☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ברוך אתה, זינגט דער טאטע...לכבוד חנוכה

ברוך אתה, זינגט דער טאטע...לכבוד חנוכה

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5315

סיד ההיכל » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 3:09 am

· #165323
ברוך אתה, זינגט דער טאטע...לכבוד חנוכה
פון: אברהם רייזן

ברוך אתה, זינגט דער טאטע
און ער צינדט די ליכט
און די שטראלן, מילדע פאלן
אויף זיין בלאס געזיכט

און א פייער, הייליק טייער
אין די אויגן לייכט
און דער מידער מיט די גלידער
האט זיך אויסגעגלייכט

און עס דאכט זיך און עס טראכט זיך
ס'איז נאך עפעס דא
ס'איז געבליבן וואס צו ליבן
הייליק איז די שעה

אלטע קלאנגען,לאנג פארגאנגען
ניין, עס קלינגט נאך צינד
זינג מיר,טאטע, ברוך אתה
און איך בלייב דיין קינד