא פון א קאווער וואס יעדער ווייסט אז דאס האט פאטא שאפ

סאיז א סינערי בילד נישט א בילד וואס דארף ווייזן די מענטשן

האט זיך געמאכט א פאטאשאפ טעות אז א מענטש פון אויבן האט זיך געקאפיעט

אויף א וועג וואס יעדער זעהט סיז סתם א טעות וואס געשעהט בשעת די ארבעט



לייג אריין די גאנצע קאווער וועט יעדער פארשטיין

דעת תורה » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 9:30 pm

· #166193
שטאנג
דאס איז פיינע נייעס, די ערשטע מאל וואס מ'כאפט זיי ביים דאקאטריי, זיי האבן פארלוירן יארן קרעדיט,

יעצט שטעלט זיך פראגע פארוואס זיי האבן דאס געשפירט פאר וויכטיג צו טון, ווייל איך האב געהערט פון איינעם וואס איז דארט געווען אז די זאל איז געווען איבערגעפילט און ער האט נישט געהאט קיין פלאץ צו זיצן,

א חידה סתימה,


מען שטארבט נישט פון א פאטאשאפ טעות, אבער ווער געדענקט ווי די אהרונים האבן באמת געהאלטן אז די זאלי'ס פלאן צו עפענען מוסדות אין קרית יואל איז צוזאמען געפאלן צוליב א פאטאשאפ טעות אין די בילדער,

signout » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 12:36 pm

· #166272
וואס פאר א פארגלייך ווען א גרעפיקס האט זיך געשפילט מיט א דעקל פין קונטרס צו קענען ווייזען די גאנצע סינערי וואס ער האט געמאכט, בשעת די אריגינעלע בילדער פארן ארום איבעראל אין גארנישט איז נישט גערירט, צו צד מהרז''ל וואס האבען אין די פארגאנגענהייט פילע מאל געשטיקעלט בילדער נישט נאר אנציפילן א אויבן אן נאר צו אנפילן א עולם אויך א שטייגער ביי די מסיבה אויף לארקין אדער ווען די נעילת החג בילדער זענען יערליך געווען די זעלבע עולם אין דער זעלבער ספר אויפן זעלבן פלאץ אין די זעלבע שטריימעל האט זיך יערליך ארויסגעשטעקט נאר די סינערי איז געווען געטוישט, אדער די בילדער וואס מען האט געלייגט אין די צייטונג מיט די צאמגעשטעלטע טישן אא''וו