☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » מעג מען להלכה קוקן אויף א געהייראטע פרוי?

מעג מען להלכה קוקן אויף א געהייראטע פרוי?

39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5306

דער (פינטעל) איד » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 9:56 pm

· #165080
מעג מען להלכה קוקן אויף א געהייראטע פרוי?
אן קיין גימיקס ביטע! מעג מען קוקן -לייוו אדער אויף א ווידיא- אויף אן אישה נשואה? לויט וויאזוי מ'האט מיר געלערענט איז נישטא קיין שום היתר צו קוקן! ולא תתורו אחרי לבבכם. ווען מ'טוט עס פאר ביזנעס איז עס זיכער דא אנדערע הלכות וויאזוי מ'מעג זיך פירן , אבער פאר סתם אינטערטענמענט וויאזוי איז דא א היתר דערויף? אדרבה , ילמדינו קאוועלינו.

געפילטע פיש » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 10:45 pm

· #165089
ע"פ הלכה איז נאר אסור הסתכלות בערווה על מנת ליהנות מיופיה, און ליהנות מיינט נישט וואס דו רופסט אינטערטעינמענט. און דאס איז געזאגט געווארן פנים אל פנים, אויף א סקרין האט עס מעגליך אן אנדערע דין.

חזקיהו המלך » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 10:51 pm

· #165093
.

היימישער ליטוואק » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 11:51 pm

· #165106
קוקן אויף א סקרין איז אזוי ווי בגדי צבעונים של אשה - לקולא ולחומרא.

דער (פינטעל) איד » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 12:13 am

· #165112
חזקיהו, א בתולה איז אינגאנצן אנדערש דאכט זיך ווייל ער קען דאך איר (וועלן) נעמען פאר א ווייב

דער (פינטעל) איד » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 12:14 am

· #165114
געפילטע פיש
ע"פ הלכה איז נאר אסור הסתכלות בערווה על מנת ליהנות מיופיה

און אויב איז עס מתחילה נישט על מנת , אבער קוקענדיג האט ער הנאה?

דעת תורה » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 12:31 am

· #165116
א בתולה מער ווי צוועלף איז דאך על פי רוב א ערוה פונקט ווי א נדה.

דער עיקר איסור איז וועגן הרהור, הרהור איז אסור מדאורייתא (לויט טייל - וגם האגר"מ בתוכם - איז דער איסור אפילו באשתו טהורה). הסתכלות איז אסור כדי מען זאל נישט צוקומען צו הרהור.

הסתכלות האט צוויי חלקים, הסתכלות לשם תאוה, און הסתכלות לשם הנאה, הנאה איז לאו דוקא תאוה, עס איז די הנאה פון א שיינע בריה שאומר עליה - כשפגעה בקרן זוית - ברוך שברא בריות נאות בעולמו, אבער בסתמא איז דאס אויך אסור.

איבריג צו זאגן אז ביי חסיד'ישע אידן ווי פגם הברית איז ממש דער - אדער א - יסוד אין אידישקייט, האט מען זייער מחמיר געווען, ווייל אפילו אן דעם איסור דאורייתא פון הרהור איז דא דער ענין פון קישוי והוז"ל וואס דאס איז בכל אופן א פראבלעם אפילו ביי בגדי צבעונין.

א גאסט אויף א וייל » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 12:39 am

· #165119
It amazes me how "harbe" issirim are asked on Kave shtibel from anonymous people, when at the same time, you would ask 75 times about another person kashrus standards, and if they buy "zoli" or "ahroni" meat.

רויטע וואנצעס » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 12:41 am

· #165121
זעהט אויס אז א גאסט אויף א וייל, זעהט נאר א אינטש.

חזקיהו המלך » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 12:48 am

· #165122
דער (פינטעל) איד
חזקיהו, א בתולה איז אינגאנצן אנדערש דאכט זיך ווייל ער קען דאך איר (וועלן) נעמען פאר א ווייב


טאמער וויל ער חתונה האבען מיט איר איז דאך דא א חיוב צי קוקען, צי זעהן צי ס'איז פאר אים,

די עיקר איסורי תורה אויף הסתכלות לשם זנות איז אלץ ולא תתורו אין ונשמרת,

חזקיהו המלך » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 12:58 am

· #165124
.

דעת תורה » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 1:06 am

· #165126
א נייע מעשה, הרהור איז אסור וועגן ז"ל גאר... הרהור איז א איסור דאורייתא להרחיק אדם מן העבירה, כפשוטו, אז מען זאל נישט טראכטן פון טון קיין איסורים און בועל זיין בעילות אסורות, ווייל כידוע אויב איז נישט געווען קיין הרהור בעפאר וועט מען געווענליך נישט צוקומען דערצו.

מסתמא האסטו אזוי פארשטאנען פון די לשון הגמ' שלא יהרהר אדם ביום ויבוא לידי טומאה בלילה, אבער הדבר פשוט כמו שכתבתי. (ותמצא דלא אסרה תורה - ואפילו רק החכמים - לאכול דברים המביאים לידי קרי, חוץ דער כהן גדול עיו"כ והפוסקים העתיקו להיזהר וגם זה לא משום איסורא דקרי, לא בכל השנה ולא ביו"כ, אלא משום דהוא סימן רע).

לדעת אלו הפוסקים - שבאמת קשה לרדת לסוף דעתם - האיסור הוא גם באשתו טהורה, דלא דרשינן טעמא דקרא ומה שאסרה תורה - הרהור באשה - אסורה גם באשתו טהורה, ואסרו בפירוש גם אם זה לא פועל כלום ואינו חושש כלל שיבוא לידי ז"ל.

געפילטע פיש » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 1:20 am

· #165127
דעת תורה
איבריג צו זאגן אז ביי חסיד'ישע אידן ווי פגם הברית איז ממש דער - אדער א - יסוד אין אידישקייט, האט מען זייער מחמיר געווען, ווייל אפילו אן דעם איסור דאורייתא פון הרהור איז דא דער ענין פון קישוי והוז"ל וואס דאס איז בכל אופן א פראבלעם אפילו ביי בגדי צבעונין.

קודם כל פרעגט דער שואל דא וואס די הלכה איז, און נישט חסידישע יסודות. און איינער וואס אזא ווידיאו ברענגט עם קישוי און הוז"ל זאל טאקע נישט וואטשן דעם ווידיאו, נאר זאל זיך שנעל גיין אונטערזוכן.

חזקיהו המלך » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 1:23 am

· #165130
דעת תורה


לדעת אלו הפוסקים - שבאמת קשה לרדת לסוף דעתם - האיסור הוא גם באשתו טהורה, דלא דרשינן טעמא דקרא ומה שאסרה תורה - הרהור באשה - אסורה גם באשתו טהורה, ואסרו בפירוש גם אם זה לא פועל כלום ואינו חושש כלל שיבוא לידי ז"ל.


כ'מיין ס'שטותים, וה' יצילינו משגיאות

גאלד » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 8:03 am

· #165141
עיין להלן

kliger » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 8:34 am

· #165142
ולא תותירו פשוט פשט מיינט פלעין אז מען זאל נישט נאכגיין נאך די אויגן און טוהן למעשה!
א פשוטע טעות
וואס זאגן די מבקרי המקרא??

גוטע פינטעלך » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 10:08 am

· #165152
kliger
ולא תותירו פשוט פשט מיינט פלעין אז מען זאל נישט נאכגיין נאך די אויגן און טוהן למעשה!
א פשוטע טעות
וואס זאגן די מבקרי המקרא??


ראשית 'ולא תותירו' פשוט פשט מיינט אז מען זאל נישט איבערלאזן...

והשנית מען האט נישט ג'פרעגט פשוט פשט נאר על פי 'הלכה', די מקורות ההלכה האבען אנדערש פארטייטש די פסוק, וז"ל הבית יוסף (אה"ע סי' כ"א): כתוב בארחות חיים (ח"ב הלכות ביאות אסורות סי' יג) בשם ה"ר יונה (באגרת התשובה יט כ) אסור להסתכל באשת איש מן התורה שנאמר (במדבר טו לט) ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם. ואסור להסתכל בפנויה מדברי קבלה שנאמר (איוב לא א) ברית כרתי לעיני ומה אתבונן על בתולה.
וכל המסתכל באשת איש מכשיל ומכחיש כח יצרו הטוב והודו נהפך עליו למשחית, שכך ארז"ל (סנהדרין צב.) כל המסתכל בעריות קשתו ננערת. ואשר לא נשא עיניו אל אשת איש זוכה ותחזינה עיניו בנועם יי', מדה כנגד מדה, שכך ארז"ל (מדרש רבה סוף פרשת אחרי מות כג, יג) כל הכובש עיניו מן העריות זוכה ומקבל פני שכינה שנאמר (ישעיהו לג טו) עוצם עיניו מראות ברע ונאמר אחריו (שם שם יז) מלך ביפיו תחזינה עיניך.

דאם אלעס איז אפילו מען פארטראכט זיך נישט אין די פרוי, אבער הרהור שרייבט דער ב"י ווייטער: אסור מן התורה להרהר באשה, ואפילו פנויה, וחמור הרהור פנויה ממגעה, שעל ההרהור עובר בלאו מן התורה שנאמר (דברים כג י) ונשמרת מכל דבר רע ופירשו רז"ל (ע"ז כ:) שלא יהרהר ביום ויבוא לידי טומאה בלילה.

אבער די אחרונים ברענגען (עי' ב"ש שם סקכ"א) אז לויטען רמב"ם איז דער איסור פון הסתכלות (בלא הרהור) נאר א דרבנן, וואס לויט דעים האט דער רמב"ם אויך גלערנט אזוי ווי דיר פשוט פשט.

דאס אלעס איז ווען מען קוקט אויף א לעבדיגע פרוי, אבער אויף א בילד איז דא א גרויסע מחלוקה אין די ספרי השו"ת, מעגליך אז ווידאו אויף א סקרין איז הארבער.

בנוגע קוקען א בילד פון נישט לעבדיגע זעה דא kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=3156

געפילטע פיש » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 10:11 am

· #165153
די מוני המצוות און ראשונים זאגן אז די נתירה, דאס נויגן, און טוהן למעשה, נאכצולויפן עבודה זרה אדער ערוה, דאס איז די לאו.

אבער אויב ווילסטו זען אותיות מחכימות האב איך אויך אפאר.

חינוך במצווה שפ"ז: איסור ההליכה לרעה אחר מחשבת הלב ומראה העיניים.

די רמב"ם זאגט אז כל המסתכל באצבע קטנה: והמסתכל אפילו באצבע קטנה של אשה ונתכוון להנות כמי שנסתכל במקום התורף.
לגבי הסתכלות על הפניוה זאגט ער: אבל לא יסתכל דרך זנות.

ריטב"א אין קידושין: ואם מכיר בעצמו שיצרו נכנע וכפוף לו ואין מעלה טינא כלל, מותר לו להסתכל ולדבר עם הערוה ולשאול בשלום אשת איש.

און בכלל איז דא אסאך אחרונים, ובתוכם הגרש"ז אויערבאך, וואס זאגן אז די גדרים פון חז"ל ווי איסור הליכה אחורי אשה וכדו', איז שייך געווען בזמן חז"ל ווען טרעפן א פרוי אויפן גאס איז געווען א דבר שאינו מצוי, וממילא האט יעדע הסתכלות גורם געווען הרהור, משא"כ היינט וואס מ'קען זאגן דדמי עלן קקאקי חיוורי.

חזקיהו המלך » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 10:29 am

· #165156
.

סאו וואט » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 10:35 am

· #165162
מיר האט מען אויסגעלערנט, אז יעצט בימי חנוכה בהסתכלות על הנרות, קען מען אלסדינג מתקן זיין.

I'm back » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 3:51 pm

· #165231
גאלד
עבודה זרה כ.

מעשה ברבן שמעון בן גמליאל עס האט פאסירט אמאל א מעשה מיט רשב"ג, שהיה על גבי מעלה בהר הבית וואס ער איז געוועזן אויף איינע פון די שטיגן פון הר הבית, (פארשטייט זיך לאנג נאכן חורבן,) וראה עובדת כוכבים אחת נאה ביותר און ער האט געזעהן א געוויסער זייער שיינער גויטע א געצין דינערן, אמר האט רשב"ג אויסגערופן דער פסוק אין תהילים, "מה רבו מעשיך ה'!" אה! ווי גרויס זענען די ווערק פון הקב"ה,
ואף אויך האט פאסירט נאך א מעשה, ר' עקיבא מיט ר' עקיבא, (א דור פאר רשב"ג,) ראה אשת טורנוסרופוס הרשע ער האט געזעהן די ווייב פון דעם רשע טורנוסרופוס, (טורנוסרופס איז געווען א פילאזאף וואס פלעגט שטענדיג זיך דעבאטירן מיט ר' עקיבא פארן קיסר און ר' עקיבא פלעגט איהם שטענדיג מנצח זיין, איין טאג איז טרונסרופוס אהיימגעקומען דיפרעסט, פרעגט איהם די ווייב וואס ביסטו אזוי ציטראגן, פארציילט איהם טורנוסרופוס איבער די ויכוחים וואס ער האט מיט ר' עקיבא און איז איהם שטענדיג מנצח, עצה'ט איהם זיין ווייב אז זי וועט פרובירן מחטיא זיין ר' עקיבא אזוי זאל ער פארפיינטעט ווערן ביים אייבירשטן, ער זאל איר נאר געבן רשות, און דער רשע האט איר געגעבן רשות. דער פרוי האט זיך אנגעטאן פראוואקעטיוו אין זיך געשטעלט פאר ר' עקיבא פלורטן), ווי נאר ר' עקיבא האט איר געזעהן האט ר' עקיבא רעאגירט מיט 3 באזונדערע רעאקציעס, 1. רק ער האט געשפיגן, 2. שחק ער האט געלאכט, 3. ובכה און ער האט געוויינט, איז די גמרא מסביר, רק געשפיגן האט ער צוליב

...המשך יבוא


זי האט באמת געמיינט אז זי וועט עם קענען מחטיא זיין???
מיט וואס? גניבה?
איי מין, קאם אן.

געפילטע פיש » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 6:00 pm

· #165262
זי האט עם טאקע נישט מחטיא געווען, אבער אויסגעפירט האט זי יא.

ממרום שלח אש » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 6:13 pm

· #165263
קוקן אויף א פרוי במקומות המגולים נארמאלערהייט אזוי ווי מען קוקט אויף א מאן איז זיכער מותר, אויף א בילד אדער סקרין איז נאך גרינגער, לויט די וואס האלטן אז איסור הסתכלות איז א ענין פון זנות בעינים.

(להוציא פון רב הארפענעס וואס שרייבט אז בילדער זענען הארבער ווייל מען קען קוקן דערויף באהאלטענערהייט אן קיין בושה...)

א גויטע איז מיט אלע הרחקות גרינגער ווייל זי איז נישט קיין ערוה מן התורה.

לגבי מקומות המגולים יש לעיין מה הגדר בזה, עס איז זייער מסתבר אז עס איז תלוי במנהג המקום ברוב נשים, דהיינו אויב במקומתנו איז די סדר אז נאר די דדים און אותו מקום זענען מקומות המכוסים קען מען אזוי אננעמען לגבי תפח מגולה.

מנשה לוסטיג » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 7:07 pm

· #165271
הנערות הללו אין לנו רשות להשתמש בהן אלא לראותן בלבד

טאמבל סאס » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 9:05 pm

· #165284
ס'שטייט דאך הנערות הללו אנו מדליקין?! אבער קען זיין ס'נאר על ידי כהניך הקדושים. מנשה, ביסט א כהן?

שרייבער » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 9:28 pm

· #165287
אנו מדליקין אדער מדליקין אנו?

kliger » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 9:33 pm

· #165290
גוטע פינטעלך
kliger
ולא תותירו פשוט פשט מיינט פלעין אז מען זאל נישט נאכגיין נאך די אויגן און טוהן למעשה!
א פשוטע טעות
וואס זאגן די מבקרי המקרא??


ראשית 'ולא תותירו' פשוט פשט מיינט אז מען זאל נישט איבערלאזן...

והשנית מען האט נישט ג'פרעגט פשוט פשט נאר על פי 'הלכה', די מקורות ההלכה האבען אנדערש פארטייטש די פסוק, וז"ל הבית יוסף (אה"ע סי' כ"א): כתוב בארחות חיים (ח"ב הלכות ביאות אסורות סי' יג) בשם ה"ר יונה (באגרת התשובה יט כ) אסור להסתכל באשת איש מן התורה שנאמר (במדבר טו לט) ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם. ואסור להסתכל בפנויה מדברי קבלה שנאמר (איוב לא א) ברית כרתי לעיני ומה אתבונן על בתולה.
kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=3156


אודאי איז דא אן אסמכתא דרבנן

אבער פשוט מיינט אז מען זאל נישט נישט נאכגיין טוהן וואס די אויגן זעהן

גאלד » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 9:45 pm

· #165292
גמ' עבודה זרה כ.

מעשה ברבן שמעון בן גמליאל עס האט פאסירט אמאל א מעשה מיט רשב"ג, שהיה על גבי מעלה בהר הבית וואס ער איז געוועזן אויף איינע פון די שטיגן פון הר הבית, (פארשטייט זיך לאנג נאכן חורבן,) וראה עובדת כוכבים אחת נאה ביותר און ער האט געזעהן א געוויסער זייער שיינער גויטע א געצין דינערן, אמר האט רשב"ג אויסגערופן דער פסוק אין תהילים, "מה רבו מעשיך ה'!" אה! ווי גרויס זענען די ווערק פון הקב"ה,
ואף אויך האט פאסירט נאך א מעשה, ר' עקיבא מיט ר' עקיבא, (א דור פאר רשב"ג,) ראה אשת טורנוסרופוס הרשע ער האט געזעהן די ווייב פון דעם רשע טורנוסרופוס, (טורנוסרופס איז געווען א פילאזאף וואס פלעגט שטענדיג זיך דעבאטירן מיט ר' עקיבא פארן קיסר, פארשטייט זיך ר' עקיבא פלעגט איהם שטענדיג מנצח זיין, איין טאג איז טרונסרופוס אהיימגעקומען ציגעלייגט, פרעגט איהם די ווייב וואס ביסטו אזוי אנגעזעצט, פארציילט איהם טורנוסרופוס איבער די ויכוחים וואס ער האט מיט ר' עקיבא און איז איהם שטענדיג מנצח, עצה'ט איהם זיין ווייב - דער זרש - אז זי וועט פרובירן מחטיא זיין ר' עקיבא אזוי זאל ער פארפיינטעט ווערן ביים אייבירשטן, ער זאל איר נאר געבן רשות, און דער רשע האט איר געגעבן רשות. זעהט אויס זי איז געווען א געזונטע קליפה א מכשפה איז זי האט גוט געוויסט אז ר' עקיבא איז מנצח מיט הימלישע כוחות, א כלל דער פרוי האט זיך אנגעטאן רייצעריש אין זיך געשטעלט פאר ר' עקיבא), ווי נאר ר' עקיבא האט איר געזעהן האט ר' עקיבא רעאגירט מיט 3 באזונדערע רעאקציעס, 1. רק ער האט געשפיגן, 2. שחק ער האט געלאכט, 3. ובכה און ער האט געוויינט, איז די גמרא מסביר, רק געשפיגן האט ער צוליב שהיתה בא מטיפה סרוחה ווייל זי קומט פון א פארשטיקענע טראפן, ר' עקיבא האט געוואלט דערמיט זיך פארמיסן פון איר ער זאל נישט נאכגעצויגן ווערן נאך איר, ווייל דער שפייעכטס איז דומה צו דער טיפה סרוחה, שחק געלאכט האט ער צוליב, דעתידא דמגיירא ווייל ר' עקיבא האט געזען ברוח קדשו אז זי וועט זיך מגייר זיין, ונסיב לה און זי גייט חתונה האבן מיט איהם, די ראשונים זאגן אז זי האט זיך מגייר געווען טאקע צוליב דעם אינצידענט, זי איז זייער איבערגענומען געווארן פון ר' עקיבא'ס רעאקציע און זיין הסבר, און זי האט געפרעגט ר' עקיבא צו זי קען נאך תשובה טאן און ר' עקיבא האט געזאגט יא, האט זי זיך מגייר געווען און ר' עקיבא האט חתונה געהאט מיט איר, לכאורה ווי איך פארשטיי האט ר' עקיבא געלאכט ווייל ער האט הנאה געהאט אז אזא קליפה איז אריבערגעקומען צו די צד הקדושה, למעשה ווייס מיר אז ר' עקיבא האט חתונה געהאט מיט כלבא שבוע'ס טאכטער, מוז מען זאגן לכאורה אז די מעשה דא איז געווען א שפעטערע זיווג, ווייטער בכה געוויינט האט ער צוליב דהאי שופרא בלי עפרא וואס דער שיינער גוף איז עתיד צו ציגרינד גיין אין דער ערד, עד כאן הסיפור,
(דא לאז איך אויס איין שורה וואסי נישט נוגע לענין)
פרעגט די גמרא אויף די מעשה ולאסתכולי מי שרי מעג מען דען קוקן אויף א פרוי? מיתיבי איך וועל דיר ברענגן א ברייתא וואס איז משמע אז עס איז אסור, דער פסוק זאגט אין פרשת כי תצא ונשמרתם מכל דבר רע איר זאלט זיך היטן פון יעדער שלעכטער זאך, איז דער פשט אז די תוה"ק איז דא מזהיר אז מ'זאל זיך היטן פון טאן זאכן וואס קען גורם זיין אז צו טאן שלעכטס, דהיינו הוצאת ז"ל, לערנט אונז דער פסוק שלא יסתכל אדם באשה נאה אז א מענטש טאר נישט קוקן אויף א שיינע פרוי, ואפי' פנויה אפי' זי איז אומפארהייראט, וואס דאן איז זי מותר לכל און נישט קיין ערוה (פארשטייט זיך מ'רעדט דא פון א פרוי וואס איז נישט זיין ערוה), די זעלביגע באשת איש טאר מען נישט קוקן אויף א פארהייראטע פרוי, ואפי מכוערת אפי' זי איז א מיאוסע, ווייל א אשת איש איז א ערוה ממילא איז עס הארבער, (קוקן אויף א פרוי בדרך זנות, פלורטעשע"ס בלע"ז, זיך ווינקן און שמייכלן בדרך חיבה, איז א לאו פון "ולא תתרו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם" פון דעם איז נישט די רעדע דא, דא רעדט מען בלויז אנקוקן א פרוי לשם הנאה ותאוה), ולא בבגדי צבע של אשה אויך טאר מען נישט קוקן אויף קאלירטע פרויען קליידער (די מפרשים זענען מסביר אז בימי חז"ל זענען די שיינע קליידער געווען קאלירט, דאס מיינט אז בימינו סיי וועלעכער קלייד וואס איז געמאכט זיך צו באפיצן און זיין סטייליש גייט אריין בגדר בגדי צבע, אפי' ס'נישט קאלירט, כ'קלער אפשר אז א פאנדשעלא צו א ספאנדש טיכל גייט אפשר נישט אריין אין כלל פון בגדי צבע) ולא בחמור ולא בחמורה און נישט אויף א זכר אייזל מיט א נקבה אייזל בשעת זיי זענען בועל, ולא בחזיר ולא בחזירה און נישט אויף א זכר חזיר מיט א נקבה חזיר בשעת זיי זענען בועל, ולא בעופות בזמן שנזקקין זה לזה און נישט אויף פויגלען בשעת זיי באהעפטן זיך איינעם מיטן אנדערן, אויף די אלע זאכן טאר ער נישט קוקן ווייל עס קען גורם זיין צו הרהור עבירה און צו הוצאת ז"ל ואפי' מלא עינים כמלאך המות אפי' ער איז פיל מיט אויגן ווי דער מלאך המות וואס האט אויך פיל מיט אויגן, דאס מיינט צו זאגן אפי' אויב א מענטש געפינט זיך אין א מצב וואס ער איז ארומגענומען פון אלע זייטן מיט די אלע זאכן וואס מ'טאר נישט קוקן און ס'איז איהם שווער צו קאנטראלירן נישט צו קוקן, מוז ער זיך מתאמץ זיין נישט צו קוקן,
(דא לאז איך ווייטער אויס אפאר שורות וואסי נישט נוגע)
א כלל איז דאך שווער וויזוי האט רשב"ג מיט ר"ע געמעגט קוקן אויף די דאזיגע פרויען?
ענטפערט די גמרא קרן זוית הואי אז די מעשה מיט תנאים זענען געווען א אויסנאם ווייל זיי האבן זיך פלוצלינג אומוועלנדיג דערזעהן מיט די פרויען פאר זייער נאז, ווען זיי האבן זיך באגעגענען ביי א ווינקל פון א גאס וואס דאן זעהט מען דאך גארנישט פון דערווייטנס,
עד כאן, (די גמ' איז ווייטער ממשיך איבער בגדי צבע עיין שם)
מאנכע טענה'ן אז פון דער גמ' איז משמע אז הסתכלות מיינט נישט דוקא שטארק באטראכטן, הבטה, סטעי"רן בלע"ז, נאר אפי' קוקן אויבערפלעכליך, שטחיות, איז אויך אסור, ווייל אנדערש קען מען דאך נישט פרעגן פון די תנאים ווייל ס'נישטא קיין שום סיבה צו קלערן אז די תנאים האבן געקוקט בהבטה, אנדערע זאגן אז למעשה זעהט מען דאך אז זיי זענען נתפעל געווארן פון זייער יופי, מוז דאך זיין אז זיי האבן יא עפעס מער געזעהן ווי סתם ראוי' שטחיות, אבער עכ"פ ס'מוז זיכער נישט זיין קיין הבטה בדיוק נאר עפעס שוואכער וואס מ'ווערט נתפעל פון די שיינקייט איז לכאורה זיכער אסור, לפי הגמ' הנ"ל

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 9:57 pm

· #165297
מנשה לוסטיג
הנערות הללו אין לנו רשות להשתמש בהן אלא לראותן בלבד

פון דא ווילסטו ברענגען א ראיה אז מען מעג קוקן אויף זיי?.. דאס שטימט אייגענטליך גאר גוט מיט די גמרא הנ"ל וואס גאלד האט צוגעברענגט. ווען מעג מען קוקן אויף זיי? נאר כדי צו זעהן נפלאות הבריאה און דאנקען השי"ת אויף דעם, דאס איז פשט, אלא לראותן בלבד כדי להודות ולהלל על נפלאותיך וכו' ודפח"ח ודו"ק.

מנשה לוסטיג » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 10:22 pm

· #165303
כ'וויל צולייגן אז כ'וויל נישט נעמען די אטענטשען פאר זיך, ווייל דאס ווערטל 'הנערות הללו וכו' איז נישט מיינס. ס'איז א אלטע אויסדרוק.

diff » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 2:37 pm

· #165386
This eshkol goes with todays system of echad bpe vechad belev.

Chazal's drashos were said to the bnei yeshiva and not always meant for the public.

ראש הישיבה » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 4:19 pm

· #165410
דער (פינטעל) איד
אן קיין גימיקס ביטע! מעג מען קוקן -לייוו אדער אויף א ווידיא- אויף אן אישה נשואה? לויט וויאזוי מ'האט מיר געלערענט איז נישטא קיין שום היתר צו קוקן! ולא תתורו אחרי לבבכם. ווען מ'טוט עס פאר ביזנעס איז עס זיכער דא אנדערע הלכות וויאזוי מ'מעג זיך פירן , אבער פאר סתם אינטערטענמענט וויאזוי איז דא א היתר דערויף? אדרבה , ילמדינו קאוועלינו.


שלום וברכה אל כבוד דער פינטעלע איד שיחי'

דיין שאלה וואס נישט נאר דו פרעגסט נאר יעדער מענטש פרעגט עס. אין עס איז נוגע פאר אונז אלע. כאטש איך פיר מיר נישט צו פסק'ענען קיין שאלות אפילו פאר מיר אליינס, פיל פאר וויכטיג צו שרייבן חוות דעתי, כדי לברר הלכה, ואם שגיתי השם הטוב יכפר. ובודאי אין לפסוק הלכה מכל זה, נאר יעדער זאל אליינס נאכקוקן אין מקורות.

איך גיי צוטיילן די שאלה אין דריי טיילן: 1. הלכה, 2. הנהגה של חסידים, 3. פראקטיק.

הלכה:
עס איז דא צוויי פסוקים, איינס איז ולא תתורו, צוויי ונשמרתם. ביי יעדע קירוב אל הערוה ע"י הסתכלות איז דא די איסור פון ולא תתורו (יש אופנים מדרבן ויש אופנים מה"ת ויש אופנים מחלוקת בזה) {חוץ פון ונשמרת כדלהלן}. ביי יעדע זאך וואס קען צוברענגן לידי קרי איז דא ונשמרתם. למשל לראות בחיה ועוף מזדווג כאטש עס ברענגט אים נישט צו דער מעשה עבירה אבער ער איז עובר שלא יהרהר וכו'. וכן בגדי אשה שמכיר איז די זעלבע זאך. מכל זה יוצא אז ראיה איז מותר על פי הלכה באופן שאינו נהנה. ווען ער איז מעיין אף על פי שלא בדרך זנות, רק שנהנה מיפיה, איז ער עובר אויף ונשמרתם, ווען די פרוי איז נישט קיין ערוה אויף אים, ווען עס איז דא א איסור ערוה, ווי א"א, איז ער עובר אויף ולא תתורו. בכל אופן להרהר על אשה בדרך זנות איז ער עובר אויף ונשמרתם, אפילו אויב ער איז מהרהר אויף א פנויה כדי לינשא לה, כמבואר בשו"ע. יש פוסקים אז הרהור באשה סתם, אויב די פרוי איז נישט דארט איז עס נאר איסור דרבנן, אם לא בא לידי עבירה בלילה.

בילדער אין קליפס:
דער בן איש חי איז מחדש אז א פרוי טאהר זיך נישט לאזן פאטאגראפירן ווייל די בילד קען אנקומען צו מענער און זיי וועלן נכשל ווערן און זי איז עובר אויף לפני עיוור!! למעשה רוב פוסקים האלטן אז עס איז נישט אסור צו קוקן אויף בילדער פון נשים אלס ולא תתורו, נאר אלס ונשמרתם. פארשטייט זיך אז די היימישע רבנים זענען מחמיר אין דעם. אבער ר' בנימין זילבער אין זיין ספר תורת ההסתכלות, שרייבט אז אויב די בילדער וועלן אים נישט ברענגען לידי הרהור או מעשה, מעג ער קוקן אויף דעם, אויב די פרויען זענען נישט פריצות'דיג אנגעטוהן. ער איז מדמה דאס צו בגדי צבעונין. אנדערע האבן געשריבן בריוון צו אים מיט טענות, אבער ער פארטיידיגט עס, אז מיר קענען נישט זיין פרומער ווי חז"ל, און וויבאלד חז"ל זאגן אז ולא תתורו גייט נאר אהן אויב ער קוקט אויף די פרוי, קענען מיר נישט מחמיר זיין, חוץ אם מביא אותו לידי הרהור. (הרב זילבער האט געמאכט דעם ספר כדי נישט מחמיר זיין מעהר ווי עס שטייט אין חז"ל, כמבואר בהקדמה).

הנהגת חסידים:
צו מונע פון צוקומען לידי ראיה.

פראקטיק:
א מענטש דארף זיין א מענטש. אויב מיר גייען זיך פירן כחסידים פאר מיר זענען מענטשן, וועלן מיר זיין בעלי מום. דהיינו, אז יעדע מאהל מען וועט זעהן א פרוי וועט עס ווערן א גאנצע איבערקערעניש. א מענטש דארף זיך געוואיונען צו זעהן א פרוי און רעדן צו איר, זיך מתנהג זיין מיט איר ווי א יומען ביאינג, אהן דארפן מסתכל זיין ביופיה און מעיין זיין אין איר, בין להנאה, ובין דרך זנות. אח"כ אויב ער וויל מער מדריגות, קען ער זיך פירן ווי די הנהגת החסידים, אין טוהן וואס ער קען צו מונע אפילו ראיה.

בנוגע לבילדער ווידיאויס וכו', א מענטש דארף זיך גוט אפמעסטן און זיך פרעגן, פארוואס קוק איך אויף דעם? מיין איך נאר לשם הנאה, אדער עכ"פ מאחורי הפרגוד מיין איך אויך די הנאה פון זנות שבו? אויב ער איז דער יחיד וואס ער האט סתם הנאה צו וואטשן א שיינע זאך, גראדע פונקט יעצט איז עס א פרוי, לפי פסק רב זילבער מעג ער. אבער יש הרבה חולקים על זה.

כתבתי כל זה אחר העיון במקורות דלהלן: תורת ההסתכלות סימן י"ד אות ל"ט, אז נדברו סימן ל"ה, שו"ע אבן העזר סימן כ"ב, אינצקלופדיה תלמודית ערך הרהורי עבירה אין ערך גלוי עריות. עס איז כדאי נאך צוקוקן אזוי אויך אין אוצר החכמה דורך אריין לייגן הרהור תמונה, ותמצא נחת.

בברכת חנוכה שמח

ראש הישיבה

ראש הישיבה » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 2:13 pm

· #165846
בילדער אין ווידיאויס
איך וויל קלאהר שטעלן, אז דאס וואס איך האב געזאגט בשם הרב זילבער אז מען מעג קוקן אויב מען האט נישט אינזין על דרך זנות, דאס איז נאר אויב מען קען נישט די פרוי, וכמבואר בטעמו, ווייל ער איז עס מדמה צו בגדי צבעונין וואס איז נאר אסור אויב מען קען די פרוי, משא"כ אויב מען קען די פרוי איז אסור צו קוקן אויף בילדער וכו', פונקט ווי עס איז אסור צו קוקן אויף בגדי צבעונן באשה שהוא מכרה, ועעין בתורת ההסתכלות.

איחוד פעלד » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 8:56 pm

· #165953
וואס איז מיט פרויען, מעגען זיי קוקען אויף מענער לשם הנאה?

גאלד » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 10:41 pm

· #165976
מ'רעדט דערפין,
זיי זאגן אז וויבאלד דער טעם פון "ונשמרתם מכל דבר רע" איז צוליב השחתת זרע, זענען די איסורים נישט נוגע ביי נשים
אבער די איסור פון "ולא תתרו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם" זענען נשים יא מציוה, דאס מיינט הסתכלות לשם זנות איז אסור ביי נשים אויך

איחוד פעלד » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 12:23 am

· #165997
ווער זענען די "זיי זאגען"

ונשמרתם איז אלץ השחתת זרע? זייט ווען?

דעת תורה » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 12:42 am

· #166002
איך שריי דאס שוין פריער אינעם אשכול. לפי די ניקים, איז אויס מחלוקה צי השחתה איז א דאורייתא, און מען ברויך זיך נישט פלאגן זוכן א מקור דערויף. ונשמרת - השחתה און א גוטן טאג.

נאר אוודאי איז ונשמרת א איסור אויסדרוקליך אויף הרהור, ומדסמיך לפרשת קרי הוציאוהו בלשון הזה שלא יבוא לידי טומאה, והוא פשוט.

גאלד » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 1:44 pm

· #166086
ונשמרתם איז לכו"ע אלס השחתת זרע, דאס האט קיין שום חולק,
און דער רמב"ן, רבינו יונה, וחרדים, רעכנען עס ממנין תרי"ג מצות,
דאס מיינט סיי וועלכע הסתכלות וואס איז מביא לידי הרהור איז א איסור דאורייתא לכו"ע,

לגבי נשים עיין אגרות משה אבן העזר חלק א' ס"ט, בפשטות איז נישט שייך קיין ונשמרתם ביי זיי, אבער ולא תתרו יא, עיין שם

ראש הישיבה » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 4:40 pm

· #166147
גאלד

דאס מיינט סיי וועלכע הסתכלות וואס איז מביא לידי הרהור איז א איסור דאורייתא לכו"ע,


עיין בספר תורת ההסתכלות שלא דבר פשוט הוא שכל הסתכלות המביא לידי הרהור אסור מן התורה. הרבה פוסקים ס"ל שהוא מדרבנן. אבל האוא איסור חמור.


לגבי נשים עיין אגרות משה אבן העזר חלק א' ס"ט, בפשטות איז נישט שייך קיין ונשמרתם ביי זיי, אבער ולא תתרו יא, עיין שם


בענין נשים עיין בטור ב"י בדין נשים במסולאים זה בזה.