☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #5317

אשכול אן א טיטל #5317

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5317

— » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 11:03 am

· #165347

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

שעפטל » פרייטאג יאנואר 17, 2014 11:32 am

· #177147
שוין גארנישט פרייגעשפראכן!

דעוויד פלארעס, דער וואס האט געשאסן די פיר שומרים מעמבערס, אבער איז נאר אנגעקלאגט געווארן אויפן האבן א גאן אומלעגאל איז פאראורטיילט געווארן צו 12 יאר תפיסה!!!

פלארעס האט געבעטן אז מ'זאל אים נישט געבן תפיסה ווייל מ'מאכט אסאך מיט דארט.... אבער קיים סאך נישט געהאלפן.

דער (פינטעל) איד » פרייטאג יאנואר 17, 2014 11:50 am

· #177150
ער איז אנגעקלאגט געווארן אויך פאר פראד אויף וואס ער האט מודה געווען א וואך צוריק אין קאורט. פאר אלעס צוזאמען באקומט ער 12 יאר

Flores pleaded guilty to scamming tenants as a super at by offering apts. for a fee. 1 1/2 to 3 yrs will run together with trial sentence.

שעפטל » פרייטאג יאנואר 17, 2014 11:56 am

· #177151
סתם פאר אינטערסאנטקייט...

די מאקסימום האט ער געקענט באקומען 15 יאר. באקומען האט ער 4/5 דערפון.

ווען די דזשאודזש דינין ריוויעזא אנאסירט דעם פסק, האט פלארעס מאמע געוויינט הויעך און געשריגן "ס'קען נישט זיין! נישטא קיין גערעכטיגקייט!" און מ'האט איר ארועסגעפירט פון דארט.

דעוויד אליינס האט פאר מ'האט אים ארויסגעטראגן געשריגן פארן ריכטער "וועלן מיר זיך זעהן אינעם פעדעראלן געריכט!"

א משפחה מיטגליד האט זיך אויסגעדריקט: ס'איז אונטערסאנט אז מ'פארשיקט אים פאר 12 יאר, נאכדעם וואס נאכאמזל ער האט געהאט דעם גאן, ווען נישט שטייט ער ווען נישט דא ווייל די שומרים וואלטן אים דער'הרג'ט על לא דבר....

יואב » זונטאג יאנואר 19, 2014 1:56 am

· #177273
איים סארי, אבער איך פארשטיי נישט פארוואס ס'קומט זיך צוועלף יאר -- סתם אזוי פאר מענטש -- פארן האבן א גאן אין זיין באזיץ.

איך ווייס נישט די מעשה, מילא נעם איך נישט קיין שטעלונג. קען זיין אז דא ווייסט מען זיכער ער האט געהאט בייזוויליגע מאטיוון, אלזא איז ער נישט קיין רחמנות.

אבער איינשפארן א מענטש צוועלף יאר פארן האבן א גאן, איז אין מיינע אויגן רשעות, און מאדנע.