☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #5282

אשכול אן א טיטל #5282

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5282

— » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 7:47 pm

· #164498

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

פיינע קאווע » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 10:37 pm

· #164554
ווער איז הערשל קלאר?

שעפטל » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 2:55 pm

· #164658
שוין איבערגעבעטן

sefish » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 2:56 pm

· #164659
זאגט ווער ? מקור ?

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 7:39 pm

· #164762
פיינע קאווע
ווער איז הערשל קלאר?

ר' פיינע קאווע: דו וואוינסט מסתמא אויף די לבנה. וואס הייסט, נישט געהערט פון הערשל קלאר?!. דאס גאנצע (פאלשע) אידישקייט באשטייט אויף איהם. וואו מ'דארף אנפיהרן א מחאה, מיט קללות און בזיונות, אדער ווארפן פאשקווילן און סתם אזוי באשמוצן א יחיד אדער א רבים איז דער הויפט אדרעס ר' הערשל קלאר. ותלמידיו. יא. ס'איז דא נאך איינער פון די סדומ'ער צדיקים. ער הייסט צימערמאן. בקיצור. זיי קערן איבער וויליאמסבורג. 😈 🙄 😳

בן תמליון » מיטוואך פעברואר 5, 2014 4:17 pm

· #181874
הגרש"ל וויינבערגער קומט ארויס קעגן קלאר קליקע
אין א שטוינענד עפנטליכער בריוו איז ארויס געקומען הגאון ר' שלמה יהודא וויינבערגער אב"ד פאיע און חבר בד"ץ סאטמאר, פארדאמען א מעשה נבלה פון הערשל קלאר וכת דיליה, נאך וואס ער איז געקומען מיט א בריוו צו אינטערשרייבן בנוגע די קברים אין בית שמש, ווען למעשה דער בריוו וואס קלאר האט פארעפנטליכט מיט זיין חתימה איז געווען גאר עפעס אנדערש אין אינהאלט מיט סטראשונגען קעגן יחידים.

דער ציבור ווייסט שוין יארן פון די ביליגע טאקטיקן וואס די פינסטערע חאלאזן פלעגן זיך באנומען ווי אינטערשרייבן חתימות פון רבנים אויף צעטליך שלא ברשות, טערעראזירן יחידים וואס זענעם געשטאנען אין וועג די באנדיטן און נאך. איצט זעט אויס איז געקומען די צייט וואס די רבנים ואנשי מעשה האבן איינגעזען אז גענוג איז גענוג.
📎 IMG-20140205-WA0004hk.jpg

שרייבער » מיטוואך פעברואר 5, 2014 4:40 pm

· #181885
איך בין נייגעריג אויב דער בריוו איז למען אהבת האמת, אדער פשוט, ער האט באקומען פרעשור פון די צווייטע צד

איש עברי » מיטוואך פעברואר 5, 2014 4:48 pm

· #181889
הרב וויינבערגער איז פון די ערנסטערע רבנים אין סאטמאר, א מענטש מיט יושר און נארמאלקייט, ביי די פרשה פון בני יואל האט ער אויך זיך געהאלטן נארמאל טראץ די פרעשור פון די סאטמארע רבי ז"ל

נאטרוליסט » מיטוואך פעברואר 5, 2014 4:58 pm

· #181893
איש עברי
הרב וויינבערגער איז פון די ערנסטערע רבנים אין סאטמאר, א מענטש מיט יושר און נארמאלקייט, ביי די פרשה פון בני יואל האט ער אויך זיך געהאלטן נארמאל טראץ די פרעשור פון די סאטמארע רבי ז"ל


פון ב' יתרו ביז ד' תצוה איז 3 וואכן אויפן קאלענדער!

איז עס נישט אביסל אינטרעסאנט, אז "פונקט" יעצט נאך דעם בריוו פון שאפראן, און נאך דעם בריוו פון 23 דיינים וועלכע נעמן זיך אן פאר ר' אברהם סלאנים, האט די בעל געקלונגען ביי הרב וויינבערגער סארא פאאל ער איז. אז ער איז פינקט ווי טשאטה און ארד וכו'.

איש עברי » מיטוואך פעברואר 5, 2014 5:01 pm

· #181895
אפילו הכי רעלאטיוו צו די אלע פאפעט רבנים ווי פילאפף טשאטא טירנויער א.א.וו. איז ער א איש ישר, און נעמנדיג אין באטראכט די טירוף וואס הערשט דארט איז די בריו א היבשע גבורה

sefish » מיטוואך פעברואר 5, 2014 5:08 pm

· #181897
ער איז געווען די איינציסטע סאטמאר דיין וואס האט נישט אינטערגעשריבן (אפילו ס'געווען פרעשור) לטובת דעם קרית יואל'ער פובליק סקול דיסטריקט, ער האט געהאלטן אז ס'איז נישט ערלויבט

נאטרוליסט » מיטוואך פעברואר 5, 2014 5:18 pm

· #181900
איש עברי
אפילו הכי רעלאטיוו צו די אלע פאפעט רבנים ווי פילאפף טשאטא טירנויער א.א.וו. איז ער א איש ישר, און נעמנדיג אין באטראכט די טירוף וואס הערשט דארט איז די בריו א היבשע גבורה


איך טראכט אז עפעס פעלט מיר אז איך פארשטיי נישט:

נניח אז דארט איז דא קברים און מען איז רח"'ל מחטט שכבי... איז עס למעשה 12 טויזנט מייל אוועק. און קיינער פון די חותמים איז נישט דארט געווען!
לאמיר זאגן אז זיי האלטן אז דארט איז דא קברים, דארף מען עפ"י הלכה אויסהערן "ביידע צדדים", נאכדערצו ווען מ'זעט אז "אלע" פוסקים אין ירושלים און בני ברק זענען עפעס מיסטעריעז שטיל... שרייט נישט זייער שטילקייט אזוי הויך אז מתים קענען זיך אויפוועקן???

2) דאס וואס ער האט נישט געוואלט מתיר זיין דעם סקול דיסטריקט צייגט אז ער איז שטענדיג געווען א פתי יאמין, און געגלייבט די סיקריקים אז דארט איז דא א קריסטמעס בוים (אן עדות) און געגלייבט דעם אנדערן געבעקס פון די סיקריקים אז באסעס זענען ארומגעפארן אין יום טוב אויפנעמען קראנקע קינדער... (איר געדענקט נאך).

דאס צייגט אז הרב וויינבערגער איז נישט אינדרויסן פון די באקס, ער איז גאר טיף דערין.

אפשר בין איך אומגערעכט. מעגליך, אבער פארוואס ביטע?

איש עברי » מיטוואך פעברואר 5, 2014 5:22 pm

· #181901
זיכער איז ער נישט אינדרויסן פון די באקס אבער למעשה ווייזט אויס אז ער איז לכל הפחות א מענטש מיט געוויסע ישרות וואס שטייט אויף זיינע פרינציפן

sefish » מיטוואך פעברואר 5, 2014 5:29 pm

· #181905

נאטרוליסט » מיטוואך פעברואר 5, 2014 5:33 pm

· #181908
איש עברי
זיכער איז ער נישט אינדרויסן פון די באקס אבער למעשה ווייזט אויס אז ער איז לכל הפחות א מענטש מיט געוויסע ישרות וואס שטייט אויף זיינע פרינציפן



לדעתי האט ער זיך ארומדערזען אז רז"ל האט נישט אונטערגעשריבן, נאר ער מיט די סיקריקים, און נאכדערצו אז גרויסע רבנים זענען ארויסגעקומען און מוחה געווען אויף די שפיכת דמים. דערפאר האט ער צוריקגעצויגן נאך 3 וואכן.

signout » מיטוואך פעברואר 5, 2014 6:11 pm

· #181920
sefish
ער איז געווען די איינציסטע סאטמאר דיין וואס האט נישט אינטערגעשריבן (אפילו ס'געווען פרעשור) לטובת דעם קרית יואל'ער פובליק סקול דיסטריקט, ער האט געהאלטן אז ס'איז נישט ערלויבט
מהרז''ל פילאף האט נאר אינטערגעשריבן וועגן פרעשור? האט ער געהאלטן עס איז אסור? אפשר איז זיין היינטיגע חתימה אויך פין פרעשור?

signout » מיטוואך פעברואר 5, 2014 6:13 pm

· #181923
איש עברי
הרב וויינבערגער איז פון די ערנסטערע רבנים אין סאטמאר, א מענטש מיט יושר און נארמאלקייט, ביי די פרשה פון בני יואל האט ער אויך זיך געהאלטן נארמאל טראץ די פרעשור פון די סאטמארע רבי ז"ל
דאן פארוואס שרייבט ער קשר בוגדים אין ענליכע לשונות ווען צד מהר''א שיקט א הזמנה פאר צד מהרז''ל, פאר די סאטמערע מחלוקה האט ער געצייגט די זעלבע ווי האחים פילאף

שרייבער » מיטוואך פעברואר 5, 2014 7:25 pm

· #181936
signout
איש עברי
הרב וויינבערגער איז פון די ערנסטערע רבנים אין סאטמאר, א מענטש מיט יושר און נארמאלקייט, ביי די פרשה פון בני יואל האט ער אויך זיך געהאלטן נארמאל טראץ די פרעשור פון די סאטמארע רבי ז"ל
דאן פארוואס שרייבט ער קשר בוגדים אין ענליכע לשונות ווען צד מהר''א שיקט א הזמנה פאר צד מהרז''ל, פאר די סאטמערע מחלוקה האט ער געצייגט די זעלבע ווי האחים פילאף

און בכלל ווייס איך אפילו נישט וואסערע נומער ער איז געווען תשמ"ט ביי די פרשה פון בני יואל, ער איז געווען סתם א מורה הוראה'לע

נאטרוליסט » מיטוואך פעברואר 5, 2014 8:13 pm

· #181941
שרייבער
signout
איש עברי
הרב וויינבערגער איז פון די ערנסטערע רבנים אין סאטמאר, א מענטש מיט יושר און נארמאלקייט, ביי די פרשה פון בני יואל האט ער אויך זיך געהאלטן נארמאל טראץ די פרעשור פון די סאטמארע רבי ז"ל
דאן פארוואס שרייבט ער קשר בוגדים אין ענליכע לשונות ווען צד מהר''א שיקט א הזמנה פאר צד מהרז''ל, פאר די סאטמערע מחלוקה האט ער געצייגט די זעלבע ווי האחים פילאף

און בכלל ווייס איך אפילו נישט וואסערע נומער ער איז געווען תשמ"ט ביי די פרשה פון בני יואל, ער איז געווען סתם א מורה הוראה'לע


היינט ער איז ער אינעם בית דין הגדול...

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 6:20 am

· #181981
איך האב זיך היבש געוואונדערט אויפן בריוו. קודם אז עס האט נישט קיין לעדערהעד, און די ליצנות פון הערשל קלאר... דער נוסח איז בכלל אביסל מאדנע, די פאנטס אומגעווענליך, און די חתימה איז נישט בכתב יד נאר געפרינט, און נאך אינעם זעלבן שורה ווי דער טיטול... עפעס שטימט עס נישט. האב איך אנגעהויבן זיך נאכצופרעגן, און איך האב מברר געווען אז דער בריוו איז שוא ושקר. ר' שלמה לייב האט דאס נישט געשריבן.

לאמיר נישט פאלן פאר יעדע ליצנות און בויען בנינים דערויף. מיר דארפן זיין קלוגער דערפון.

------

נאטרוליסט, נישט 12,000 מייל, בלויז 6,000.

מצטמק ויפה » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 9:25 am

· #181993
נו וועם גלייבט מען ענדערש?, איך ווייס נעשט פונקטליך די מציאות אבער עס איז זייער מסתבר אז ר' שלמה לייב זאל האב'ן צירוק געצויגן פון א מכתב אנטקעגען יחידים .
אבער די וועג ווען מען איז חוזר פון בארעד'ן יחידים, איז צו בארעדען אנדערער יחידים?!

נאטרוליסט » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 10:29 am

· #182003
מצטמק ויפה
נו וועם גלייבט מען ענדערש?, איך ווייס נעשט פונקטליך די מציאות אבער עס איז זייער מסתבר אז ר' שלמה לייב זאל האב'ן צירוק געצויגן פון א מכתב אנטקעגען יחידים .
אבער די וועג ווען מען איז חוזר פון בארעד'ן יחידים, איז צו בארעדען אנדערער יחידים?!


פורים א גאנץ יאר!
סאו, זיין מחאה איז בתוקפו!