☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » שואל כענין ומשיב כהלכה

שואל כענין ומשיב כהלכה

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5312

אפטעמיסט » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 6:19 pm

· #165264
שואל כענין ומשיב כהלכה
איך זעה נישט קיין אשכול וואו איך קען אנפרעגן הלכה'דיגע שאלות, עפן איך אויף אן נייע. אויב איז שוין ערגעץ דא אזא אשכול זאל איינע פון די חשובע גבאים עס ביטע צאמשטעלן.
ווי באקאנט האט מען ביי אונז חסידים ואנשי מעשה מקפיד געוועהן צו בלייבן קוקן אויף די נירות חנוכה א האלבע שעה. איז מיין פראגע אזוי: איך וויל נישט ח"ו משנה זיין קיין זיז כלשהו פון מנהג אבותי ורבותי, אבער סמאכט זיך יעדעס יאר אז געוויסע טעג קען איך נישט בלייבן קוקן דעם גאנצען האלבע שעה, צי צוליב א חנוכה פארטי אדער סתם א מחסור פון נערווען.
צי קען איך אפכאפן א ווידיאו פון די לעכט און שפעטער ווען די צייט ערלויבט, למשל באנאכט אין בעט, עס דאן קוקן?

מלא וגדוש » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 6:33 pm

· #165267
ס'איז א שווערע שאלה. איך האב עס גראדע געפרעגט ממש דע זעלבע שאלה פון הרב פילעפ, האט ער גענטפערט אז מדינא וואלט עס געווען פיין אבל דא עקא ס'איז א מצוה הבא בעבירה צוליב וואס ווידיא איז אסור וועל איך נישט יוצא זיין. כ'האב עם אפגעדאנקט און אנגערופן הרב נתן סליפקין און ער זאגט אז ס'איז נישט קיין שאלה אז ס'איז אקעי אבער דער ווידיא מוז האבן א רעזעלוציע פון עט ליעסט 1024 × 768. ווייניגער פון דעם וועל איך נישט יוצא זיין און אזוי פיר איך זוך.

זאג א שמייכל אפטיילונג האט איר אויך נישט געטראפן?

העפי האלידעיס!

אפטעמיסט » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 10:10 pm

· #165298
די פראבלעם מיט די היינטיגע דיינים איז אז זיי טראכטן נישט צוויי פארן שיסן א תשובה, און אזוי פארזיגלען זיי, און א רגע, א וואלט-געקענט-זיין ר' עקיבא איגר שאלה וואס קען צושטורעמען די וועלט און אנזייען כאאס אויף אזא שטייגער ווי די קליווע גט.
מיין אויבן דערמאנטע פראגע, אויב גע'פסק'נט להיתר דורך א חשובע דיין און געשעצטע פראזענליכקייט, קען ווען זיין א ישועה לדורות פאר אזוי פיל טויזענטע אידן וואס בייסן זיך די נעגל ביים קוקן אויף די לעכט, קרעכצענדיג אז זיי זענען געבוירן געווארן חסידים און ברויכן זיצן א האלבע שעה בשעת אחיהם הליטוואקס והמקילים זיצען שוין לאנג ביי די פארטיס און האקן פאנקען. לדעתי וואלט א היתר ביי אונזער פאל געוועהן א רוחניות'דיגע דורכברוך וואס וואלט ערלויבט אסאך אידן וואס זענען ביז איצט נישט מחמיר צו אנהייבן איבער קוקן א ווידיאו פון די ליכט אין בעט. וואס זאל מען אבער טאן אז אונזערע דיינים לעבן אין באקסעס און ווילן ח"ו נישט הערן פון אזא פארשלאג.

רויטע וואנצעס » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 10:11 pm

· #165299
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/356">viewtopic.php?f=13&t=356</a><!-- l -->

אפטעמיסט » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 10:15 pm

· #165301
יענע אשכול איז געווידמעט פאר 'קשיות', דיזע אשכול איז געמאכט פאר 'שאלות'.

סאשי פיש » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 2:59 am

· #165321
שטעלסט צאם
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/42056">viewtopic.php?p=42056#p42056</a><!-- l -->

יין שרף » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:34 pm

· #165445
ווילסט אז דיין קעמערא זאל מקבל זיין די אור הגנוז ס'זאל קענען זעהן מסוף העולם ועד סופו...?

אפטעמיסט » פרייטאג נאוועמבער 29, 2013 1:12 am

· #165469
סאיז זיכער אז א ווידיאו קען האבן א שטיקעל קדושה והא ראיה די חב"ד'סקער פלאמען און ברענען ביים זען די הייליגע 'מראות קודש' ווידיאוס, און בכלל, אפי' סתם חסידים ואנשי מעשה וואס קוקן נישט סתם קליפעס זענען יא אפן צו 'בחצרות קדשינו'. אוועק מיט די ליצנות. אפשר קען מען טאקע אזוי יוצא זיין דעם האלבען שעה?!

בשבילי! » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 12:41 am

· #166001
ביז ווען קען מען לייגן תפילין אויב מ'איז געווען א אונס, אז ס'זאל נאך הייסן געלייגט תפילין?

בשבילי! » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 1:07 am

· #166012
דער בדיעבד הייבט זיך אן ביים שקיעה?

געפילטע פיש » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 2:53 am

· #166028
וואס הייסט בדיעבד? אויב מ'האט שוין געלייגט תפילין?

יואב » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 5:26 am

· #166034
געפילטע פיש
וואס הייסט בדיעבד? אויב מ'האט שוין געלייגט תפילין?

דער געפילטע וועט קיינמאל פארפעלן צו שאקן די לעפצן.
לכאורה פרעגט געשילטע חוש א באמבע קשיא, אלא חסורי מחסרא והכי קתני. בדיעבד, ווען? כתמול שלשום (באונס שטייצעך) דאן, קען מען דאס לייגן לכתחילה משום עבר ושנה נעשה לו כהיתר. דאס אבער דרוש. ולענין הלכה נקטינן כממי שאמרו, דאם אנס ח"ו, יניח תפילין לכתחילה שבדיעבד (וואטעווער דעט מיענס) עד זמן רבינו תם. וכן נוהגין.

שטילע אינגערמאן » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 7:12 am

· #166037
איך פארשטיי נישט די שאלה, די מוזט דאך זיצן דארט א האלבע שעה כדאי זאלסט אויף כאפען די וודיאו, נו איז קוק שוין דעמאלטס, אבער פארשטייט זיך קוק דירעקט נישט דורכן סקרין, אין ווידער אראף לייגן די טעלעפאן אז סזאל אליין אויך כאפען גייט שוין לכאורה אריין אין די מחלוקת פון מצוה צריכה כוונה צו נישט

קאווע טרינקער » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 8:57 pm

· #170357
וואס איז די הלכה, מיין בעל-הבית/חבר גיבט מיר 200 דאללער און שיקט מיר איינקויפן אפיס סאפפלייס, למשל.
ביים טשעק-אוט, זאגט מיר דער קעשיר, אז אויב שרייב איך איין מיין אימעיל וכו', קען איך צוריקבאקומען 5% פון דעם סעיל אין טאש אריין!!

די שאלה איז, בין איך בארעכטיג צו פארדינען דעם rebate, אדער כ'מוז דאס געבן פאר מיין משלח ?

דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 8:58 pm

· #170359
דער מחצית השקל זאגט אז וויבאלד דו האסט אריינגעגעבן "דיין" אימעיל ביזטו בארעכטיגט דערפאר.

קאווע טרינקער » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 9:23 pm

· #170361
דער (פינטעל) איד
דער מחצית השקל זאגט אז וויבאלד דו האסט אריינגעגעבן "דיין" אימעיל ביזטו בארעכטיגט דערפאר.

די שאלה איז, מעג איך געבן מיין אימעיל אדרעססע? אדער געהערט די הנחה פאר וועם איך קויף איין.

אפטעמיסט » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 9:30 pm

· #170364
ס'איז לכאורה תלוי אויב יענער האט דיר דווקא געשיקט אין יענע געשעפט. אויב האט ער דיר נישט געהייסן גיין אין יענע געשעפט דייקא, און וואלסט געקענט גיין אין אן אנדערען געשעפט, מעגסטו האלטן די הנחה פאר דיר. כנלע"ד.

קאווע טרינקער » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 9:44 pm

· #170365
ביזט אזוי זיכער?
איך פארדיען דאך נאר ווייל כ'נוץ יענעמ'ס געלט ?