☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פרייז גליטש אויף עמעזאן!

פרייז גליטש אויף עמעזאן!

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5305

אפטעמיסט » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 9:29 pm

· #165074
פרייז גליטש אויף עמעזאן!
סאיז יעצט געוועהן אן אבנארמאלען טעות אויף עמעזאן ווי א לעפטאפ וואס קאסט ארגינעל $699 איז פארקויפט געווארן פאר $65.99. ווייסט איינער צו זיי וועלן honor'ן די דיעל?

*די דיעל איז שוין טויט

א גאסט אויף א וייל » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 10:37 pm

· #165085
Wait and see. I got in. Very pessimistic that it will be honored.

געפילטע פיש » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 10:39 pm

· #165086
כ'וויל נישט זיין דער מבשר רעות, אבער דער עולם האט שוין אנגעהויבן צו באקומען cancellation אימעילס.

אפטעמיסט » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 10:47 pm

· #165090
איך הער אז עמעזאנס פאליסי איז אז א seller וואס honored נישט זיינע גליטשעס פארשפארט מען אים זיין קאנטע. איז דאס וואר?

געפילטע פיש » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 11:27 pm

· #165101
ס'איז א זיבן הונדערט דאלערדיגע לעפטאפ. לאמיר זאגן אפילו אויב ער האט נאר פארקויפט א טויזענט שטיק פאר דעם פרייז, און עם קאסט עס לפחות $300, און פון עמעזאן באקומט ער 55-60, האט ער נאכאלץ פארלוירן $240,000. איך הייב אן צו פילן שלעכט פארן מענטש, זאל איך קענסלען מיין ארדער?

פרישער » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 11:35 pm

· #165104
איך האב געזעין א בילד אז איינער האט געקויפט טויזענט שטיק.

שנשמע ונתוואטע בתולות טובות
IMG-20131126-WA0040.jpg

רויטע וואנצעס » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 11:56 pm

· #165109
די יענטא שוועגערין האט שוין געקאלט יענטעווען אז מ'זאל שוין לויפן קויפן, אבער די cancellations זענען געקומען צופליען פונקט ווי אין די פארגאנגענהייט.

לעיקוואד » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 1:21 am

· #165129
קען מען שוין אפשר קלאר מאכען אז עס איז נישט ריכטיג לכתחילה זיך אנכפען אויף אזוינע סעילס ווען עס איז קלאר א טעות?
למה הדבר דומה, אז אין א געוויסע געשעפט איז דער ארבעטארער אביסעלע מיד, און בטעות אנשטאט רעכענען הונדרעט דאלער אויף א פראדוקט רעכענט ער צען. האט איינער א הוה אמינא ארומצוטעקסטען די גאנצע שטאט קומטס לויפען צו דער און דער געשעפט אויף דער און דער גאס מען קען כאפען א איטיים פאר א צענטל די פרייז, און קיינער זאל נישט מאכען קיין קאווע פאר דער ארבעטארער ער זאל ווערן מער וואך אדער מודיע זיין פאר דער בעל הבית כדי מיר זאלען קענען אריינכאפען דער 'דיעל'?
דער קאמפיוטער איז דאך נישט מער פון אן ארבייטער ביי דער בעל הבית, פונקט ווי דער פיזישער ארבעטארער.

איינער טראכט דא אנדערש?

אפטעמיסט » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 1:42 am

· #165132
ביסט בעצם גערעכט. אבער סאיז דא שתי תשובות בדבר:
א) ביי א געשעפט קען אזא זאך נישט פאסירן ווייל דער מוכר וועט גלייך אינאכט נעמען אז עפעס איז נישט בסדר אז די גאנצע שטאט קומט לויפן קויפן דעם איין פראדוקט, משא"כ אויפן געוועב וואו דער מוכר לייגט זיך שלאפן און האט נישט קיין מושג אז האלב אמעריקא פילט זיך אן די וועגעלעך.
ב) א יעדער מאכט זיך די חשבון אז אויב ער וועט עס נישט נעמען וועט עס א צווייטער קויפן. איז פארוואס זאל ער נישט כאפן די מציאה?

לעיקוואד » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 4:57 am

· #165137
א) אויף אידיש: דער בעל הבית קוקט נישט יעצט לאמיר גנב'נען.
ב) אויף אידיש: דער טיר איז אפען, אז איך וועל נישט גנב'נען וועט דאך א צווייטער, זאל עס שוין זיין מיר.

איך ווייס נישט אויב דאס איז ממש גניבה, איך בין נאר מסביר ווי די טענות זענען לעכערליך.

גאלד » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 7:05 am

· #165139
אויב איז עס א אנעסט טעות, איז עמעזאן קיינמאל נישט מעניש דעם סעלער, איך האב שוין אמאל געהאט אזא מין זיך, איך האב געקויפט עפעס פאר שפאט ביליג, כ'דענק שוין נישט וואס, אין דער סעלער האט מיר צוריקגעשריבן זיך אנטשולדיגן אז ס'איז א טעות און ער פארקויפט מיטאמאל דעם אייטעם און ביי דעם האט זיך עס געענדיגט,

אפטעמיסט » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 8:39 am

· #165144
לעיקוואד
א) אויף אידיש: דער בעל הבית קוקט נישט יעצט לאמיר גנב'נען.
ב) אויף אידיש: דער טיר איז אפען, אז איך וועל נישט גנב'נען וועט דאך א צווייטער, זאל עס שוין זיין מיר.

איך ווייס נישט אויב דאס איז ממש גניבה, איך בין נאר מסביר ווי די טענות זענען לעכערליך.

וואס איז מיט טעות עכו"ם מותר?

קאווע טרינקער » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 8:41 am

· #165146
לעיקוואד האט א ריינע טענה, איך האב באקומען דעם שולד געפיל נאכן קויפן, און כ'האב הנאה געהאט פונעם "צוריקצו" הודעה פונעם מוכר.

געפילטע פיש » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 9:28 am

· #165149
אפטעמיסט
לעיקוואד
א) אויף אידיש: דער בעל הבית קוקט נישט יעצט לאמיר גנב'נען.
ב) אויף אידיש: דער טיר איז אפען, אז איך וועל נישט גנב'נען וועט דאך א צווייטער, זאל עס שוין זיין מיר.

איך ווייס נישט אויב דאס איז ממש גניבה, איך בין נאר מסביר ווי די טענות זענען לעכערליך.

וואס איז מיט טעות עכו"ם מותר?

נישט יעדע זאך וואס איז מותר איז אויסגעהאלטן עטיש.

יואב » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 10:00 am

· #165150
געפילטע פיש
אפטעמיסט
לעיקוואד
א) אויף אידיש: דער בעל הבית קוקט נישט יעצט לאמיר גנב'נען.
ב) אויף אידיש: דער טיר איז אפען, אז איך וועל נישט גנב'נען וועט דאך א צווייטער, זאל עס שוין זיין מיר.

איך ווייס נישט אויב דאס איז ממש גניבה, איך בין נאר מסביר ווי די טענות זענען לעכערליך.

וואס איז מיט טעות עכו"ם מותר?

נישט יעדע זאך וואס איז מותר איז אויסגעהאלטן עטיש.

און בכלל, וואס ווייסטו וואס טוהט זיך אונטערן מוכר'ס זיפער? האבן זיינע חפצים א לעבל פון יהודי ולא ציוני?

אפטעמיסט » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 10:30 am

· #165159
איך בין גראדע מודה צו דיר @געפילטע פיש אז סאיז נישט מענטשליך צו אויסניצן אן אומשולדיגן פארקויפער און זיך ארויף כאפן אויף זיין טעות. אבער פארוואס זעהט מען אין די תורה אז טעות עכו"ם מותר? די תורה איז דאך דרכיה דרכי נועם און איז פארט מתיר א טעות. אפשר רעד די תורה נאר פון אן אופן וואו דער מוכר וועט נישט כאפן אז ער האט זיך טועה געוועהן און פארלוירן געלט, אבער כמיין די תורה מאכט נישט קיין חילוק.

לעיקוואד » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 10:31 am

· #165160
איך גלייב אז נישט דאס הייסט טעות עכו''ם. אויב זאל מען גיין מיט מיין משל פון דער ארבייטער פארשטייט מען פארוואס. אבער לא עיינתי כעת בסוגיא להלכה.

בכל אופן איך טענה נישט אז עס איז ממש גניבה, אויף דעם דארף מען עקסטער מעיין זיין, אבער ועשית הישר והטוב און דלך סאני לחברך לא תעביד איז דאס קלאר שולל.

דעת תורה » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 10:33 am

· #165161
כמובן, בהנחה אז דער מוכר איז א איד. און דאן איז פארשטייט זיך נישטא קיין היתר פון טעות אויך נישט.

אפטעמיסט » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 10:46 am

· #165165
סיבות פארוואס מען קען יא באשטעלן דעם לעפטאפ:
א) הלכה- טעות עכו"ם מותר (ולכאו' ה"ה בנידן דידן)
ב) ועשית הישר והטוב- סהעט ממילא צעכאפט ווערן דורך אנדערע, מיין בליט איז פונקט אזוי רויט.
ג) מאראל און עטיק- עיין סעיף ב'

smart » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 11:39 am

· #165171
עטס מיינטס טאקע ער גייט אדורך לאזען 1000 שטיק?? עק וועט נישט כאפן דעעם טעות? איי דאוינט דינק סאו

green sunday » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 11:42 am

· #165174
פין עקספיריענס ווייס איך אז זיי שפארן נישט אפ אויב זיי זעהן אז עס איז געווען א פאדריסלכער טעות.

אפטעמיסט » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 11:47 am

· #165176
גראדע, מיין ארדער איז געקענסעלט געווארן, אזוי אויך די ארדערס פון עטליכע פון מיינע קרובים און חבירים. אפשר זאל @הוגה נעמען א סורוועי ווי סאך ארדערס זענען אדורך און ווי פיל נישט. 😂

שטילע אינגערמאן » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 12:13 pm

· #165185
אפטעמיסט
אפשר זאל @הוגה נעמען א סורוועי ווי סאך ארדערס זענען אדורך און ווי פיל נישט. 😂

קענסט אפשר מסביר זיין די געלוגענע וויץ? א אפטעמיסט א לץ

קרעמער1 » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 2:47 pm

· #166107
אפטעמיסט
איך בין גראדע מודה צו דיר @געפילטע פיש אז סאיז נישט מענטשליך צו אויסניצן אן אומשולדיגן פארקויפער און זיך ארויף כאפן אויף זיין טעות. אבער פארוואס זעהט מען אין די תורה אז טעות עכו"ם מותר? די תורה איז דאך דרכיה דרכי נועם און איז פארט מתיר א טעות. אפשר רעד די תורה נאר פון אן אופן וואו דער מוכר וועט נישט כאפן אז ער האט זיך טועה געוועהן און פארלוירן געלט, אבער כמיין די תורה מאכט נישט קיין חילוק.

פונעם רמב" ם איז קלאר משמע אז אויב דער גוי וועט זיך כאפן איז עס יא אסור. ווייל טעות עכו"ם איז נאר מותר ווייל ער ווייסט נישט, ממילא איז עס אזוי ווי "אבידת עכו"ם" וואס מע איז נישט מחויב אפצוגעבן.

עיין רמב"ם הלכות גזילה ואבידה פרק יא הלכה ד וה
<a class="postlink" href="http://he.wikisource.org/wiki/%D7%A8%D7%9E%D7%91%22%D7%9D_%D7%94%D7%9C%D7%9B%D7%95%D7%AA_%D7%92%D7%96%D7%99%D7%9C%D7%94_%D7%95%D7%90%D7%91%D7%99%D7%93%D7%94_%D7%99%D7%90_%D7%93">http://he.wikisource.org/wiki/%D7%A8%D7 ... %90_%D7%93</a>

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג דעצעמבער 6, 2013 2:15 pm

· #166733
טעות עכום איז נאר מותר נאכדעם וואס מ'האט עס באקומען, נישט אז מ'מעג עס נעמען על סמך דער טעות וואס ער האט געמאכט, וע''ז נאמר אסור להטעותו. אחוץ דעם איז דא ועשית הישר והטוב, וואס דער רמבן ערקלערט אז ס'מיינט מ'זאל טוהן ביזנעס אין אן אופן וואס איז גוט פאר יעדער איינער, נישט געי''מען דע סיסטע''ם. 

אפטעמיסט » זונטאג פעברואר 9, 2014 7:50 pm

· #182515
ס'איז יעצט דא געלעקסי סמארטפאונס פאר בלויז $20 א שטיקל!
רבותי, כאפטס מציאות!
<a class="postlink" href="http://forums.dansdeals.com/index.php?topic=38276.0">http://forums.dansdeals.com/index.php?topic=38276.0</a>

שטילע אינגערמאן » זונטאג פעברואר 9, 2014 8:10 pm

· #182518
איך בין גרייט זיך צו בעטען אז מ'כאפט נישט קיין מציאות נאר מ'כאפט קאפ-ווי
ס"ה גייט שטיין אויף דיין קרעדיט קארד סטעיטמענט 20 דולר גענוצט פעברואר 9 אין צוואנציג דולר צירוק פעברואר 13.
אין היינט וועסטו באקומען א אי'מעיל פון איבעי אז האסט געקויפט אין אפאר טעג ארום אז האסט צירוק באקומען דיין געלט
טאמער ווילסטו אנפילן דיין אינבאקס איז א גוטע עצה צו קליקען אויף די אויבענ-דערמאנטע לינק.

אפטעמיסט » זונטאג פעברואר 9, 2014 8:18 pm

· #182522
בין איך משוגע פאר'ן נישט צאלן דורך פעיפעל? כ'האב אריינגעלייגט מיין קרעדיט קארד, כ'האב געטון א טעות?

שטילע אינגערמאן » זונטאג פעברואר 9, 2014 8:20 pm

· #182523
די זעלבע טשענס אז גייסט געווינען די לאטערי. אז איינער קויפסט די לאטערי קען ער קויפן דאס.
אפאר נפק"מ. לאטרי חלומט מען גרויס. לאטערי קאסט געלט. לאטערי נעמט אויף פלאץ אין טאש משא"כ דא
בד"וו כ'האב אויך געקויפט. לאל

אפטעמיסט » זונטאג פעברואר 9, 2014 8:21 pm

· #182524
סתם נייגעריג, וויפיל האט דער עולם געקויפט? איך האב געקויפט צוויי- איינס פאר מיך און איינס פאר מיין פרוי.

ברעט מענינג » זונטאג פעברואר 9, 2014 8:22 pm

· #182527
געקויפט צווי שטיקלעך די בלויע געלעקסי גייט נאך אן

שטילע אינגערמאן » זונטאג פעברואר 9, 2014 8:27 pm

· #182532
א לבן הארמי דער איינער
<a class="postlink" href="http://cgi.ebay.com/ws/eBayISAPI.dll?ViewItemRevisionDetails&_trksid=p2047675.l2569&rt=nc&item=131113328238">http://cgi.ebay.com/ws/eBayISAPI.dll?Vi ... 1113328238</a>

איך אויך » זונטאג פעברואר 9, 2014 8:29 pm

· #182534
דאס פארט היינט ארום אויף אלע וואטסאפס ,געדענקט די לאזונג 'א סאקער ווערט געבוירן איעדע מינוט'. דער כינעזער האט נאך אין זיין לעבן נישט געמאכט אזויפיל גרינג געלט אין איין טאג.

ברעט מענינג » זונטאג פעברואר 9, 2014 8:40 pm

· #182538
סע האט זיך גענדיגט!
וואס מיר זאגן אז איין טאג וועל איך זען א בלויע געלעקסי מיט א נאוט 2 ביי מיין טיר?

ברעט מענינג » מאנטאג פעברואר 10, 2014 12:02 pm

· #182648
היינט זעי איך דאס
image.jpg

ברעט מענינג » מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:29 pm

· #182661
יעצט באקומען אויף אימעיל
image.jpg

לעמיל » מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:35 pm

· #182663
אפטעמיסט
סתם נייגעריג, וויפיל האט דער עולם געקויפט? איך האב געקויפט צוויי- איינס פאר מיך און איינס פאר מיין פרוי.

מ'האט נישט געקענט קויפען מער ווי דריי אויף א מאל

diff » מאנטאג פעברואר 10, 2014 2:06 pm

· #182675
איך אויך
דאס פארט היינט ארום אויף אלע וואטסאפס ,געדענקט די לאזונג 'א סאקער ווערט געבוירן איעדע מינוט'. דער כינעזער האט נאך אין זיין לעבן נישט געמאכט אזויפיל גרינג געלט אין איין טאג.

געדענקט די לאזונג 'א סאקער ווערט געבוירן איעדע מינוט און יעדער שעה פיגורט א חאזער

שטילע אינגערמאן » מאנטאג פעברואר 17, 2014 10:25 pm

· #184422
נו? די עולם טראכט נאך פון באקומען הייסע געלעקסי'ס אויפן פאסט? 😃

ערענסט גערעדט. האט שוין איינער געפענט א קאמפלעין? האט איינער שוין צירוק געזעהן זיין געלט?

אלס ווייסער » מאנטאג פעברואר 17, 2014 10:34 pm

· #184426
איך שטיי און איך ווארט ביי מיין טיר אויף די ווארעמע גרופע פון פלאנעטן, דערווייל קוקט נישט אויס ווי זיי וועלן אזוי שנעל קומען

ברעט מענינג » דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:01 am

· #184502
זיי האבן געזאגט אז מען זאל ווארטען 10 טאג