יוחנן פישיאכנע, קודם כל באהאלט נישט דיין ברעסלעווע איידענטיטי, יא בוסט א ברעסלעווער און די וועסטיך אנעמען פאר ברעסלעוו לטוב או לרעה.
ליבער יוחנן, איך ווייס אז דו גייסט אויס צו האבען א קלארע דיסיזשען איבער מיין איידענטיטי, 😂
יוחנן פישיעצט לגבאי דעם ניקלשבורגער רבי, קען איך אויך פין דער נאנט ווי יונגעלייט וואס זענען געווען זייער שוואך אין אידישקייט און דער ניקלשבורגער האט זיי צוריקגעברענגט.
קענסט פון די נאנט? קען זיין, אבער איך קען עפעס פינקט די פארקערטע, יונגעלייט וואס האבען זיך געדרייט ביי עם, און האבען אמאל געהאט שיינע בארד און פיאות און היינט קען איך דאס נישט טרעפען אויף זייער אפגעגאלטע פנים'ל, אדער נשים וועלכע האבען "אלעס" אפגעלאזט זייענדיג "זיינע" חסידים (א טייל זענען נאך אלץ! אפי' נאך דאס אפלאזען אידישקייט) און כדי צו היטען אויף די כבוד פון מענטשען וועל איך נישט מאריך זיין בדרוש אין דעם נושא, כאטש דו וועסט ווייטער שרייען, ווייל די קהילה דארט איז גענוג קליין און ווער עס ווייסט די קהילה ווייסט פון וואס איך רעד. און ווידער: וק"ל.
יוחנן פישעס האט מיר דערציילט א אינגערמאן וואס איך קען זייער גוט, און פלעגט נישט דאווענען אדער לייגען תפילין יעדן טאג, ער איז נתקרב געווארן צום ניקלשבורגער און געווארן א ערליכע אינגערמאן , וכהנה וכהנה באוויסטע און נישט באוויסטע פעלער ווי ער האט ממש געראטעוועט מענטשען פון אפלאזען אידישקייט..
ס'איז אקעי יוחנן, איך פארשטיי פארוואס דו רעדטסט אזוי, ס'איז אקעי, איינמאל מען לעבט אין "דמיון" האט מען א פרי טיקעט פאר אלעם, ווי האט יענער געזאט? א בעל דמיון האט די בעסטע לעבען, ער (דמיון'ט אז) האט אלעס, און ס'קאסט עם גארנישט... (די פראגע איז צו ס'קאסט דיר טאקע גארנישט אט די דמיון)
יוחנן פישיאכנע הער אויף מיט דיין וויסטע שנאה קעגין דעם מענטש, .
ס'איז אקעי, איך פארשטיי ענקער ווייטאג, גלייב מיר די וויסטע שנאה האט ער זיך ערליך פארדינט
יוחנן פישדי האסטעך גענומען א תפקיד אים צו באגראבען מיטן תירוץ אז די נעמסטיך אן פאר די גבאים, זייט ווען ביסטו געווארען אזוי רחמנות'דיג? .
מיין שנאה צו דער רבי איז נישט פון נעכטען און אייער נעכטען, ס'איז אבער מיר נישט בייגעפאלען אמאל אז איך וועל דא זיצען און שרייבען תילי תילים פון תגובות, אבער נאכדעם וואס איך האב געזעען אז עטץ האטץ ענק מורה היתר געווען צו באשמיצען א טייערער יונגערמאן ברבים, האב איך במקום שאין איש, זיך גענומען צו ענקערע ביינער, פשוט ענק צו פארמאכען ענקער לויז מויל.
און וויסען זאלטסי, אז די יונגעלייט האבען אסאך אסאך גוטע פריינד ארום די שטאט, גיי פרעיג אן אין וויזשניץ פאפא און נאך, וועסטו זען וואספאראן שטות עטץ באגייטס מיטען ארויס גיין קעגען זיי, קיינער אין מאנסי קויפט נישט אפ די הערצערייען, יעדער קען זיי, און וואס מען נעמט יא ארויס פון די העצערייען, איז אז עפעס א שווערע נעפל הענגט אויף די קהילה. א תימא גדול מאד, און וואס מער ענקער מויל ווארפט זיך פון די לשון הרע פלאפערייען, טוען ענק זיך אליין די מערסטע באשמוצען.
יוחנן פישאון לאמיר שוין זאגען אז די בוסט איינע פין זיי אדער שליחים פין זיי, וואס גייסטו אריין אין פערזענליכע אטאקעס וואס איז נעריש און קינדעריש? .
איך בין נישט קיין שליח, נישטאמאל ווייסען זיי ווער שטייט אונטער יאכנע, שפעקאלאציעס זענען דא אסאך, אבער דאס גייט מיר נישט אן, איך טו מיר מיינס, און ווילאנג ענקער מויל וועט פלאפלען וועל איך ווייטער שרייבען,
און "פערזענליכע אטאקעס"??? וועמען "פערזענליך" האב איך אטאקירט?
איך האב נישט דערמאנט קיין איין נאמען אויסער דעם רבין'ס, משא"כ ענק, וואס סטאפען נישט צו שרייבען קעגען פריוואטע מענטשען, אין יעדע צווייטע תגובה איז דא א הזכרת נשמות פון נאך א מענטש,
"נעריש און קינדעריש" הא הא, אויב שרייב איך נעריש און קינדעריש, דעמאלס פארוואס ווערען ענק אזוי ווילד? האט א קינד געשריבען נעריש, איז וואס? מה כל הרעש? וואס גייט גאנץ ניקשלבורג אויף רעדער? און אויב שטייט א מעשוגענער אין גאס און שרייט דברים חסרי משמעות וואס גייט עס דיר אן? זאל ער שרייען!
אלא מאי...
יוחנן פישרעד צו די זאך , זאג וואס די האלטסט,
אטע דאס טו איך, איך פראביר צו רעדען צום זאך (און אויב נישט וואס גייט דיר אן א זאיך רעד שטותים?) און אטע דאס טאקע טו איך, איך זאג וואס איך האלט.
יוחנן פישאון לאז אנדערע רעאגירען, נישט יעדער מיז האלטען ווי די,
איך לאז יעדעם רעאגירען, יעדער קען שרייבען, ווילאנג עס גייט אין איינקלאנג מיט די תקנות הפארום, איך האב נישט פארשפארט קיין אשכולות, איך האב נישט פארמאכט קיין ניקס, איך לאז יעדעם רעדען,
יוחנן פישאון אז איינער האלט נישט ווי די, אדער קויפט נישט דיינע נערישע שקרים, פארוואס אטאקירסטע יענעם?
איך "אטאקיר"??? וועמען?? ווער האט געכאפט פון מיר? מען טענהט זיך איבער דער רבי, יא צדיק נישט צדיק, דו שרייסט יא און איך שריי נישט, אבער איך האב קיינעם גארנישט געטון!
אויב שוין יא, זענען ענק די וואס אטאקירען, די וואס שפארען אשכולות און ניקס, ענק באפאלען יונגעלייט אין בית המדרש מיט די אויסרייד אז זיי זענען דער שגץ דער יאכנע, איך האב קיינעם נישט באפאלען..
היוצא לנו מכל זאת,
אדם במומו פוסל, און ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס ענק ווארפען אלע ענקערע שוואכקייטען אויף ענקער בר פלוגתא, דאס איז בדר"כ א צייכען פון פארלוירענקייט.
יעצט צו דיר יוחנן יקירי, ביסט א טייערער יונגערמאן, ביסט דארט געבוירען, און דו פראבירסט צו פארטיידיגען דיין רבי, איך פארשטיי דיר, עס איז נארמייל, יעדער וואלט עס געטוען,
און זיי, די צוויי גבאים האבען עס אויך אמאל געטון, אבער, אבער היינט שעמען זיי זיך מיט דעם,
דער רבי האט א היסטאריע פון זיך צוקריגען מיט זיינע נאנטע, און מיט זיינע חסידים, דו יוחנן גייסט אויך איין טאג אפלאזען דעם רבי'ן, דו גייסט אויך איין טאג זיין פון די "סטרא אחרא", און דעמאלס וועסטו מיר פארשטיין, דעמאלס וועסטו מודה זיין אז איך בין גערעכט, אבער דערווייל, דערווייל וואס דו ביסט נאך דארט, איז דיר שווער צו מקבל זיין האמת ממי שאומרה.
און סתם א עצה טובה, ענק האבען שטארקע קאפ וויי? ס'באדערט ענק אז מען רעדט? ענק פראבירען עס אפצוהאלטען מיט אלע וועגען וואס נאר מעגליך?
איך האב א עצה, די שליסעל ליגט ביי ענק אין האנט,
קוק נאר קוק, ווי אזוי האט זיך אנגעהויבען די גאנצע שמועס? ווער האט די ערשטע ארויף געלייגט שמוץ אויף וועמען?
ענק, אויף ענקערע שונאים,
און מיר גוטע פריינד האבען זיך אנגענומען,
עס שמעקט ענק נישט?
דעמאלס הערט אויף צו רעדען, ווען ענק וועלען זיין שטיל וועלען אונז אויך זיין שטיל, און וואס מער ענק וועלען רעדען, וועלען מיר אויך ווייטער רעדען, סימפעל
און צוריק צו די "בארס" וואס ישרן האט פריער דערמאנט,
איך האב מברר געווען און ס'איז אמת, זיי ווילען סטאפען דעם יאכנע און אלע וואס שענדען דעם צדיק'ס נאמען אין גאס, בכל דרך אפשרי, זיי ווייסען נאר נישט וויזוי, זיי מיינען אז מיטען זאגען די ווארט "בארס" דערשרעקט זיך איינער,
דער גנב וואס האט זיך דאס מערסטע צו שרעקען פון די ווארט "בארס" איז דער רבי אליינס, איך קען קוים קוים ווארטען, ווען דער רבי וועט טוען די ערשטע נערישע טריט זיינע בנוגע "בארס", איך קען פשוט נישט ווארטען, ווייל דעמאלס גייען אסאך אסאך קעיסעס ווערען געפענט, קעיסעס וועלכע זענען געווען שטיל די לעצטע יארען, די אלע גייען זיך צוזאמען נעמען, און עס איז דא צופיל הוכחות, צופיל דאקומענטען, און ראיות און עדות, אז דער רבי זאל קענען ארויס גיין פון דעם בשלום, צופיל קרבנות זיצען שטיל אבער יעצט גרייטען זיי זיך אויף א מערכה, זיי ווארטען נאר אז דער רבי זאל אנהייבען דעם געים,
אדרבה זאל ער נאר גיין א טריט נענטער, דאס וועט זיין מיין גרעסטער ניצחון, מיין גרעסטע געווינס, איך וועל מער נישט דארפען שרייבען דא, און זיך טענה'ן איבער פאקטען, ווייל אלע צייטונגען און נייעס סטאנציעס וועלען דאס טוען "לייוו", יעדער וועט דעמאלס זען ווער דער רבי דער צדיק איז, ס'וועט קיין סוד מער נישט זיין