☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » מהרז"ל ווארפט ארויס הערשל קלאר

מהרז"ל ווארפט ארויס הערשל קלאר

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5288

זלמן זאפיר » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 2:40 pm

· #164649
מהרז"ל ווארפט ארויס הערשל קלאר
נעכטן האט הערשל קלאר ארויס געווארפן פין די קינגס טערעס שיל ז. מ. ווייל היות ער איז גרויסער עסקן אין קומט אויס צי זיין טיילמאל
אין קאנטאקט מיט ר' אברהם סלאנים וואס ער איז א גרויסער עסקן אין ארץ ישראל
האט אים הערשל קלאר ארויס געווארפן

נעכטן אין קווינס ישיבה האט ר' זלמן לייב געהעצט פאר די בחורי חמד אז הערשל קלאר איז ארויס געווארפן פין די זאלי שולן
ווייל ער האט ארויס געווארפן א יונגערמאן אן עסקן פין קינגס טערעס

היינט מאנטאג האט ר' זלמן לייב איבער געבעטן הערשל קלאר אז ער האט געמאכט א טעות

ר' זלמן לייב ארבעט אויף זיין שטענדיגע סיסטעם זינטאג איז ער מיט אתרא קדישא מאנטאג מיט תולדות אהרן
דינסטאג מיט לייזער קעסטנבוים מיטוואך מיט אלי' פויזען אין דאנרשטיג מיט דוד שמידל

אין פרייטאג לאכט מען א גיט'ס

דער (פינטעל) איד » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 2:43 pm

· #164651
כ'ווייס אז די ליינט נאר צימעס , סאיז שוין דא א אשכול דערוועגן. איך פיל דיין צער אז איינער האט דיר אויסגעכאפט
דעם אשכול קען מען פארמאכן

sefish » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 2:44 pm

· #164654
זלמן זאפיר


אין פרייטאג לאכט מען א גיט'ס

נייןץ פרייטיג איז מען מיט זלמן זאפיר און שבת לאכט מען א גוטס ! וואס איז דאס מיט דיר ? א שוואכער רעפארטער

זלמן זאפיר » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 2:59 pm

· #164662
דער שייגץ שאלזעהן שרייבט אז ר' זלמן לייב איז דער ריכטיגער ממלא מקום פין זיין טאטע

blauvelt » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 3:10 pm

· #164668
zalmen any headlines about kuf alef kislev

זלמן זאפיר » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 3:29 pm

· #164679
דער (פינטעל) איד
כ'ווייס אז די ליינט נאר צימעס , סאיז שוין דא א אשכול דערוועגן. איך פיל דיין צער אז איינער האט דיר אויסגעכאפט
דעם אשכול קען מען פארמאכן



נאך אזאנע נייעס'לך דארף מען זיין משוגע צי גיין ערגעץ אנדערש

נאטרוליסט » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 3:59 pm

· #164695
הערשל קלאר האט פארציילט אז מהרז"ל האט אים געקאלט מפייס זיין, אז ער האט עס נישט בכלל געמיינט ערנסט, ער האט עס געמוזט טאן צוליב געוויסע סיבות.

שעפטל » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 3:08 pm

· #165217
צוריק אין כולל

📎 קלאר אין כולל.jpg

סאו וואט » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 12:36 pm

· #165368
שעפטיל, ס'קומט א גוטס לכבוד דו צוויי טויזענסטער תגובה?

שעפטל » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 1:19 pm

· #167168
הערטס די דרשה און האט הנאה

951-262-3722
#79

אגב, ס'דא שוין באלד פערטיג די פערצענטע אני מאמין...

איש צדיק תמים » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 4:13 pm

· #167198
בא וראה בין זו לזו.
א דרשה וואס מען איז מוחה אן קיין אפרה לפימיה׳ס אן קיין ביליגע זולזולם אנקעגן קיינעם, קורץ שארף און צו די פאוינט, פיין האסט געטראפן עפעס אויף וואס זיך אנצוכאפן...
ווען זיין גרויסער ברודער פון קרית יואל וואלט אזוי מוחה געווען די לעצטע צוואנציג יאר וואלט נאך דער בעל הדרשה געווען און בארא פארק און סיגעט, און ער וואלט געווען אויף 500 בעדפארד מיט דעם בית מדרש הגדול והחדש אויף ווילסאן סט. שיין אויפגעבויעט.
נאר אז עס איז חמור מדבר מתוך גרונו האט ער דאס פארשפילט.

זלמן זאפיר » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 4:20 pm

· #167202
איש צדיק תמים
בא וראה בין זו לזו.
א דרשה וואס מען איז מוחה אן קיין אפרה לפימיה׳ס אן קיין ביליגע זולזולם אנקעגן קיינעם, קורץ שארף און צו די פאוינט, פיין האסט געטראפן עפעס אויף וואס זיך אנצוכאפן...
ווען זיין גרויסער ברודער פון קרית יואל וואלט אזוי מוחה געווען די לעצטע צוואנציג יאר וואלט נאך דער בעל הדרשה געווען און בארא פארק און סיגעט, און ער וואלט געווען אויף 500 בעדפארד מיט דעם בית מדרש הגדול והחדש אויף ווילסאן סט. שיין אויפגעבויעט.
נאר אז עס איז חמור מדבר מתוך גרונו האט ער דאס פארשפילט.



ער פארגינט בכבוד גדול די מענטשן פאר זיין ברידער
אין ברוך השם ביים אים אין די קהילה איז נישט אזאנע סארט מחוצפים אין היינט ווארפט נישט קיין מענטשן ביי מהר"א

שעפטל » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 4:25 pm

· #167205
אהא צו זאגן פאר בחורים אז הערשל קלאר איז א ליידיגייער איז וואס?
פארגעס נישט אז אלע אויף וועם מהר"א האט געהאקט האבן זיך פיין געלאזט הערן יעדער אויף א אנדערע וועג און אנדערע ווערטער, סך הכל האט ער געענטפערט.
הגז"ל האט דא אויסגעפראקט א מענטש נאך זאגענדיג אז עכט האבן נישט די בחורים עס צו הערן נאר נאר נאר...

חסיד ראדני » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 4:28 pm

· #167206
איך אלס פייערדיגער ראדני נאכפאלגער בין מוחה נמרצות קעגן די מזלזלים אין אינזער מנהיג, געב א קוק די רבי שטעלט זיך אויף זאגען זיין מיינונג,
דערנאך שטעלט זיך אויף דער צו ועמען ער האט גערעדט זאגען זיין חוו''ד,
און:

עס פליען נישט קיין פעטש, קיין געשייגעכעץ, זה פונה לזיתו וזה לכרמו יעדער זאגט זיין שטעלונג, און עס הערשט א מנוחה אהנע טעראר וכדומה פון יענע קאשמארישע תקופה

נאטרוליסט » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 2:37 pm

· #167333
די ליצנות דרשה פון ר' הערשל קלאר, ווי ער מאכט קאטאוועס פון מהרז"ל.

ער איז מפייס און דערביי זאגט ער אז "יענער גראבט קברים"....

הערשל קלאר בעט מחילה

נאטרוליסט » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 2:42 pm

· #167337
די דרשה ווי מהרז"ל רעדט צו די בחורים אין קווינס כ"א כסלו, קעגן הערשל קלאר
מהרז"ל רעדט צו בחורים אין קווינס קעגן הערשל קלאר, כ"א כסלו תשע"ד